בלאט 2 פון 2

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשולדיגט, אבער מיר האבען א תורה וואס לאזט נישט אלס צו, אפילו יענער האט אויך בא'עוולה'ט. ס'איז דא הלכות פון גרמא ועוד. לערן קודם די הלכות.

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:04 pm
דורך קל וחומר
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סארא חוצפה...
איינער האט געגאנבעט די ארטיקעל אין ארום געטוישט יעדער מאל כ׳שרייב ״שטילע״ צו זיין נאמען. אין ס׳פליהט ארום אלע גראפעס.
גזלנים.


Chills
ס'איז מיר געווען א פלא אויף דעם 'יעניגער', טאמער נעמט ער שוין יא די מיה צו רעדאגירן זאל ער כאטש פאריכטן אין איינוועגס אפאר פעשע ספעלינג מיסטעיקס... נאכן זעהן אז זיין אייגן נאמען האט ער נישט גוט געספעלט הייב איך אהן קלערן אפשר האט ער עובר געווען אויף גילוי... נישט גזל....

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:10 pm
דורך zurich
איין זאך וואס איך זעה פון די מעשה אז שטילע האט פיינט רייסערס און מפגרים

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 12:25 am
דורך ביליג
שמעון וואלף האט געשריבן:קשיא # 3 - ווי קען מען נאכקוקען אויב א דרייוועי איז לעגאל?
תירוץ: אויף DOB וועבסייט לייגט מען אריין די אדרעס און מ'קוקט אויפ'ן c of o, דארט שטייט טאמער ס'איז דא א ליגעל דרייוועי ביי די פראפערטי



איך האב געזיכט אביסל אויף dob וועבזייטל כ'האב גארנישט געטראפן קענסט ביטע/פליז לייגן א לינק (לייג עני עדרעסס)

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 8:18 am
דורך שמעון וואלף
דאס איז די לינק צום וועבזייטל פון dob
www1.nyc.gov/site/buildings/index.page

מ'לייגט אריין די בארא מיט די אדרעס. איך האב געלייגט די אדרעס: 1358-52st. נאכדעם איז דא אן אפשען אויבן אויף די לינקע זיין "view certificate of occupancy".

דאס איז ארויסגעקומען:

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 9:57 am
דורך יעלה ויבא
Not every address has a co on file

lead, follow, or get out of the way

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:04 am
דורך שמעון וואלף
Correct, but almost every address does have

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 1:39 am
דורך קלוגע יודל
יעלה ויבא האט געשריבן:Not every address has a co on file

lead, follow, or get out of the way

But you can check if they have a permit for a "curb cut"

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 1:42 am
דורך קלוגע יודל
נאכן זעהן אז איך האב א טיקעט, ווי אזוי ווייס איך אויב די בעה"ב האט גערופען די פאליציי, און איך זאל מאכן א גאנצע שטינק, כדי די בעה"ב זאל באצאלן קנס? אדער אפשר באר האט די פאליציי געזוכו אנצופילען זיין קוואטא פון טיקעטס, האט ער מחליט געוועהן צו געבן א טיקעט, און דעמאלטס איז די בעה"ב גארנישט שילדיג?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 1:56 am
דורך ליפא
וויאזוי קען ער וויסן אז די קאר איז נישט דעם בעל הדרייוועי'ס? ס'מוז זיין אז איינער האט גערופן

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:25 am
דורך רויטע וואנצעס
דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי, האט היינט ביים קידוש פארקירט זיין ריזיגע יוקאן אחוריים צווישן מיר אין די טעלער אייער קיכלעך.

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:58 am
דורך שמעון וואלף
קלוגע יודל האט געשריבן:נאכן זעהן אז איך האב א טיקעט, ווי אזוי ווייס איך אויב די בעה"ב האט גערופען די פאליציי, און איך זאל מאכן א גאנצע שטינק, כדי די בעה"ב זאל באצאלן קנס? אדער אפשר באר האט די פאליציי געזוכו אנצופילען זיין קוואטא פון טיקעטס, האט ער מחליט געוועהן צו געבן א טיקעט, און דעמאלטס איז די בעה"ב גארנישט שילדיג?


קודם כל הערט מען נישט אזא זאך אז פאליס זאל געבן טיקעטס פאר בלאקן א דרייוועי אנע דעם וואס איינער זאל אריינרופן, אפשר מאנהעטען יא, אבער אין ברוקלין האב איך קיינמאל נישט געהערט. (און ב.ד.וו. מ'דארף נישט רופן, מ'קען גיין אנליין צו 311 און פיילן א קאמפלעינט אנליין).

