בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:50 pm
דורך שלום על ישראל
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], דיין נקודה ח' פארדינט נישט א אות, אדער אפילו א תגובה פאר זיך, נאר א גאנצע אשכול. דאס איז נישט נאר פאר סאטמאר און אנדערע מוסדות, נאר יעדע א.ג. צדקה דארף גיבן א יעהרליכע ראפארט פאר די בעלי צדקה, ווי ריכטיגע שעיר-האלטערס.

די ערשטע פועל יוצא פון אזא מענטאליטעט, וועט זיין די אונטערגאנג פון רוב צדקה קאסעס וואס ווערן מיסברויכט, כידוע. די צווייטע וועט מער נישט זיין קיין מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלד פון די מדינה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל עפענען אן אשכול פון 'וואס צו טוהן ווען מ'געווינט דער לוטו'. דעמאלס ווען מ'האט געהאנדעלט דער ביליאן דאללאר לאטערי האב איך אויך אזוי געוואלט, נאר למעשה האב איך געשריבען אן אנדערע אשכול.
איינס פון די זאכען וואס איך וויל טוהן מיט מיין געלט איז נאכפארשען ווי אן investigative journalist אלע צדקות. צאלען מענטשען זיך פארשטעלען ווי אן אלמנה און זע'ען וויפיל קופת העיר גיבט, אדער שטייען ביים טיהר פון די אלע בית התבשיל וואס קומען שנאדערען אין אמעריקא ועוד ועוד.
אויך וויל איך צאלען פאר א כשרות פארשונג, קלאר נאכגייען אלע הייליגע קיען וויסען וועלכע שמועה איז אמת און וועלכע נישט.
ועוד חזון למועד

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:16 pm
דורך איך אויך
פיינע פלענער האסטו. הייב אן מיט חסד לאברהם-סקולען גניבות און פון דארט גיי ווייטער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כאפ נישט. קודם דארף איך געווינען דער לאטערי, און פאר דעם דארף איך קויפען א לאטערי טיקעט. דערנאך וועט מען נאכפארשען און טוהן צו דער זאך.
אגב, איך וויל בלייבען אפען צו אלע צדדים. אפשר איז חסד לאברהם יא א קראנטע זאך? מ'מעג זיין אן אויבער חכם אמאל און טראכטען איפכא מסתברא אז דער סקולענער רבי איז נישט סתם א געלט רייסער

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:29 pm
דורך איך אויך
ח''ו אויפן הייליגן (תמימות'דיגן) סקולענער רבין אזוי צו טראכטן. אבער אויף דער סטיעק פריעדמאן און די אנדערע ארום עם מעג מען שוין איינמאל.

גארנישט אנדערש ווי די ניימאן בראדערס האבען בשעתו געטוהן מיטן הייליגן (תמימות'דיגן) טאהשע רבין זצ''ל פאר ווער עס געדענקט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט אויך אן אויבער חכם, וועגען דעם ביסטו אויף ק"ש.....

Re: א וויי געשריי פון א פרעמדער

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 10:56 am
דורך א איד
ליטוואק דו רעדסט פון סאטמאר אדער פון אלע אנדערע מוסדות אין דזשענעראל?

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 11:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער מוסד וואס דער מציאות איז ווי דער ווייגעשריי. איך בין נישט באקאנט פון ודער נאנט פונקט וואס יעדער מוסד טוט, איך שטעל מיר פאר אז יעדער איינער טוט וואס ער קען און וואס דער געזעלשאפט לאזט איהם. טאמער די גרעסטע פיהרט זיך אויף אזוי, וועלען אנדערע אויך זיך אזוי אויפפיהרען.
איך האב מיר בעיקר באצויגען צו אלס וואס דער עולם האט געטענה'ט.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:52 am
דורך א_געדאנג
א איד האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איך רעד נישט דוקא פון סאטמאר, איך רעד אין גענעראל מוסדות דעקן זיך נישט דזשאסט פון שכר לימוד, אפילו מיט די פראגראמען, און שטאטישע הילף, מיט די דינערס, דארף מען נאך צושאפן, קעןזיין סאטמאר איז אנדערש, אבער אלע אנדערע מוסדות מוטשען זיך.

