יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:ר׳ דוב.. צים צווייטן מאל האט איר ציגעטראפן בעסער
י.ב. הלוי סאלאווייטשיק: אבי איהר האט סוכ"ס פארשטאנען. כ'האב שוין מורא געהאט אז כ'עלל מוזן מאכן אן אפוינטמענט צו הרה"ק מ'יארמע שליט"א...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אפאר קאפיטלעך תהלים ווירקט ביי מיר מורא'דיג.
ס'איז מחזק דעם מענטשנס אמונה אויף א שטארקע פארנעם. אבער נישט צו סאך אויף אמאל כדי ס'זאל נישט ווערן כעול וכמשא.
זייער גערעכט. דאס זאגען תהלים מיט א סדר, א שטייגער ווי הושע"ר ביי נאכט אדער צען קאפיטלעך א טאג, ליידיגט אויס דער תוכן פון תהלים זאגען. איך געדענק ווען איך בין געווען אין א"י, האב איך געזען א צעטעל מיט א רייע מראה מקומות קעגען דער 'ענין' פון אויסזאגען תהלים. ס'דוכט זיך ס'האט געהאנגען אויפ'ן וואנט פון דושינסקי, פאר דער וואס איז באקאנט, והן הן הדברים
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
שמעקעדיג האט געשריבן:לערנען גיט טאקע סיפוק, אבער איך מיין אז דאס איז נישט ספיריטואליטי וואס "מבקש" זוכט.
גוטע חיזוק ווערטער, התעוררות, התבוננות אינעם לעבן, התבוננות אין יעדע זאך וואס מען טוט (אפילו גשמיות) איז געווענליך וואס פילט אן די ספיריטואלע NEED.
וקצרתי
mevakesh האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די הנאה פון ספירוטאלעטי איז דוקא די הונגער, די כמיהה, די כסיפה.
אויב האלט מען אז מ'קען זיך זעטיגן דאן וואספארא טיעפקייט האט שוין אזא דארשט ?
ברוך שכוונתי אנהייב אשכול
mevakesh האט געשריבן:קאווע הייליג גערעכט אבער עס איז דא א פאראדאקס אין דעם ווי מער הונדעריג מען ווערט אלס מער זאט ווערט מען ודו"ק
גערעכט אז רוחניות קומט ארויס אויף א אופן פון לעכצעניש און דארשט אבער דער דארשט דארף מען באוואסערן און האלטן פריש אויב נישט פארגעסט מען אז מען איז דארשטיק
זבולון האט געשריבן:יש נפש נתפעל ויש נפש נתפעל, יעדן איינעמ'ס נשמה פאדערט אן אנדערע סארט שפייז. אנדערע דארפן נפש החיים, א צווייטער פיהלט א מורא'דיגע סיפוק אין א שטיקל ברך-משה, א דריטער דערנענטערט זיך צו גאט דורך מאדיטאציע.
הכלל, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשמים. וכל אחד ואחד מראה באצבעו זה ה' קוינו לו.
mevakesh האט געשריבן:איך פיהל אז עס איז דא אסאך עצות צו העלפן דעם מענטש זיך צו באהעפטן מיטן ריכטיגן ציהל און טעם אין לעבן אבער עס פאדערט ארבעט און א חבורה פון מבקשים