הערה בסוגיית עבירה לשמה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

נהורא נפישא האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:@נהורא נפישא, איך כאפ נישט קלאר וואס ארט דיר. דו פרעגסט אויב ס'דא אזא מושג ווי selflessness נישט מיינען זיך?

דאס איז קלאר אז עבירה לשמה מיינט אז טאקע גרייט צו כאפן פעטש און אויסשטיין די קאנסעקווענצן, ואעפ״כ ואדעתא דהכי טוט מען דאס. לדוגמא אסתר'ס ואני כאשר אבדתי אבדתי.

לאמיר גיין צושטייט
יעדע מענטש וואס טוט עפעס האט א מאטיוו דערינטער, רוף עס הנאה, מניעת צער, מניעת רגשי אשמה, רגשי התחייבות וכו'.
דער אלטרואיסט האט א שטארקע אידיאלע סיפוק פון זיין התנהגות וואס וועגט איבער די ערדישע הנאות זיינע.
דער צדיק, וואס איז גרייט פארווארפן צו ווערן פון אלע עולמות, האט זיך ערווארבן אן אידיאלע ריינע הנאה פון מאכן א נח"ר פאר גאט, אבער זיין מאטיוו איז זיין הנאה, נעם אים אוועק זיין הנאה, איז ער פון די פחות שבפחותים.
ולהוסיף, מיר ווערן טאקע שטארק באגייסטערט פון אזא הנאה, וואס ווערט עררייכט נאך אסאך ארבעט, מיר וועליוען אין פרינציפ דאס
איבערגעגעבנקייט.
מיין שאלה איז צו דער צדיק ווייסט אין וואס ער לאזט זיך אריין מיט דעם אז ער איז גרייט צו פארווארפן ווערן פון אלע עולמות, דאס איז פונקט ווי אן אלטרואיסט איז גרייט צו טון למען הזולת על אף ער וועט באצאלט ווערן מיט דעם אז ער וועט פארלירן זיין הנאה פון טוען למען הזולת און אדרבה ער וועט נאך האבן דערפין גרויס צער.


נהורא, האסט גארנישט אויפגעטאהן. האסט עס נאר געשטופט א סטעפ ווייטער. בהנחה אז דער אלטרואיסט בנידן דידן מאכט א קאלטער לאגישער חשבון שטימט עס נאכאלס נישט ווייל על כרחך דארף ער ארייננעמען אין חשבון אז דאס אז ער וועט באצאלט ווערן מיט דעם אז ער וועט פארלירן זיין הנאה פון טוען למען הזולת וועט אים זעלבסט ברענגען אן הנאה און במילא מוז ער אויף דעם אויך פארציכטן און אזוי וחוזר חלילה עד אין סוף. אלא מאי עס איז א געפיהלישער ענין. ער פיהלט ער דארף טוהן פארקערט פון וואס איז געשמאק. (ווי דער מעשה אין דער אנדערער אשכול - פון דער חזו"א מיט די תולעים) נו, אויף א געפיהלישער ענין פרעגט מען נישט קיין קשיות ווייל דער עבריין אליינס פרעגט אויך נישט קיין קשיות - ער טראכט נישט אריין. טאקע ווי מפוזרי חזר'ט יעצט איבער. און ווען ס'איז מיט הרגשים מאכט שוין אלטרואיזם איינמאל סענס נאר ס'פארלירט די מעלה כמובן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

פארוואס פארלירט עס דער מעלה?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווייל אפשר איז דאס אן אינסטינקט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

סארי, כהאב צושנעל געשיקט. נישט געטראכט. אבער שוין, כ'וועל עס לאזן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

טאמבל סאס האט געשריבן:סארי, כהאב צושנעל געשיקט. נישט געטראכט. אבער שוין, כ'וועל עס לאזן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז אן אינסטינקט אדער אן הרגש?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

מפוזרי האט געשריבן:פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דאס מיינט אז ער איז ווען נישט גרייט פארווארפען צו ווערן פון אלע עולמות כפשוטו, מ'וועט אים דארפן מאכן אן אויסנאם.
ווי איך האב אויבן דערמאנט איז בכלל די איידיע אז מ'זאל למעשה מעניש זיין אזא צדיק לעכערליך.
טאמבעל, מיר ווייסן נישט וואס די מכוון פון פארווארפן ווערן פון אלע עולמות מיינט, מיר ווייסן נישט וואס עונשים מיינען, מיר ווייסן אבער אז דאס שטעלט פאר עפעס א צער, מ'רעדט דאך נישט פון א פיזישע צער, מ'רעדט דאך דא פון א גייסטישע מצב פון צער, אויב איז דא סיי וועלכע הנאה דערביי, איז די עונש בכלל נישט עפעקטיוו.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

אויב דער רבוש״ע איז טאקע מעניש, און וויאזוי, איז דאס זיין געשעפט. דער צדיק מאכט נישט קיין חשבון.