[tag]שאולדיספריםפאקער[/tag] און [tag]יהושע חיים[/tag]

ליינט וואס איך האב געשריבן דא אויבן, עס איז נישט נאר סאטמאר, דאס איז א פראבלעם און אלע אנדערע מוסדות, דער פותח האשכול האט אראפגעלייגט א וויי געשריי, וואס איז אפשר א פראבלעם מיט אזא מוסד ווי סאטמאר, אבער אלע אנדערע מוסדות, וואס האבן נישט אזוינע עשירים ווי סאטמאר, איז די מוסד אין א פראבלעם.
און אז מען רעד שוין פון די נושא, ברענגען איך ארויף די פרט, אז אונז צאלן די מינומים, און אונז פארלאנגען די מאקסימום.
אלע אנדערע פרייוועט סקולס, די מאדערנע און ליטווישע צאלט מען לכה"פ טויזנט דאלער א חודש, און יעדע זונטאג אדער חגא ווען עס איז נישטא קיין שטאטישע טראנספארטאציע דארפן די עלטערן ברענגען די קינדער און חדר/סקול.
צוזאמען מיט שטאטישע הילף, און זייער דינער וואס א יעדע פון די עלטערן דארפן געבן א סכום מסוים, און אויב מען צאלט נישט אויס די באלאנס פון פאראויס ווארט מען נישט אנגענומען.
ווען עס זאל זיין אזוי ביי די היימישע מוסדות וואלטן זאכן געווען אינגאנצן אנדערש, דעמאלטס וואלסטו לכה"פ געקענט פארלאנגען בעסערע עדיוקעישאן.


ווי וייט איך ווייס זענען מיר נישט מאדערענע! זיי האבן נישט קיין משומר, זיי האבן נישט קיין איסור אויף טעלעוויזיע, ראדיאו, צימות הגידין, עירוב, כותל, אין יעדן טאג א פרישע תקנה אין שטאט! מ'קען זיך נישט קלויבן ווען מיר זענען ווי די מאדערענע און ווען נישט.
למען האמת איז די פרייז נישט קיין פרובלעם, די פרובלעם איז די טאקטיקן וואס די מוסדות ניצן ארויסצוזען דאס געלט!

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:55 am
דורך א_געדאנג
א איד האט געשריבן:מען קען נישט אלעס נעמען און פאקעטן, נאכדערצו היינטיגן צייטן, עס ווערט שווערער און שווערער, און זיי טשארדזשן אויך צו פון עלטערן יעדע זאך וואס די שטאט דעקט נישט.

זיי באקומען כאטש מינומים טויזנט דאלער א חודש אויף שכר לימוד, און פאר די ווייניג פארדינענדע אין שטאט באקומען זיי וואוטשערס.
אונז באקומען פון די רייכע טאטעס אפשר 500 א חודש און פון די ארימע אראפ ביז הונדערט א חודש אדער צומאל גארנישט, און די גארנישט שפייט מען אויך די גאל ביז מען באקומט עס.


די וואוטשערס וואס כ'האב פאר דיר נייעס, נישט קיין סאך האבן דאס, איז ביטער שווער צו באקומען, א פשוטער ארבייטער קען נישט נעמען אזויפיל אףף פאר די אלע אפוינטמענטס, אין די סכנה זיך איינצושרייבן איז גאר גרויס, צוליב וואס די אינסטאנצן קוקן נאך די ווארהייט פין יעדע אות! וד"ל

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 11:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל עפענען אן אשכול פון 'וואס צו טוהן ווען מ'געווינט דער לוטו'. דעמאלס ווען מ'האט געהאנדעלט דער ביליאן דאללאר לאטערי האב איך אויך אזוי געוואלט, נאר למעשה האב איך געשריבען אן אנדערע אשכול.
איינס פון די זאכען וואס איך וויל טוהן מיט מיין געלט איז נאכפארשען ווי אן investigative journalist אלע צדקות. צאלען מענטשען זיך פארשטעלען ווי אן אלמנה און זע'ען וויפיל קופת העיר גיבט, אדער שטייען ביים טיהר פון די אלע בית התבשיל וואס קומען שנאדערען אין אמעריקא ועוד ועוד.
אויך וויל איך צאלען פאר א כשרות פארשונג, קלאר נאכגייען אלע הייליגע קיען וויסען וועלכע שמועה איז אמת און וועלכע נישט.
ועוד חזון למועד


דער אשכול האב איך דא געלייגט.