בלאט 2 פון 2

Re: וואס לערנט אונז די טראגעדיע אין ארלענדא?

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 6:03 pm
דורך גר ותושב
קל וחומר האט געשריבן:חינוך שרייבט דאך אז ס'איז כנגד הטבע...
נשתנו הטבעים....

זאת התורה לא תהא מוחלפת...
אין כזה דבר נשתנו התבעים באיסור דאורייתא.
ועוד אויב זאגסטו ביי עכו"ם קענסטו דאך דאס זאגן ביי אונז אויך אז מען איז שוין מער נישט מחיוב מיתה ווייל נשתנו הטבעים.

Re: וואס לערנט אונז די טראגעדיע אין ארלענדא?

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 6:12 pm
דורך קל וחומר
דו באמערקסט ווי דו קריכסט מיט מיר אין א רינג?

איך ווייס נישט אויב ס'איז טאקע געווען נגד הטבע בזמן החינוך (ס'מוז נישט זיין אז ער האט דאס חוקר געווען, ס'קען זיין אז ס'איז געווען זיין השערה - להלכה אידעך סייווי נישט נוגע).

דאס איז זיכער אז היינט צוטאגס איז עס א נאטורליכע זאך, און אויף דעם האב איך געזאגט במופלא ממך לא תדרוש.

כ'האב נישט קיין כח איבערצוגיין די גאנצע מו"מ, קוק עס אליינס איבער.

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 7:26 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:זיכער האבן זיי א בחירה, אבער אין הקב"ה בא בטרוניה.
בכלל נישט קיין דמיון צו תאות א"א וואס יש לו בהיתר (נאכדערצו א גוי קען דאך יעדע פנויה נעמען).

אז מ'וויל דוקא פשט'לען (אזוי ווי א געוויסער חשוב'ער ניק דא, וועלכער האט מסתמא דזשערסי לייסנס פלעיטס אויף זיין רביצן'ס מיני-ווען.) קענמען לערנען פשט אז אפילו מיט אן אשת איש מעג דער בן נח וואוינען ווייל קידושין איז נישט תופס ביי זיי. ממילא האט ער נאר איין יצר הרע בייצוקומען. נאר אויב מיר לערנען פשט אזוי ווי דער אנטי-ציוניסטישער ..."טיים" מעגעזין האט פעסטגעשטעלט בשם גרויסע פראפעסארן, אז די מענטשן וועלכע ווערן געבוירן מיט א נטייה צו משכב זכר, האבן א קליין פינטעלע אין זייער מח, כשיעור שעורה, וואס נארמאלע (אויפגעקלערטע פון שטיבל, --ואי אפשר לפורטם, כי רבים הם-- אנטשולדיגט) מענטשן האבן נישט. קענמען דאך זיי פטר'ן מיט דעם מאמר פון ..."אין הקב"ה בא בטרוניה עם בריותיו"...!

Re: וואס לערנט אונז די טראגעדיע אין ארלענדא?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 12:14 am
דורך גר ותושב
berlbalaguleh האט געשריבן:קענמען דאך זיי פטר'ן מיט דעם מאמר פון ..."אין הקב"ה בא בטרוניה עם בריותיו"...!


איז אויב איז ליידער דא א יוד וואס האט אויך דער שעורה (שאור שבעיסה) אין מוח וועסטו עים אויך פטרן מיט דעם מאמר פון אין הקב"ה?