את״ל, איז ער אזוי דבוק אין זיין יעצטיגע דביקות, אז ס'איז אים ווערד די יעצטיגע סיפוק רגעי, מער ווי אלע וועלטן וואס מ'וועט אים פארווארפן. טאקע אויפ'ן גלייכען נוסח ווי דער רשע איז גרייט צו פארלירן אלע וועלטן צוליב א תאווה עכשווית.
נישט בחינם רופט מען זיי חולי אהבה.


מפוזרי האט געשריבן:פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דא רעד איך פון וואס 'איך' גלייב, נישט פונעם צדיק'ס חשבון. (אפשר נעמט ער עס יא אין חשבון, איך ווייס נישט.)
איך פערזענליך האלט אז מ'וועט אים בכלל נישט מעניש זיין, אַדרבא ער וועט נאך קריגן שכר אויך. אבער איך רעד אין מיין נאמען, נישט דעם צדיק'ס.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'נישט ממש דומה צום רשע, ווייל די רשע איז אדער מקטני אמונה, אדער מאכט ער כל'ערליי חשבונות.
אבער חולאת אהבה קען ווארפן א שטיקל ליכט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

ס'דא כל'ערליי רשעים. ס'דא אזוינע וואס גלייבן יא, און זענען רשעים נאר דערפאר וואס זיי מאכן נישט קיין חשבון.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איינער וואס מאכט נישט קיין חשבון איז מקטני אמונה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

מ'רעדט פון די רשעים וואס זענען דער משל צום צדיק'ס חולאת.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

נו דאס איז דיין משל.
יתכן אז ס'איז פארהאן אזא סארט רשע, וואס יודע את בוראו ומתכווין למרוד בו, און ער איז באמת גרייט אויף דעם אז אפילו ער וועט ברענען און בראטען, גיי פארשטיי צו אלע חולאת'ן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

נהורא נפישא האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:פון וואנעט ווייסטו דאס? איך גלייב אז 'דאס' וועט מען פאר 'אזא איינעם' נישט טון.

דאס מיינט אז ער איז ווען נישט גרייט פארווארפען צו ווערן פון אלע עולמות כפשוטו, מ'וועט אים דארפן מאכן אן אויסנאם.
ווי איך האב אויבן דערמאנט איז בכלל די איידיע אז מ'זאל למעשה מעניש זיין אזא צדיק לעכערליך.
טאמבעל, מיר ווייסן נישט וואס די מכוון פון פארווארפן ווערן פון אלע עולמות מיינט, מיר ווייסן נישט וואס עונשים מיינען, מיר ווייסן אבער אז דאס שטעלט פאר עפעס א צער, מ'רעדט דאך נישט פון א פיזישע צער, מ'רעדט דאך דא פון א גייסטישע מצב פון צער, אויב איז דא סיי וועלכע הנאה דערביי, איז די עונש בכלל נישט עפעקטיוו.


אויב ווילסטו רעדן פון וואס מ'קען פארשטיין איז אויב אזוי נישטא קיין שום חילוק צווישן די עצם הנאה פון די שכר פאר'ן מצוה (אדער זיך איינהאלטן פון טוהן די עבירה) און די הנאה פון מאכן א נח"ר אפילו ווען מ'פארלירט די שכר א.א.וו. און די צער זעלבסט פארשטייט ער אויך נישט ווייל עס איז בהכרח נישט קיין צוגלייך צו די צער דא, איז אפשר טאקע איז די מאטיוו פון די עבירה שוין גארנישט לשמה נאר ס'איז פאר די איצטיגע מינוטקעלע הנאה אדער אימפולס. והשתא דאתית להכי, איז שוין די די מובן פון שכר, אויף די אנדערע זייט מטבע, אויך נישט פארשטענדליך. און ווי אזוי קען עס מאטיווירן עמיצן? און ס'קען דאך נאר זיין 'שכר' אויב האט ער דאס פארקערטע אויך.
נאכמער, דאס אז ער (א מענטש) טוט די מצוה, אפילו ווען ס'איז לשמה, איז דאך אויך א שטיקעלע פגם ווייל ער ווייסט ער וועט דארפן קריגן דאס ביסעלע הנאה פון האבן געטוהן לשמה. אדער עכ"פ נישט קיין צער; וואס דאס גופא, א חיים בלי צער איז אן הנאה.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

נהורא נפישא האט געשריבן:נו דאס איז דיין משל.
יתכן אז ס'איז פארהאן אזא סארט רשע, וואס יודע את בוראו ומתכווין למרוד בו, און ער איז באמת גרייט אויף דעם אז אפילו ער וועט ברענען און בראטען, גיי פארשטיי צו אלע חולאת'ן.

