בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 9:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
דער מלבים האט זיך זייער גשעלאגען אקעגן די השכלה.

איין פורים האט איהם איינער פון די משכילים פון זיין שטאט געשיקט משלוח מנות מיט א בילד פון א חזיר אריין געלייגט.

האט איהם דער מלבי"ם צוריק געשיקט משלוח מנות מיט א בילד פון זיך אליין. צולייגענדיג א צעטעלע, ווי ער האט אנגעשריבען...

יישר כחך פאר'ן מיר שיקן דיין בילד, דא האט איהר מיין בילד.

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 10:39 am
דורך ציבעלע-קיגל
צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז אז איינער האט באגעגענט א "איש" א "מענטש".

ביי יעקב אבינו שטייט.. ויאבק איש עמו. און ביי יוסף הצדיק שטייט... וימצאהו איש והנה תועה בשדה.

ביי יעקב אבינו זאגט רש"י, אז עס איז געוועהן "שרו של עשיו". און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל.

שטעלט זיך א שאלה, פון וואו ווייסט מען? פון ווי ווייסט רש"י אז ביי יעקב אבינו איז דאס געוועהן עשיו'ס מלאך און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל?

האט געזאגט דער הייליגער ר' משה ליב סאסאווער זצ"ל, ווען מען טרעפט א מענטש און ער פרעגט דיר "מה תבקש? מיט וואס קאן איך העלפען? דאס איז מלאך גבריאל. אבער אויב ווען דו בעטס פון איהם עפעס, אפי' "ברכתני בענטש מיר, און אנשטאט דיר העלפען ווערט ער א פרומער און זאגט, אוי איך דארף גיין דאווענען (זאגען שירה) איך דארף גיין לערנען, איך דארף, איך דארף, דאס איז עשיו'ס מלאך!

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 12:13 pm
דורך איש חזון
די לעצטע צוויי פון [tag]ציבעלע קיגל[/tag] זענען 19 20.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 12:39 pm
דורך איש חזון

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 1:50 pm
דורך איש חזון
21.
איך געדענק ליינען ערגעץ וואו דא אין ק"ש אז א מזרחי'סט האט אמאל געזאגט אום ה' אייר פאר א קנאי, מיר האלטן ביידע אז דער דגל הציוני איז א חפץ של מצוה, נאר אונז האלטן הנחה עושה מצוה און ענק האלטן הדלקה עושה מצוה...

22.
איינער האט אמאל געפרעגט הרב אלישיב אויב ס'איז דא אן ענין צו גיין צום כותל פון צייט צו צייט, האט אים רב אלישיב געזאגט אז איינער וואס גייט נישט איז אזוי ווי איינער וואס האט א מאמע אן אלמנה וואס וואוינט ביי אים אין שטאט און ער גייט איר נישט באזוכן. פון דעמאלטס האט דער שואל אנגעהויבן צו גיין באזוכן זיין מאמע.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 11:44 am
דורך אברך משי
22
דאס דערמאנט מיר פון דער תלמיד וואס זיין רבי פלעגט זאגן א קורצע שיעור אין מוסר און חסידות נאך ווען ער האט געענדיגט פארצולערנען א בלאט גמרא תוספות, און דער רבי האט עס צוגעגליכן צו איינער וואס עסט א גוטע טעלער טשאלענט און דערנאך טרינקט ער צו א קאלטע גלעזר סעלצער כדי צוצולייגן גישמאק צום טשולנט, די זעלבע איז מיט לערנען מוסר נאך די גמרא. דער תלמיד זאגט אז די טעם פון זיין רעביס שיעורים ליגט עם נאך אין די ביינער עד היום הזה, אז ווען ער עסט א גוטע טעלער טשאלענט איז ער שטארק מקפיד נאכצוטרינקן א קאלטע גלעזל סעלצער טאקע
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 1:30 am
דורך berlbalaguleh
איש חזון האט געשריבן:21.
איך געדענק ליינען ערגעץ וואו דא אין ק"ש אז א מזרחי'סט האט אמאל געזאגט אום ה' אייר פאר א קנאי, מיר האלטן ביידע אז דער דגל הציוני איז א חפץ של מצוה, נאר אונז האלטן הנחה עושה מצוה און ענק האלטן הדלקה עושה מצוה...

22.
איינער האט אמאל געפרעגט הרב אלישיב אויב ס'איז דא אן ענין צו גיין צום כותל פון צייט צו צייט, האט אים רב אלישיב געזאגט אז איינער וואס גייט נישט איז אזוי ווי איינער וואס האט א מאמע אן אלמנה וואס וואוינט ביי אים אין שטאט און ער גייט איר נישט באזוכן. פון דעמאלטס האט דער שואל אנגעהויבן צו גיין באזוכן זיין מאמע.

