בלאט 2 פון 2
אינסטענט פודינג
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:11 am
דורך בת קול
א פעקידש אינסטענט פודינג
גלעזלעך מילך צוויי
מיש זיי גוט אויס
מיט א בלענדער איז כדי.
לייג אריין אין פרידש
פאר כאטש איין שעה אדער מער,
פערפעסיאנעלע מילכיגע פודינג
א טריט פאר מענטשן, פיר!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:00 am
דורך דענקער
ס'איז מיר בייגעפאלן צו מאכן אויף שבת א קאלטע פרוכט זופ פאר א טשעינדזש. עני גרינגע איידיעס? [tag]בת קול[/tag]?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:19 am
דורך בת קול
קאך canned fruit mix מיט canned cherries אין וואסער פאר אפאר שעה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:39 am
דורך בת קול
פילעיד טילאפיא אדער פלאונדער פיש
אַן איי, גוט צומיש
קארנפלעיק קרומבס און שווארצע פעפער
קנאבל, און אָניאָן פוידער
אויב דו פירסט זיך אז ס'איז נישט קיין פראבלעם
מאזורעלא טשיז לייג צו, צו דעם!
מיש די קרומבס מיט די געווירצן אביסל
לייג צו די טשיז צום שיסל
טינק די פיש אין איי אריין
און דערנאך באדעק מיט די מיקסטשער פיין
א בעקעלע אוודאי ניץ
די באקן פאפיר מיט אויל ספרעי באשפריץ
פאר 30 מינוט אויף 350 גראד באק
ביז עס זעהט אויס קריספי, רעדי, און געשמאק!
Re: גרינגע רעצעפטן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:51 pm
דורך ביליג
לעבער לכבוד שבת
1 פעקל לעבער
1 גרויסע צוויבל
אויל
שווארצע פעפער-black peper ground
ווייסע פעפער-white peper
רויטע פעפער-paprika
זאלץ
קנאבל אדער garlic powder
צוקער
צושנייד די צוויבל אויף דינע לאנגע שטיקלעך
דינסט אין די אויל ביז עס ווערט גאלד קאליר
צושנייד די לעבער אויף קלענערע שטיקלעך, כל אחד כפי מנהג אבותיו
ווען די צוויבל איז גרייט לייג צו די לעבער מיט 1/4 קליינע לעפל פון אלע ספייסעס
לייג א גרויסע לעפל צוקער מיט צוויי לעפל וואסער
לאז קאכן פאר אפאר מנוט מיט א פארמאכטע דעקל, לעש אויס די פלאם און לאז עס זיך אפקילן.
#אייער קיכלעך קען נישט שאטן
לשובע ולא לרזון
BON APPETITE ! !
Re: גרינגע רעצעפטן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:56 pm
דורך ביליג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:00 pm
דורך ליפא
אייער שפייז
3-2 ארגעניק גראז געפיטערטע אייער
טאפ מיט שיכט קאנאלא אויל
צינד אן קליינע פלאם
קראך די אייער אין א טעלער
א פינטש זאלץ און צוקלאפ מיט א גופעל
אריין אין פענדל
נאך דרייסיג סעקונדעס מיש ארום
און ס'דא אייער שפייז.
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 2:43 pm
דורך מרדכי ישראל
האט איינער א גיטע רעצעפט פאר צוויבל קיבל?
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 12:36 pm
דורך מיש-נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לייג אריין אביסעלע זאלץ ס'זאל האבן א אידישע טעם
מיינסט צו זאגן א מענערישע....
זינט לוט'ס ווייב איז געווארן א שטיק זאלץ, זענען פרויען געווארן שונאים פון זאלץ.... ס'טו געהערט אזוינס?
שוין לאנג נישט געהערט אזא גוט'ס...