בלאט 1 פון 1

אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

נשלח: מוצ"ש יולי 02, 2016 10:42 pm
דורך העניך
שבת איז נפטר געווארן דער וועלט-בארימטער טשאמפיאן פאר חורבן-זכרון און שלום, אלי (אליעזר) וויזעל, אין עלטער פון 87 יאר.

אין 1986 האט וויזעל באקומען דעם נאבל פרייז פאר שלום, צו אנערקענען זיינע אויטוען צו פארמערן שלום און טאלעראנץ אויף דער וועלט.

וויזעל איז אויפגעוואקסן אין סיגוט, ראמעניע, וואו ער האט באקומען א חסידישן חינוך. נאך די שוידערליכע צרות ביים קריג האט וויזעל אפט באוויינט די אמונה וואס ער האט פארלוירן. ער האט זיך אבער נאך ווייטער געהאלטן ווי א חסידישער איד, און האט פיל געשריבן וועגן חסידישע רבי'ס און לערעס.

נאכ'ן חורבן האט וויזעל געשריבן זיין טיף עמאציאנעלן און הארץ-רייסנדן בוך פון זכרונות "און די וועלט האט געשוויגן". דאס בוך האט ער שפעטער איבערגעזעצט אויף פראנצויזיש און ענגליש אלס "נאכט", און עס ווערט באטראכט ווי איינער פון די ספרי יסוד אויף דעם האלאקאסט, און איז איבערגעזעצט געווארן אויף 35 שפראכן.
https://archive.org/details/elie-wiesel ... t-geshvign