ס'נישט מיין משל. ס'דאס משל פונעם באקאנטן רמב״ם: כיצד היא האהבה הראויה וכו'. אז מ'וועט מדייק זיין אינעם רמב״ם, וועט מען זען, אז מ'רעדט נישט פון קיין מתכוין למרוד און אויך נישט פון קיין זעלבסט צענטערירטער תאוות נשים, נאר פון אן אולטעריער אהבה.

שמעתי מאדם גדול אויף דעם רמב״ם: אז ס'איז א פלא, אזא גוי, וואס איז אזוי חולה אהבה, איז דאך א בעל מדריגה. און מ'וועט עס נישט טרעפן ביי די גרעסטע בעלי תאוות, אולי חד בדרא. און דאס, ויותר מזה, פארלאנגט דער רמב״ם פון יעדן איד!
מיר האבן נישט קיין השגה וויפיל א איד קען אלץ ליבן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'מיין אז דער רמב"ם האט איבערגעשאצט יומען אהבה און אינטערגעשאצט יומען אימפולס. א חד בדרא אינדיד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אינטערסאנט אבער אז די רמב"ם שרייבט דארט אביסעל פריער
.ג  [ב] העובד מאהבה, עוסק בתורה ובמצוות והולך בנתיבות החכמה--לא מפני דבר בעולם, לא מפני יראת הרעה, ולא כדי לירש הטובה:  אלא עושה האמת, מפני שהוא אמת; וסוף הטובה לבוא בכלל

די סוף הטובה לבא האט די רמב"ם לכאורה אויסגעבארגט פון די משנה אין אבות, אל תלמוד כדי שתקרא חכם ורבי וכו' אלא סוף הכבוד לבא, אלזא דארף מען פארשטיין פארוואס דארף מען דעם בעל אהבה מעודד זיין דערמיט אויב די תכלית איז צו טאן שלא על מנת לקבל פרס או כבוד. קען זיין אז די עידוד איז פארן בעגינער ומתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער ער לאזט דאך אים נישט לערנען ע"מ שתקרא רבי אפילו אין אנהויב.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך טאמבל סאס »

בעגינער מיינסטו דער וואס האט נאכנישט די אהבה? איז פארוואס זאגט ער נישט וסוף 'האהבה' לבא?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די רמב"ם רעדט דא צום פשוט'ן מענטש און זאגט העושה מאהבה, דערביי לייגט צו די רמב"ם א באזונדערע זאך אז דער אמת איז אז סוף הטובה לבא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

אויב וועט דער עובד מאהבה טאקע האלטן אז צום סוף לא יבא הכבוד, איז ער סתם א מאזאכיסט, בנוסף איז ער מזלזל בכבוד ה'.

זאגט אים דער רמב״ם: דו טאקע טו עס נישט דערפאר, אבער דעם אמת דארפסטו וויסן. דארפסט וויסן צו שעצן סיי דאס וואס דו טוסט, און סיי דעם גאט פאר וועם דו טוסט עס .
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

טאמבל סאס האט געשריבן:כ'מיין אז דער רמב"ם האט איבערגעשאצט יומען אהבה און אינטערגעשאצט יומען אימפולס. א חד בדרא אינדיד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


און דו מיינסט אידן זענען יומען, שאץ זיי נישט אונטער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

מפוזרי האט געשריבן:אויב וועט דער עובד מאהבה טאקע האלטן אז צום סוף לא יבא הכבוד, איז ער סתם א מאזאכיסט, בנוסף איז ער מזלזל בכבוד ה'.

זאגט אים דער רמב״ם: דו טאקע טו עס נישט דערפאר, אבער דעם אמת דארפסטו וויסן. דארפסט וויסן צו שעצן סיי דאס וואס דו טוסט, און סיי דעם גאט פאר וועם דו טוסט עס .

מיר שמועסן דאך אז א מאזאכיסט איז גאר די העכסטע מדריגה, א חולת אהבה וואס קימערט נישט די קאנסעקווענצן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

א מאזאכיסט איז דער קלענסטער מדריגה ער מיינט בלויז זיך, דער היפך הגמור פונעם חולה אהבה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט