בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:ר׳ דוב.. צים צווייטן מאל האט איר ציגעטראפן בעסער

י.ב. הלוי סאלאווייטשיק: אבי איהר האט סוכ"ס פארשטאנען. כ'האב שוין מורא געהאט אז כ'עלל מוזן מאכן אן אפוינטמענט צו הרה"ק מ'יארמע שליט"א... :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 11:24 pm
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אפאר קאפיטלעך תהלים ווירקט ביי מיר מורא'דיג.
ס'איז מחזק דעם מענטשנס אמונה אויף א שטארקע פארנעם. אבער נישט צו סאך אויף אמאל כדי ס'זאל נישט ווערן כעול וכמשא.

זייער גערעכט. דאס זאגען תהלים מיט א סדר, א שטייגער ווי הושע"ר ביי נאכט אדער צען קאפיטלעך א טאג, ליידיגט אויס דער תוכן פון תהלים זאגען. איך געדענק ווען איך בין געווען אין א"י, האב איך געזען א צעטעל מיט א רייע מראה מקומות קעגען דער 'ענין' פון אויסזאגען תהלים. ס'דוכט זיך ס'האט געהאנגען אויפ'ן וואנט פון דושינסקי, פאר דער וואס איז באקאנט, והן הן הדברים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


יערות דבש דרוש ח'

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 11:28 pm
דורך mevakesh
איך זעה אסאך דא ברענגען לערנען אלס אן עצה צו גמרא צו חומש רשי
וואס זאל איך זאגן איך בין ענק מקנא אז די זאכן גיבן אייך א ספירוטואלע טעם איך בין אבער ליידער נאכנישט אויף די מדרגה און איך פיהל ממש נישט קיין רוחניותדיגע טעם (א גשמיותדיגע שכלדיגע טעם יא איך האב א געשמאק אין לערנען) ממילא זיך איך אנדערע וועגן חוץ פון דעם
דאווענען און תהלים העלפט טאקע פון צייט צו צייט זיך צו באהעפטן מיט די געטליכקייט אין די בריאה איך פיהל אבער אסאך מאל אז איך קען נוצן נאך מיטלען צו ווייל דאס גייט אויך אריין אין א רוטין צו אנדערע סיבות וואס איז מיר שווער מסביר צו זיין
איך פיהל אזוי ווי שמעקעדיג האט ארויסגעברענגט אז איך דארף מעהר משקיע זיין אין התבוננות איך זיך נאר די ריכטיגע מיטלען און געדאנקען

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 11:54 pm
דורך קל וחומר
די שאלה איז אויך ווי אזוי מען לערנט.
ס'דא געוויסע פיזישע זאכן וואס מ'קען טוהן אויף צו זיך באהעפטן צום בלאט גמרא,

ארומהאלזן דעם גמרא מיט א חיבוק ונישוק (טוה עס נישט ברבים).

זיך צובייגן זייער נאנט צום בלאט בשעת'ן לערנען (ממש א דריי - פיהר אינטשעס אוועק).


לייגן די האנט לייכטערהייט אויפן שטערן בשעת'ן לערנען.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 12:15 am
דורך [NAMELESS]
צום קעפל. איך טראכט אריין אין חובתי בעולם ורצון הבורא בעולמו ( ארגינאלי נישט וואס מיינע מנהיגים האבן מיר אויסגעלערנט ) און דאס גיט מיר א געוואלדיגע סיפוק ושלוות הנפש. והגוף אויך ווייל מען אנערקענט די תכלית האמת.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 12:24 am
דורך ביליג
ביי מיר איז לערנען און חזר'ן וועגן אמונה און בטחון, די בעסטע עסן פאר מיין נשמה.
עס מאכט מיין מח טראכטן יעדע מינוט פון השגחה פרטית.
איך פלעג זיין זייער א נערוועזע מענטש, און דארשטיג פאר רוחניות אפילו מיט מיין שיעור קבוע יעדן טאג.
זייט איך האב אנגעהויבן טון אין די נושאים בין איך געווארן אן אנדערע מענטש.
כ'האב געהערט שיעורים אין קאר פון ר' אלימלך בידערמאן (ביז איך בין געווארן באורד) עס האט מיר אסאך געהאלפן געבן א ריכטיגע בליק אין לעבן
כ'קען זאגן אז איך פיל זיך קאנעקטעט...

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 12:32 am
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:לערנען גיט טאקע סיפוק, אבער איך מיין אז דאס איז נישט ספיריטואליטי וואס "מבקש" זוכט.
גוטע חיזוק ווערטער, התעוררות, התבוננות אינעם לעבן, התבוננות אין יעדע זאך וואס מען טוט (אפילו גשמיות) איז געווענליך וואס פילט אן די ספיריטואלע NEED.
וקצרתי


דער עולם האט דא אנגעטיילט צופיל מצות מעשיות. דער מכוון איז בכלל נישט פעולות און סגולות נאר פראקטישע געפילען!