אבער אפילו טאמער ער האט נישט גערופן קומט זיך אים נאכאלץ שלעק פאר גורם זיין דיין טיקעט, און אוועקנעמען א פארקינג ספאט פון די פאבליק, פארשטייטציך טאמער די דרייוועי איז איליגעל.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 1:27 am
דורך שלום על ישראל
אין נאמען פון די דזשואיש מידיע טשענעל אויף טעלעגראם, טו איך אויסדריקן אנטשולדונגס פאר די פארדריסליכע טעות וואס איינע פון אונזערע שרייבער האבן פליגעיזירט דעם אשכול אהן קיין קרעדיט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: מאנטאג יולי 19, 2021 4:39 am
דורך כמעט אלסווייסער
איך האב אויפגעקוקט עטליכע אדרעסן פון נייערע הייזער, סאיז לכאורה לעגאלע דרייוו-וועיס אבער עס ווערט נישט אויסגערעכנט אין די סי. אף או.

זעה בייגעלייגטע בילד, ברויך עס נישט צו שטיין אין קעסטל די.?בילד

Sent from my SM-G973U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 19, 2021 7:16 am
דורך berlbalaguleh
קלוגע יודל האט געשריבן:נאכן זעהן אז איך האב א טיקעט, ווי אזוי ווייס איך אויב די בעה"ב האט גערופען די פאליציי, און איך זאל מאכן א גאנצע שטינק, כדי די בעה"ב זאל באצאלן קנס? אדער אפשר באר האט די פאליציי געזוכו אנצופילען זיין קוואטא פון טיקעטס, האט ער מחליט געוועהן צו געבן א טיקעט, און דעמאלטס איז די בעה"ב גארנישט שילדיג?

קלוגע אידל: אויפ'ן טיקעט איז אנגעשריבן וויאזוי זיי האבן אויסגעפונען איבער דעם ווייאלעישן. נאר זיי זאגן נישט אייביג אויס דעם אמת. ביי מיר איז געווען אנגעשריבן (בד"כ)... דורך א פאון קאלל...!

ומעשה שהיה. ביי מיר אויפ'ן בלאק (אין בארא פארק) איז געווען א איד וועלכער האט געהאט א נישט לעגאל'ן דרייוועי. און זיין ווייב (א ביסל א צוחוש'טע אידענע) האט אייביג גערופן 311 איבער א קאר וואס האט נאר אפילו א ביסל געבלאקט דעם דרייוועי. כאטש זיי האבן נישט קיין קאר. און דער עולם האט באקומען טיקעטס. טראץ דעם אומלעגאלן דרייוועי...!

נשלח: מאנטאג יולי 19, 2021 8:27 am
דורך פערינא
כמעט אלסווייסער האט געשריבן:איך האב אויפגעקוקט עטליכע אדרעסן פון נייערע הייזער, סאיז לכאורה לעגאלע דרייוו-וועיס אבער עס ווערט נישט אויסגערעכנט אין די סי. אף או.

זעה בייגעלייגטע בילד, ברויך עס נישט צו שטיין אין קעסטל די.?בילד

Sent from my SM-G973U using Tapatalk


דארפסט קוקען אין די use

אויב איז געליסטעט מיט די description פון די use א פארקינג ספאט פאר א קאר, איז די curb cut זיכער לעגאל

ס'איז מן הסתם דא נאך וועגן צו קוקען אבער דאס איז די לייכטע וועג

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:04 am
דורך קלוגע יודל
שוין! נאכן זיכן א פארקינג ספאט לכבוד אלטערנעיט סייד, מיין איך אז עס וואלט געוועהן כדי ווען איינער (אדער אפאר צוזאמען), נעמען זיך צוזאמען און מען מאכט א ליסטע פון אלע אימליגאלע דרייוועיס.
איך בין גרייט צו העלפן נאכזוכן אביסל

דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 8:42 pm
דורך אייער שפייז
קלוגע יודל האט געשריבן:שוין! נאכן זיכן א פארקינג ספאט לכבוד אלטערנעיט סייד, מיין איך אז עס וואלט געוועהן כדי ווען איינער (אדער אפאר צוזאמען), נעמען זיך צוזאמען און מען מאכט א ליסטע פון אלע אימליגאלע דרייוועיס.
איך בין גרייט צו העלפן נאכזוכן אביסל
וויאזוי קען מען וויסן אויב איינעמס דרייוועי איז אימליגאַל?
קען איינער שיקן א לינק וואס ארבעט?

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 4:06 am
דורך פערינא
קודם קוק מיט די אויגן. לעגאלע דרייוו וועיס זענען פראקטישע דרייוו וועיס. אויב איז די שיפקייט פון די דרייוו וועי נישט פראקטיש אדער די פלאץ פאר די קאר נישט פראקטיש איז עס געווענליך נישט לעגאל.