בלאט 2 פון 4

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:16 am
דורך BAL TSHIVA
בילד

Sent from my XT1254 using Tapatalk

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:20 am
דורך BAL TSHIVA
בילד

Sent from my XT1254 using Tapatalk

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:22 am
דורך BAL TSHIVA
בילד

Sent from my XT1254 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:27 am
דורך [NAMELESS]
דאס אמעריקאנע געזעץ געבט צופיל מאכט פאר די פאליציי און פאר אנדערע באערדע ווי ריכטער און גארדס אין תפיסה, דער פאליציי שטייגט ארויס מיט זייער אומענטשליכער געפיל צו ציווילע, (אפילו א פשוטע טרעפיק טיקעט קומט געווענדליך מיט עפעס א מין נעסטי׳קייט און חוצפה.) אבער וואס ס׳באדערט פאר די אמעריקאנע איז דאס הרגענען מענטשן יעדע שני וחמישי, און די דיסקרימינאציע קעגן מינארעטיס, דאס ברויך זיך ענדיגן באצייטענס, און איבער אלעם שטייגט איבער די אומרעכט אז עפ״ר ווערן זיי נישט געפינען שולדיג.

דעם סנייפער וואס איז לכאורה א שווארצער וואס איז אנגעווייטאגט אויף דאס ליידן פון זיינע ברודער פארשטיי איך מער פארוואס ער האט געטוהן די ׳אומרעכט׳ פון אומברענגן פיר אפיצירן ווי די אפיצירן וואס זענען לעצטענס געווען אין די נייעס פארן אומברענגן שווארצע.

איך קען זעהן א ציוויליזירטע מענטש מיט א הארץ פון א בשר ודם טוהן א אקט וואס דער סנייפער האט געטוהן ווען זיינע ברודער שטייען אויס דיסקרימינאציע, אבער איך קען נישט זעהן א נארמאלע מענטש טוהן א אקט פון הרגענען א מענטש אן קיין סיבה.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:28 am
דורך BAL TSHIVA
Organizer of protest says the man police call a suspect is his brother and says his brother didn't shoot anyone

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:28 am
דורך גר ותושב
דער סאספעקט ווערט געזעין אין א ווידיאו בשעתן שיסעריי ער איז נישט דער שיסער

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:33 am
דורך קל וחומר
כ'פארשטיי נישט.
די זעלבע לאגיק וואס זאגט אז שווארצע לעבנס מאכן אויס, זאגט פונקט אזוי אויף פאליציי.
זענען 'אלע' פאליציאנטן רוצחים?

פון איין זייט זענען די געשאסענע שחורים געווען פארברעכער (און כ'וועל נישט זיין סורפרייזט צו הערן אז זיי האבן שוין געמארדעט במשך זייער לעבן).
לעומת פאליציאנטן וואס זענען געווען אונטער שווערע דרוק און פארלוירנקייט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:40 am
דורך BAL TSHIVA
The guy shot in Minnesota had a license to carry and your assumption doesn't make him a criminal

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:45 am
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט.
די זעלבע לאגיק וואס זאגט אז שווארצע לעבנס מאכן אויס, זאגט פונקט אזוי אויף פאליציי.
זענען 'אלע' פאליציאנטן רוצחים?

פון איין זייט זענען די געשאסענע שחורים געווען פארברעכער (און כ'וועל נישט זיין סורפרייזט צו הערן אז זיי האבן שוין געמארדעט במשך זייער לעבן).
לעומת פאליציאנטן וואס זענען געווען אונטער שווערע דרוק און פארלוירנקייט.

די פאליצי וואס הארגעט אומשולדיגע שווארצע יוגענטליכע זענען מערדער און רוצחים. דער שווארצער וואס הארגעט פאליציי איז א אנגעווייטאגטער אויף די פאליציי וואס דיסקרימינירט קעגן זיין ראסע. ס׳איז נישט קיין אקט פון דיסקרימינאציע נאר פון יושר׳דיגע אנגעווייטאגטקייט. כאטש די מעשה רציחה איז גענצליך נישט בארעכטיגט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:45 am
דורך שלום על ישראל
שלום שטיסל האט געשריבן:דאס אמעריקאנע געזעץ געבט צופיל מאכט פאר די פאליציי און פאר אנדערע באערדע ווי ריכטער און גארדס אין תפיסה, דער פאליציי שטייגט ארויס מיט זייער אומענטשליכער געפיל צו ציווילע, (אפילו א פשוטע טרעפיק טיקעט קומט געווענדליך מיט עפעס א מין נעסטי׳קייט און חוצפה.) אבער וואס ס׳באדערט פאר די אמעריקאנע איז דאס הרגענען מענטשן יעדע שני וחמישי, און די דיסקרימינאציע קעגן מינארעטיס, דאס ברויך זיך ענדיגן באצייטענס, און איבער אלעם שטייגט איבער די אומרעכט אז עפ״ר ווערן זיי נישט געפינען שולדיג.