בנוגע:

mevakesh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די הנאה פון ספירוטאלעטי איז דוקא די הונגער, די כמיהה, די כסיפה.
אויב האלט מען אז מ'קען זיך זעטיגן דאן וואספארא טיעפקייט האט שוין אזא דארשט ?

ברוך שכוונתי אנהייב אשכול
mevakesh האט געשריבן:קאווע הייליג גערעכט אבער עס איז דא א פאראדאקס אין דעם ווי מער הונדעריג מען ווערט אלס מער זאט ווערט מען ודו"ק

גערעכט אז רוחניות קומט ארויס אויף א אופן פון לעכצעניש און דארשט אבער דער דארשט דארף מען באוואסערן און האלטן פריש אויב נישט פארגעסט מען אז מען איז דארשטיק


אויך אויף דעם גאנג האב איך אמאל געזען אן אינטערסאנטע געדאנק פון רא"א דסלר אין מכתב מאליהו אז די עיקר פון הנאה איז תלוי אין דער חסרון למשל א גוטע מאכל איז נאר גוט ווי לאנג מ'האט נישט ציפיל דערפון, שטעלטס אייך פאר בארבקיוען דריי מאל א טאג און עסען אייז קרים צען מאל א טאג.

ס'איז א געוואלדיגע געדאנק אבער זיין punchline איז נאך בעסער:

אנדערש ווי ביי דער גוף איז ביי די נשמה דאס נאך מער שייך וויל ביי רוחניות גייט עס עד הסוף. היות די חסרון איז ענדלעס און מ'קען אייביג וואקסען איז די הנאה עד אין סוף און מ'קען זיך האלטען אין איין שפייזען

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:26 am
דורך זבולון
יש נפש נתפעל ויש נפש נתפעל, יעדן איינעמ'ס נשמה פאדערט אן אנדערע סארט שפייז. אנדערע דארפן נפש החיים, א צווייטער פיהלט א מורא'דיגע סיפוק אין א שטיקל ברך-משה, א דריטער דערנענטערט זיך צו גאט דורך מאדיטאציע.

הכלל, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשמים. וכל אחד ואחד מראה באצבעו זה ה' קוינו לו.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:22 pm
דורך וואלווי
זבולון האט געשריבן:יש נפש נתפעל ויש נפש נתפעל, יעדן איינעמ'ס נשמה פאדערט אן אנדערע סארט שפייז. אנדערע דארפן נפש החיים, א צווייטער פיהלט א מורא'דיגע סיפוק אין א שטיקל ברך-משה, א דריטער דערנענטערט זיך צו גאט דורך מאדיטאציע.

הכלל, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשמים. וכל אחד ואחד מראה באצבעו זה ה' קוינו לו.


עס איז טאקע דא אסאך גוטע עצות אין ספרי קודש און פון משפיעים וואס איז נישט אוועק צי מאכען און פאר איעדען העלפט עפעס אנדערש און די חברי השטיבל האבן דאס גוט ארויס געברענגט דא.

אבער עס זעט אויס אז די כוונה פונ'ם פותח האשכול איז נישט אזוי שטארק די וועג ווי אזוי צו ציקומען צו spirituality נאר ענדערש צי איידענטיפייען די עקספעריענס פון די ספיריטואליטי בשעת עוסק זיין און תורה ומצות און גמ"ח עס רופט זיך mindfulness. לדוגמא מעדיטעשאן איז א מהלך און עבודת השם און אנציקומען צו דעם דארף מען אפיר זוכען א משפיע אדער ליינען דערוועגען און דאס איז אלס וועגען מעדיטעישען און עצות. אבער די שפיץ איז ווען מען מעדיטעיט בעשעת מעשה און דאס איז וואס מ'זוכט דא.אדער אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים אויף'ן פסון ואני תפילה אז מ'ווערט א חלק פון דאווענען דאס איז אן עקספעריענס און עבודה און דאס איז מזון הנשמה גופא און דאס דארף מען איידענטיפייען.

אזוי ווי דער מבקש האט טאקע ארויסגעברענגט און אנהייב:

mevakesh האט געשריבן:איך פיהל אז עס איז דא אסאך עצות צו העלפן דעם מענטש זיך צו באהעפטן מיטן ריכטיגן ציהל און טעם אין לעבן אבער עס פאדערט ארבעט און א חבורה פון מבקשים