איש חזון: דער ווערטל #21 איז דאך עפעס אזא מין באמבע. דער מזרח'יסט האט געמוזט זיין א גרויסער ת"ח. אבער ליידער פון די סיטרא אחרא. מדי דברי, האביך מיך דערמאנט אן אנדער ווערטל פון איינעם פון די אינשי דלא מעלי אויך א גרויסער ת"ח. מסתמא איז ער פון די סיטרא ד'קדושה. מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האקט אזוי שטארק אויף די ציונים. געב א קוק זאגט יענער. זיי האבן דאך דעם מוסד הרב קוק וועלכער געט ארויס אזעלכע שיינע ספרים. האט יענער פערד (פון די סיטרא דקדושה) געענטפערט אזוי...בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכע איד נישט קענען לערנען קיין תורה. ווער וועט יא קענען?! פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט...און דער פערד איז פון די גרויסע מענטשן אין סאטמאר אויף ראדני... :roll: :twisted:

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:39 am
דורך ציבעלע-קיגל
איש חזון האט געשריבן:די לעצטע צוויי פון [tag]ציבעלע קיגל[/tag] זענען 19 20.

איש חזון האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=9843


חטאתי

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
~ווען די גייסט אויפן גאס, קוק ווי דו גייסט, אז דו זאלסט נישט אריינוואקן אין מענטשען~

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:30 pm
דורך אלפא
Inspired by the Arts
Pinned by the Laws
Guided by Philosophy
Paved by the Social Sciences
-Natural glory sparks, through the Mathematical lens

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:51 pm
דורך פונדאַמענטאַל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:14 am
דורך אלפא
ידיעות (-knowledge) קען מען קונה זיין איבעראל, וואו גייט מען צו קונה זיין חכמה (- wisdom)?

צו דער וואס קען געבן א צופרידנשטעלענדע דעפינאציע דערפון!

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:00 pm
דורך פאלאצ'ינטא
23

געהערט א גוט ווארט פון דער אמרי אמת ז"ל פון גור.
דער ווארט איז אמת געוועהן ווען ער האט עס געזאגט און איז נאך מער אמת היינט(יגע צייטען)

(לעצטע וואך) אין פרשת יתרו שטייט ביי קבלת התורה, וכל העם רואים את הקולות. מען האט געקענט זעהן די ווערטער.

פרעגט דער אמרי אמת פארוואס? פארוואס האט מען געדארפט זעהן די ווערטער?

ענטפערט ער ווייל טאמער וואלט מען נאר געהערט וואלט מען געמיינט אז למשל לא תרצח שטייט מיט א וא"ו, לו תרצח אזוי ווי מען טייטשט עס היינט... יענעם מעג מען הרג'נן (אדער גאר א מצוה צו הרג'נן)

האט מען געדארפט זעהן אז עס איז לא מיט אן אל"ף

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
ביים נודע ביהודה איז אמאל געווען א מעשה. ס'איז פארלוירן געווארן א בייטל מיט געלט. דער חשד איז געפאללן אויף איינעם א איד א מתפלל אין ביהמ"ד וועלכער האט זיך געהאלטן פאר א "שיינער איד" און א תלמיד חכם. דער עולם האט נישט געוואוסט וויאזוי צו קאנפראנטירן דעם מענטש איבער די גניבה.

דער נודע ביהודה האט איהם געלאזט רופן. צוערשט האט ער נישט געוואלט קומען. מורא האבנדיג אז דער רב וועט אים אויספרעגן איבער דעם געלט. ווען ער איז שוין ענדליך געקומען האט איהם דער רב שיין באגריסט. ער האט בכלל נישט גערעדט איבער די גניבה. דער נוב"י האט אויפגעמשיט א חומש. ר'האט איהם געפרעגט א "קשיא"...ס'שטייט ביי די עשרת הדיברות (אין פ' יתרו) לא תגנוב. נאכדעים שטייט נאכאמאל (אין פ' משפטים)...לא תגנובו, ולא תכחשו...! אויב ס'שטייט שוין איינמאל לא תגנוב פארוואס דארף שטיין נאכאמאל לא תגנובו? נאר---זאגט דער נוב"י אויב ס'וואלט נאר געשטאנען לא תגנוב וואלט איך געמיינט אז די תורה זאגט לא תגנוב. דו פראסטער יונג דו עם הארץ טארסט נישט גנב'ענען. אבער דער שיינער איד דער ת"ח מעג יא. דערפאר שטייט לא תגנובו...איהר שיינער איד (ווייזנדיג אויפ'ן בעל דבר) טארט אויך נישט גנב'נען...!

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
מדי דברי: האביך מיך.. דערמאנט אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'ווערט געברענגט אין ספר אילה שלוחה פון הרב נפתלי שווארץ (א זוהן פן קול אריה.) אין די שטאט מאד אין אונגארן וואו ער איז געווען דער רב. און ער האט געהאט א ישיבה.

