שבת אחים האט געשריבן:מאמע קול, דו מאכסט אסאך הנחות אן קיין פאקטן, למשל דעס וואס דו זאגסט אז איך זאג קעגן יעדעם איינעם און איך בין עפעס א איפכא מסתברא׳ניק, מיינסטו אוואדי צוזאגן אז איך האב אייגענע מיינונגען און איך פאל נישט אריין אין קיין Group thinking?
ס׳ווענדט זיך פון וועלכע פראספעקטיוו דו קוקסט אויב קוקסטו ארויס פון דיין שמאלע לאך בין איך טאקע פארקערט פון יעדעם איינעם, אבער אויב קוקט מען פון א אנדערע angle דעמאלסט קומט אויס אז דו זאגסט פארקערט פון די גאנצע וועלט. יעצט איך מאך מיט דיר א דיעל זאג מיר איין זאך וואס איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, און פאר יעדע זאך וואס איך האלט פארקערט פון יעדעם איינעם וועל איך דיר געבן צוויי זאכן וואס דו (מיט דיין גאנצע סביבה) זאגן פארקערט פון א יעדעם איינעם.
געדענק! יעדעם איינעם מיינט די מעינסטרים-גאס! און פון מעינסטרים ביסטו אסאך אסאך מעהר אפגערוקט פון א יעדעם איינעם ווי איך...
דו קומסט מיר פאר ווי א אמיש וואס מאכן חוזק פון די מענטשען וואס האבן וואש-מאשינס און פארן מיט א קאר!
סאו דו האסט נישט געקענט ליב האבן דיין ווייב, ווייל דו האסט געקענט טרעפן 4 מענטשן וואס זאגן פארקערט ווי איר?