דעם סנייפער וואס איז לכאורה א שווארצער וואס איז אנגעווייטאגט אויף דאס ליידן פון זיינע ברודער פארשטיי איך מער פארוואס ער האט געטוהן די ׳אומרעכט׳ פון אומברענגן פיר אפיצירן ווי די אפיצירן וואס זענען לעצטענס געווען אין די נייעס פארן אומברענגן שווארצע.

איך קען זעהן א ציוויליזירטע מענטש מיט א הארץ פון א בשר ודם טוהן א אקט וואס דער סנייפער האט געטוהן ווען זיינע ברודער שטייען אויס דיסקרימינאציע, אבער איך קען נישט זעהן א נארמאלע מענטש טוהן א אקט פון הרגענען א מענטש אן קיין סיבה.

כאטש איך בין אינגאנצן מסכים מיט די טענות קעגען די טריגער-העפי אפיצירן, קען מען נישט פארגלייכן א פאליציאנט וואס האט זיך פארלוירן אדער נישט געמאכט א שלעכטע באשלוס (וואס מ׳דארף טאקע פראסיקיוטן), צו קאלט-בלוטיגע מערדער (די סנייפער). נישט נאר איז עס נישט די זעלבע זאך, נאר עס קומט נישט צו באגרייפן די צוויי צוזאם.

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:46 am
דורך BAL TSHIVA
בילד

Sent from my XT1254 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:46 am
דורך שבת אחים
כהאב געמיינט אז אין טעקסעס ווי סאיז דא די מערסטע גאונס איז נישטא קיין שיסערייען? דארט דארף דאך זיין די מערסטע סעיף לויט ראוש לימבא?

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:52 am
דורך פליקער
שבת אחים האט געשריבן:כהאב געמיינט אז אין טעקסעס ווי סאיז דא די מערסטע גאונס איז נישטא קיין שיסערייען? דארט דארף דאך זיין די מערסטע סעיף לויט ראוש לימבא?

דער ערשטער גוי האט דאך געהאט א לייסענס גאן, און דעריבער האט מען אים מכבד געווען מיט אלע ארבעה באנדלעך, ווען ער האט ווען נישט קיין גאן, איז ווען נישטא קיין פראטעסט, און נישטא קיינע סנייפערס

Sent from my VS987 using Tapatalk

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:52 am
דורך קל וחומר
שלום שטיסל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט.
די זעלבע לאגיק וואס זאגט אז שווארצע לעבנס מאכן אויס, זאגט פונקט אזוי אויף פאליציי.
זענען 'אלע' פאליציאנטן רוצחים?

פון איין זייט זענען די געשאסענע שחורים געווען פארברעכער (און כ'וועל נישט זיין סורפרייזט צו הערן אז זיי האבן שוין געמארדעט במשך זייער לעבן).
לעומת פאליציאנטן וואס זענען געווען אונטער שווערע דרוק און פארלוירנקייט.

די פאליצי וואס הארגעט אומשולדיגע שווארצע יוגענטליכע זענען מערדער און רוצחים. דער שווארצער וואס הארגעט פאליציי איז א אנגעווייטאגטער אויף די פאליציי וואס דיסקרימינירט קעגן זיין ראסע. ס׳איז נישט קיין אקט פון דיסקרימינאציע נאר פון יושר׳דיגע אנגעווייטאגטקייט. כאטש די מעשה רציחה איז גענצליך נישט בארעכטיגט.

ווער איז 'פאליציי'???
א ראסע?
איין מענטש?
אלגעמיינע רוצחים?
זענען אלע פון זיי קארופטירט ווייל מ'האט לעצטנס געפאקט אפאר?
וויזוי ארבעט דאס?
נאר שחורים טאר מען נישט כולל זיין אין א ראסע גרופע?

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 1:34 am
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל האט געשריבן:דאס אמעריקאנע געזעץ געבט צופיל מאכט פאר די פאליציי און פאר אנדערע באערדע ווי ריכטער און גארדס אין תפיסה, דער פאליציי שטייגט ארויס מיט זייער אומענטשליכער געפיל צו ציווילע, (אפילו א פשוטע טרעפיק טיקעט קומט געווענדליך מיט עפעס א מין נעסטי׳קייט און חוצפה.) אבער וואס ס׳באדערט פאר די אמעריקאנע איז דאס הרגענען מענטשן יעדע שני וחמישי, און די דיסקרימינאציע קעגן מינארעטיס, דאס ברויך זיך ענדיגן באצייטענס, און איבער אלעם שטייגט איבער די אומרעכט אז עפ״ר ווערן זיי נישט געפינען שולדיג.

