בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 9:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז דו ווילסט זאגען זיין עבודת ה', ממילא. אבער שו"ע אנערקענט נישט אז הכנת הלב איז וויכטיגער ווי תפלה בזמנה, וואס איז א חיוב אויף צדיקי אמת און צדיקי שקר גלייך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:08 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: איז דערפאר האט די אייבישטער באשאפן (דאס גלייבסטו יא...?) חסידים און ליטוואקעס...מ'טיילט זיך איין. למשל די ליטוואקעס זענען שטארק מקפיד אויף..."שקיעה". ס'איז ביי זיי יהרוג ואל יעבור (ניין. ס'איז נישט קיין מיסספעללינג. אדער אן עם הארצות פון א חסיד.) און חלב עכו"ם/חלב סתם איז ביי זיי גארנישט. אדער, ווען א חסיד זאגט נישט קיין תחנון אין א יארצייט פון איינעם פון די תלמידי ה'בעש"ט, אדער ווייל ער איילט זיך, איז דער גבאי פון א געוויסע גרויסע און פראמינענטע שול איהם גרייט צו געבן 2 פעטש און אוועקווארפן פון עמוד. אבער ביים זמן מוצאי שבת איז מען שטארק מיקל מיט ג' כוכבים. אז דער שרייבער פון די שורות האט אליינס מיטגעהאלטן אין א געוויסע זומער קאלאני, ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט זענען שוין א פאר חשוב'ע אידן געפארן מיט זייערע קארס...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 7:07 am
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 8:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
. איז א וועג פון דערמאנען פעטיציע'ס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס טשעפעסטו? איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע פראגע, נאר נאכדעם באשלאסן אז עס וועט עפענען א קען פון ווערעם האב איך באשלאסן עס צו פארמעקן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:25 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.


בערעל דערמאנט אז ליטוואקס האבען געטוהן מלאכות ווען דער זון איז נאך געוועהן, נאר וואס דען? דער גר"א לפי פירושם ולהוציא מדעת חסידים האבען זיי געפילט פאר וויכטיג מחלל שבת זיין.

גאס איז קעגען שולחן ערוך לכל הדעות, וואס פארלאנגט ג' כוכבים און הכסיף.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
איש תשבי: שוין. כ'וועלל נאכגעבן. אט די אידן (וועלכע זענען געפאהרן אום שבת ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט), זענען נישט פאררעכנט געווען צווישן די ל"ו צדיקים... :roll:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:18 am
דורך אישתישבי
קען זיין, אבער ליטוואקס האבען זיך זייערע שלש שבועות וואס זיי זענען גרייט אויף דעם עובר זיין די שלש חמורות, נישט אנדרעש פין חסידים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 9:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עפען אן אשכול וועגען דעם. לאמיר זע'ען צו מ'רעדט פון עכטע הלכות צו די וואס מ'האט געבאקען צו פארטיידיגען דאס טרעטען אויף תורה פון די חברי הכת.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:45 am
דורך berlbalaguleh
אישתשבי: שקיעה איז מסתמא איינס פון זיי. בעצם איז דאס א גוטע זאך. און ראוי לשבח. און א טענה צו אונז חסידים. פארוואס אונז זענען נישט מקפיד אויף דעם. אבער צו טשעפען די ליטוואקעס איז עס פונקט גוט...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 10:01 pm
דורך איך אויך
חוקר וסקרן האט געשריבן: באמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}

האדרת והאמונה... לרבי לעולמים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:06 pm
דורך מי אני
אדנירם האט געשריבן:הייסט'ס אז ביי דיר איז פשט פון מיין 'נישט צוריקענטפערן' אז 'מ'האט נישט וואס צוריקצוענטפערן'.

נו, כדי שלא יאמרו מדשתק שמע מינה 'אז ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט', וועל איך אפענטפערן...


אה, און נעקסטיים ווען איך ענטפער נישט, זיי צופרידן אז איך ענטפער נישט, אבער רעד דיך נישט איין אז ס'קומט צוליב דעם וואס 'ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט'.

IMG_6745.jpg


IMG_6746.jpg


פון דא.