נשלח: מאנטאג יולי 17, 2023 10:32 pm
און האסט נאר געטרינקן די הייסע טיי אדער האסט אריינגעשווערצט קאלטע געטראנקען אזוי ווי איך...?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=10707
יא, און ביים באגראבן האט מען אים אריינגעלייגט עפרא לפומיה...קאך_לעפל האט געשריבן:ער איז היינט געשטארבן!
שאלתיאל האט געשריבן:בד"ה. איך האב געהערט אמאל פון איינעם אז ר' אהרן מרדכי האט פארציילט אז אלץ יונגערמאן האט מען אים ממליץ געווען צו לערנען מסילת ישרים מיט זיין ווייב כדי זיי זאלן ווערן נאנט איינער צום צווייטן, נאך א שטיק צייט האט ער אויפגעהערט ווייל זיי זענען שוין געווארן צו נאנט..
עיין בפי' מילתא דבדיחותא סימן רנ"ז סעיף א' שם והבןברוך שפינוזה האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געכאפט דעם דשאוק? דאס דארף אפשר צו זיין דארק הומער? איך פרעג פשוט אלץ שיחת חולין של תלמידי חכמים.
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דאאיציקל האט געשריבן:אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...צקון לחש האט געשריבן:האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דאאיציקל האט געשריבן:אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
מיר זענען דאך אזאנע צו'מזיק'טע נפשות, ה"ישמן למאור האט געשריבן:אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...
געווען איז ער אינמיטן שנה ראשונה, און ער האט געפלאנט צו פארן קיין א"י פאר א דבש לבנה מיטן ווייב. די נאכט פארן ארויספארן באקומט ער א ריף פונעם גבאי, "די רבי לאזט דיר שוין ריפן"! שנעל איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן. די רבי זאגט אים, "לויט די שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט מיט אזא חודש צוריק, קומט אויס אז די ווסת גייט אנקומען אינמיטן די נסיעה, און מיר פירן זיך אז פרויען גייען נישט אויף קיין קברים אפילו קברי צדיקים, איז זע אז זי זאל נישט גיין קיין מירון"...
די אינגערמאן איז געשטאנען אזוי פארלוירן... און געזאגט, אקעי, כ'גיי איר זאגן נישט צו גיין...
נאך די נסיעה... די אינגערמאן קומט אהיים, און די רבי לאזט אים ווידער ריפן... ער קומט אריין צום רבי'ן, און די רבי פרעגט אים... "נו... וויאזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט"? דער אינגערמאן האט פארזיכערט פארן רבי'ן אז די ווסת איז ערשט אנגעקומען א טאג נאכן גיין קיין מירון... והכל על מקומו יבא בשלום...
כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.צקון לחש האט געשריבן:האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דאאיציקל האט געשריבן:אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
וואס הייסטאיציקל האט געשריבן:ברוך דיין האמת. איך האב נישט זוכה געווען אים מיטצוהאלטן פון נאנט, אבער געהערט שוין כמה וכמה ענינים פון דעם אדם גדול. איין זאך וואס שטערט מיר איז ווען מ'באטיטלט אים אלס 'משב"ק אצל אדמו"ר מבעלזא זצ"ל'. אודאי איז עס א חשוב'ע און טייערע זאך, אבער כ'מיין אז קיינער זאגט נישט אויפ'ן ר"ר הירש מרימונוב, 'משב"ק אצל אדמו"ר ר"ר מענדעלע מרימונוב', נאר ליבערשט איז עס א פרט פונעם גאנצען מענטש, וה"ה כאן.
..
ר' ישעיה'לע האט זיך אזוי אונטערגעשריבן מתוך עניוות ושפלות רוח, נישט וועלענדיג אנערקענען סיי וואספארא אנדערע מעלות ער האט באזיצן.התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן: וואס הייסט
רבי ישעי' קרעסטירער פלעגט זיך אסאך אונטערשרייבן משב"ק רבי צבי הירש מליסקא... אוודאי איז דאס א גרויסע זאך
היה טוב וטוב שהיההתם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איי איי
אזל גברא רבא ס'איז פארלוירן געווארן א שטיק אנטיק פון דער אמאל'יגע סארטן יודן, פון דער העכערע סארטן יודן....
ס'איז א אבידה שאין לו תמורה...
ביזט זיך א שטיקל סותר, אויב איז עס א הנהגה וואס מ'זאל זיך דערפון נישט אפלערנען איז דאך פון דעם געדרינגען אז ס'איז נישט קיין גוטע הנהגה און דערפאר אן עוולה מצדו, איא? באמת איז עס א שטיקל רשעות צו צונעמען א מענטש ווען די קערפער איז נאך פריש (דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבן קלאר וואס איך האב געזעהן שלעכט ביי איהם), אבער אז מ'האט איהם שוין יא צושמירט איז כדי אראפצונעמען די קטרוג פון איהם אז מ'לערנט זיך אפ ערלויב איך מיך צו זאגן. די אויבנדערמאנטע מעשה ברענגט זייער גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודה, אבער חס ושלום דאס אנצורופן "עבודת השם" וואס דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, דאס איז חירוף וגידוף כלפי מעלה. אוודאי דארף מען מלמד זכות זיין אויף איהם אז ער איז דורכגעגאנגען א האלאקאוסט וואו ער האט געארבעט ביי די קרעמעטאריומס און געדארפט פארברענען זיינע אייגענע עלטערן און געשוויסטער רח"ל, און די פיזישע און גייסטישע וואונדן פון די מכות אכזריות וואס ער האט דארט באקומען האבן איהם באגלייט ביז'ן קבר אריין, איך רעד מיך נישט איין פאר איין רגע אז ווען איך וואלט דורכגעגאנגען וואס ער האט וואלט איך מיט איין האר בעסער געוועהזן, אבער דאס נעמען פאר א ראול מאדעל און זיך קאכן אין זיין "גרויסקייט" און "העכערקייט"?! זענט עטץ פון קאפ געפאלן? נישטא דא קיין גרויסקייט, נישטא דא קיין העכערקייט, דאס איז פראסט און פשוט האלאקאוסט קאשמארן. מ'דארף אנקוקן אזא איד פונקט ווי מ'קוקט אן א איד וואס איז דורך די האלאקאוסט גהינם און אפגעפארן אלס רעזולטאט, די איינציגסטע חילוק איז אז דער אפגעפארענער האט דירעקטירט זיין כעס פונעם מענטשהייט אויף גאט און אזעלכע מענטשן ווי רא"מ האבן דירעקטירט זייער כעס פון גאט אויף דאס מענטשהייט. דאס קעפל פון דעם אשכול וואלט געדארפט צו זיין "אן אוישוויץ איבערלעבער", דאס קעפל "א פארצייטישער איד" איז אן עוולה קעגן די בני דורו וואס נישט געהאט די גייסטישע וואונדן וואס ער האט געהאט און האבן זיך יא אויפגעפירט ווי די תורה הקדושה פאדערט.איציקל האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.צקון לחש האט געשריבן:האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דאאיציקל האט געשריבן:אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט: