קל וחומר האט געשריבן:זיכער האבן זיי א בחירה, אבער אין הקב"ה בא בטרוניה.
בכלל נישט קיין דמיון צו תאות א"א וואס יש לו בהיתר (נאכדערצו א גוי קען דאך יעדע פנויה נעמען).
אז מ'וויל דוקא פשט'לען (אזוי ווי א געוויסער חשוב'ער ניק דא, וועלכער האט מסתמא דזשערסי לייסנס פלעיטס אויף זיין רביצן'ס מיני-ווען.) קענמען לערנען פשט אז אפילו מיט אן אשת איש מעג דער בן נח וואוינען ווייל קידושין איז נישט תופס ביי זיי. ממילא האט ער נאר איין יצר הרע בייצוקומען. נאר אויב מיר לערנען פשט אזוי ווי דער אנטי-ציוניסטישער ..."טיים" מעגעזין האט פעסטגעשטעלט בשם גרויסע פראפעסארן, אז די מענטשן וועלכע ווערן געבוירן מיט א נטייה צו משכב זכר, האבן א קליין פינטעלע אין זייער מח, כשיעור שעורה, וואס נארמאלע (אויפגעקלערטע פון שטיבל, --ואי אפשר לפורטם, כי רבים הם-- אנטשולדיגט) מענטשן האבן נישט. קענמען דאך זיי פטר'ן מיט דעם מאמר פון ..."אין הקב"ה בא בטרוניה עם בריותיו"...!