דעם סנייפער וואס איז לכאורה א שווארצער וואס איז אנגעווייטאגט אויף דאס ליידן פון זיינע ברודער פארשטיי איך מער פארוואס ער האט געטוהן די ׳אומרעכט׳ פון אומברענגן פיר אפיצירן ווי די אפיצירן וואס זענען לעצטענס געווען אין די נייעס פארן אומברענגן שווארצע.

איך קען זעהן א ציוויליזירטע מענטש מיט א הארץ פון א בשר ודם טוהן א אקט וואס דער סנייפער האט געטוהן ווען זיינע ברודער שטייען אויס דיסקרימינאציע, אבער איך קען נישט זעהן א נארמאלע מענטש טוהן א אקט פון הרגענען א מענטש אן קיין סיבה.

שלום שטיסל: אמת אז הרג'נען אומשולדיגע מענטשן דארף אפגעשטעלט און פארדאמט ווערן. אבער לאמיר קוקן די מציאות אין פנים אריין. וועלכע גרופ, פון אלע שבעים אומות וואס געפונען זיך אמעריקע טוען די מערסטע ווייאלענט קריים...? פארשטייצעך. אז די שווארצע אלס גרופ. וועלכע גרופ האט געהרג'ט די מערסטע פאליציאנטן....? אונטער סיי וועלכן פרעטעקסט אדער אמתלא וואס די ליבעראלע פרעסס געט אן...?! יא. די פאליס אלס א גרופ זענען אפשר צו שנעלל אויפ'ן צינגל פון זייערע גאנס. אבער דער אמת לפי פשוטו (אויסער די איינצלנע ראסיסטן און רוצחים צווישן זיי.) איז, אז זיי האבן מורא פאר זייער לעבן. און א פארשפעטיגונג פון א סעקונדע קען מיינען אז זיי וועלן נישט אנקומען אהיים לעבעדיג צו זייער משפחה...! פארוואס הערט מען נישט למשל אז די פאליציי זאללן אויסהרג'נען כלומרשט ...אומשולדיגע היספאניקס אדער כינעזער...אזוי ווי זיי הרגנ'ען ..."אומ-שולדיגע" שווארצע...?!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:10 am
דורך יואליש
די בילד פונעם מאן מיט די רייפל ביי די לענדן קען זיין א ציווילע מאן. דאלאס (און אנדערע פרא גאן שטעט) איז אן "אפען קערי" סיטי, דאס מיינט אז ס'איז לעגאל זיך צו דרייען מיט א לאנגע ביקס בפומבי און די פאליציי קען גארנישט טוהן. ס'איז פארהאן א גאנצע באוועונג אינערהאלב די גאן ליבהאבערס צו קעמפן פאר "אפען קערי" רעכטן, און ווערן באליידיגט אויב איינער דערשרעקט זיך ווען זיי שפאצירן קויפן מילך מיטן חרבו אסורים על מתניו.

ס'לוינט זיך צו כאפן א בליק איבער יוא טוב וויאזוי די גאן אבסעסיע ווערט געקעפט ווי א הייליגע רעליגיעזע קאמף.

https://www.youtube.com/results?search_ ... open+carry

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:43 am
דורך פידלער
וואס האלטן מענטשן דא איבער די ארטיקל?

www.washingtontimes.com/news/2015/apr/21/police-kill-more-whites-than-blacks-but-minority-d/

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:02 am
דורך שבת אחים
לדעתי, אפגעזעהן צי די מאטיוו איז ראזיסים צי נישט וואלט די אמעריקענע פאליציי און לאו ענפאורסמענטס נייטיג געדארפט אריבערגייען א מעידזשאר טשעינטש אין זייערע פאליסיס וויאזוי זיי פירן זיך אויף אזוי אגרעסעוולי און דיסרעספעקטפול צו זייערע בירגער, מ׳קען אנגעבן הונדרעטער משלים ווי אומבארעכטיגט די אמעריקאנע פאלציי און יוסטיץ סיסטעם זענען, מיך האט מען שוין ארעסטירט אפאר מאהל ליידער און איך בין אדורך די גאנצע סיסטעם און איך בין יעדע מאל ריין געוואשן געווארן און גארנישט איז געבליבן אויף מיין רעקארד - דאך האב איך געדארפט דורך גיין 30 שעה אן קיין מינאמלע מענטשליכע רעכטען, סאיז ממש נישט נארמאל וואס מען טוט אין אמעריקע צו אומשולדיגע מענשטען איידער מ׳האט זיי בכלל גע׳משפט ווארפט מען זיי אריין אין פארשטינקענע אנגעפישטע לאך מיט א באנדע חולרע׳ס אן קיין לופט, עסען, טעלעפאן, ביה״כ, אלעס ווייל איינער האט געזאגט אז איך האב געטוהן דעס און יענץ וואס איז בכלל נישט געוועהן אמת, אמעריקא וואלט זיך גע׳מעגט לערנען פון די פראגרעיסיווע אייראפע וויאזוי פאליציי וואלטן זיך געדארפט אויפפירן צו ציווילע מענטשען אין א נארמאלע סאסייעטי, אמעריקא איז די ערגסטע אין דעם פון אלע אנדערע פארגעשריטענע לענדער, מיר לייגן אריין די מערסטע מענטשען אין תפיסה פון אלע לענדער אויף די וועלט, רוב פון די געזעצן זענען נאך פון די אלטע צייטן פון די 1800 יאהרן און זענען קיינמאל נישט געווארן אפדעיטעיט.

