מער ווי דער מענטש היט אויפן סדר היט די סדר אויף אים.
טאמער ברויכסטו אים מאכן אן איינדרוק, דאן ביסטו נישט קיין אמת'ע פריינט.
טאמער איין שעפעלע לעבט דורך צווישן זיבעציג וועלף האט זי זיכער א גוטן פאסטוך.
ווייטאג קען מען נישט פארמיידן, ליידן, איז שוין תלוי אין דיר.
טאמער באהאלטסטו עס פון דיין פיינט, אנטפלעק עס נישט פאר דיין פריינט.
טאמער איז דיין הארץ נישט גענוג שטארק עס צו האלטן ביי דיר, פארוואס מיינסטע אז זיינס איז יא?
פארשעם נישט וועסטו זיך נישט שעמען.
בעפארן שידוך עפען צוויי אויגן, נאכן חתונה פארמאך איינס.
מ'איז קיינמאל צו אלט צו לערנען, צומאל איז מען צו יונג.
לערן זיך פון יענעמס טעותים, די צייט ערלויבט נישט אליינס צו מאכן.
טאמער וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס אפקויפן וועלן נישט זיין קיין פארקויפער.
א שמאל הארץ, איז א ברייטע צונג.
בעסער איין עצה פון הונדערט מענטשן ווי הונדערט עצות פון איין מענטש.
בעסער שלאף אין א קרומע בעט מיט א גראדע קאפ ווי איידער אין א גראדע בעט מיט א קרומע קאפ.
משלי שש
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: משלי שש
קל וחומר האט געשריבן:די לעצטע איז נישט קיין אייגנס, מחשש גילוי וויל איך נישט זאגן וועמענס ס'איז)
מיך איז אויך געלעגן אין קאפ אז כהאב איר שוין ערגעצוואו געהערט, כקען מיך אבער נישט דערמאנען
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
טאמער ברויכסטו אים מאכן אן איינדרוק, דאן ביסטו נישט קיין אמת'ע פריינט.
[THUMBS UP SIGN]
בעפארן שידוך עפען צוויי אויגן, נאכן חתונה פארמאך איינס.
איך האב געהערט פארקערט. בעפאר די שידוך, פארגנב'עט מען א בליק. נאכ'ן שידוך, איז יענעמס גראז גרינער.
לערן זיך פון יענעמ'ס טעותים, די צייט ערלויבט נישט אליינס צו מאכן.
איך האב עס געהערט, "כ'האב אזויפיהל געלערנט פון מיינע מיסטעיקס, כ'וויל מאכן נאכאיינס"
טאמער וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס אפקויפן וועלן נישט זיין קיין פארקויפער.
לאו עכברא גנב
בעסער שלאף אין א קרומע בעט מיט א גראדע קאפ ווי איידער אין א גראדע בעט מיט א קרומע קאפ
קרום מיינסטו, בין מזרח למערב?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעצטענס טרעפט שש אלטע כתבי ידות... יתכן אז ער האט אפגעקויפט דעם גאלציאנער אוצר. עפעס דענק איך אז יאיר האט געלייגט א האנט אויף איין פארלוירענע פרק אין משלי.
טאקע פון אים האב איך גענומען דעם געדאנק. ברם יזכר לטוב אותו איש ו[tag]יאיר[/tag] שמו.
דא איז די לינק צו משלי יאיר.
דא האט איר משלי שש - פרק ב'.