פאליציי דארפן זיך אויסלערנען אז זיי זענען דא צו סערווירן די מענטשען און נישט צו נערווענירן די מענטשען! זיי דארפן וויסן אז אפילו זיי האבן א גאון און א בעידזש מיינט נאכנישט אז זיי מעגן בעלבאטעווען אויף א יעדעם איינעם, ווען א ציווילע מענטש זעהט א פאליציי וואלט ער זיך געדארפט פילן סעיף אז איינער היט אויף אים און נישט פילן דערשראקן אז ער זוכט אים אפצושטעלן אדער ארעסטירן.

חוץ מזה וואס איז זיכער פארהאנען א שטארקע ראסיזים פראבלעם אינערהאלב די פאליציי דיפארטמענט וואס איז א גרויסע בראך פארזוך אליינס.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:25 am
דורך הוגה
[justify]
קל וחומר האט געשריבן:ווער איז 'פאליציי'???
א ראסע?
איין מענטש?
אלגעמיינע רוצחים?
זענען אלע פון זיי קארופטירט ווייל מ'האט לעצטנס געפאקט אפאר?
וויזוי ארבעט דאס?
נאר שחורים טאר מען נישט כולל זיין אין א ראסע גרופע?


א ראדיא שאו האוסט איז מסביר פאר א פאליציאנט פארוואס די פאליציי אליינס זענען שולדיג אז די פאלק האט זיי פיינט.

.[/justify]

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:36 am
דורך קל וחומר
ער איז א גרויסע אידיאט און בהמה.

נישט יעדע מעשה וואס קוקט אויס שלעכט מיינט אז ס'איז טאקע שלעכט. ווילאנג די זאך איז נישט אריבער קיין אויספארשונג קען קיינער נישט נעמען קיין שטעלונג. (צו ווייסטו וואס קומט פאר פסיכאלאגיש ביי א פאליציאנט אין מח וואס טרעפט זיך אן מיט א גרויסע שחור וואס שטעלט א ווידערשטאנד, און איז חשוד אויף רציחה? ס'איז זייער גרינג צו רעדן מתוך פאטעטא קוגל אויפן קאוטש)

חוץ מזה האב איך נישט געזען אז די אלגעמיינע שחורים זאלן מאכן רייאטן צו פראטעסטירן די שחורים וואס מארדן און רעיפן וכו', מעג איך יעצט ארויסגיין אויף א בלוט-באד אויף זיי???

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:53 am
דורך הוגה
[justify]דאס נעמט גארנישט אוועק פון זיין טענה אז ווען מענטשן זעהן אז פאליציאנטן פארדאמען קיינמאל אנדערע פאליציי ברוטאליטעט, "מיינען זיי" אז אלע פאליציאנטן סאנקציאנירן ברוטאליטעט. דאס איז פונקט די זעלבע סיבה פארוואס א סאך מענטשן מיינען אז אלע מוסלמענער זענען דזשיהאד שטיצער ווייל מ'הערט נישט (מ'פלעגט נישט הערן) קיין פארדאמונג.


.[/justify]

Re: Breaking news alert shots fired at the Black lives matte

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:08 am
דורך קל וחומר
וואס וואלסטע מער געפארכטן, צו זיין א שחור אין געגנווארג פון א פאליציאנט, אדער זיין א ווייסער פאליציאנט אין געגנווארג פון א קרימינאלע שחור?

די סיבה פארוואס פאליציי פארדאמט נישט איז ווייל אסאך שחורים (וואס האבן יא באקומען אביסל...) פארדאמען אויך נישט.
ס'איז נישט שייך צו פארדאמען ווילאנג מ'שטעלט זיך אין יענעמס מצב, און ווייזט אויס אז פאליציאנטן (ווייסע און שווארצע) קענען זיך די בעסטע פארשטעלן דעם מצב.

עכ"פ קיין רעכט צו שרייען אויף די פאליציי האט ער זיכער נישט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:31 am
דורך הוגה
I disagree