אמאל אין אן ערב שבת ביים זמן פון לעכט צינדן ווען דער רב איז שוין געווען גרייט צו גיין אין ביהמ"ד, קלאפט אריין א א איד אין זיין טיר. ער איז געווען א סוחר פון אן אנדערע שטאט. ער האט געברענגט א בייטל מיט געלט. ער האט געבעטן אז דער רב זאלל עס באהאלטן פאר שבת. צוערשט האט דער רב נישט געוואלט. נאר דער איד האט שטארק געבעטן האט ער מסכים געווען.

מוצאי שבת איז דער מענטש געקומען אפנעמען זיין געלט. דער רב האט איהם אהינגעגעבן דאס זעקל אזוי ווי ער האט עס באקומען.

פלוצלינג זונטיג אינדערפריה הערט מען א שמועה אז דער סוחר האט געגעבן געלט פאר'ן רב צו באהאלטן. און ס'האט געפעהלט 50 רובל (אדער די מטבע פון לאנד). דער רב האט איהם געפרעגט..."פרובירט אייך צו דערמאנען. אפשר האט איהר אויסגעגעבן דאס געלט און איהר געדענקט נישט". יענער זאגט...ניין. איך האב נישט אויסגעגעבן קיין איין פרוטה. און יעצט פעהלט דער סכום. ס'איז געווארן גרויסער "שטינק" ווי מ'זאגט. א יעדער האט גערעדט פון דעים. דער ראש הקהל האט זיך זייער שטארק געשעהמט. ער איז אריבערגעקומען צום רב אין שטוב און געזאגט אז די קהילה איז גרייט צו באצאלן פאר יענעם מענטש די געלט. ווייל ס'איז א גרויסער חילול ה'. דער רב האט בשום אופן נישט מסכים געווען. ער האט געזאגט...איך האב נישט גענימען זיין געלט. נאר דער מענטש האט נישט נאכגעלאזט. און ער איז ארומגעגאנגען פארשפרייטן א שמועה אז דער רב האט גענימען זיין געלט. פארשטייצעך אז דער רב האט געהאט גרויס עגמת נפש פון די זאך.

דארט איז געווען א גוטער פריינט פונ'ם רב. ער האט געלאזט רופן דעם סוחר.ער זאלל קומען אין ביהמ"ד. דער סוחר איז געקומען. מ'האט אויפגעמאכט דעם זעקל געלט. און, ער טענה'ט נאכאלץ אז ס'פעהלט 50 רובל. דער גוטער פריינט פונ'ם רב האט גענימען דעם זעקל און ער האט עס אויסגעשאקלט. איז ארויסגעפאללן א צעטל. א רעסיט פון א טעלעגראם אז דער "סוחר" האט געשיקט 50 רובל פאר זיין ווייב צו באצאללן עפעס א בילל. דער "סוחר" האט זיך זייער שטארק געשעהמט. ער האט געזאגט."אוי. כ'האב אינגאנצן פארגעסן אז פרייטאג האביך געשיקט די 50 רובל. ער בעהט אז דער רב זאלל איהם מוחל זיין...!

די בחורים וועלכע האבן צוגעזעהן די גאנצע סצענע האבן אנגעכאפט דעם מענטש. זיי האבן איהם ארויפגעלייגט אויפ'ן באלעמער און אנגעהויבן אריינצו שמייסן אין איהם. ער האט די גאנצע צייט "מצדיק את הדין" געווען. ער האט געזאגט. יא זיי זענען גערעכט ס'קומט איהם די קלעפ...!

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:25 am
דורך פאלאצ'ינטא
שפוך חמתך אל הגוים... שפך עליהן זעמך...

פארוואס עפענט מען דער טיהר ביי שפוך חמתך און מען זאגט דער תפילה וועליכע מען בעהט ביי רבש"ע ער זאהל נקמה נעמען אין די גוים?

מען גיבט א משל אויף דעם ווען א מאמע דארף ארויס לויפ'ן עפעס קויפען און לאזט איבער די קינדער אינדערהיים. ווען די מאמע קומט אהיים שרייט דער קליין אינגעלע... וועגען זיין ברודער...

מאמי! שלאג איהם! דו ווייסט וואס ער האט מיר געטוהן? ער האט מיך... שלאג איהם!

פסח ביינאכט ווען אליהו הנביא קומט אריין מבשר זיין די גאולה... און ווי מען ווייסט קומט דער באשעפער אראפ קוקוען ווי די אידן פירן זייער סדר נאכט...

שרייט מען צו איהם... די ווייסט וואס די גוים האבען אונז געטוהן, שפך עליהם זעמך... גיס אויס דיין צארען דיין כעס אויף זיי... האק אריין אין זיי...



זאהל שוין באמת מקוים ווערען

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:56 pm
דורך berlbalaguleh
דעם פארגאנגענעם פסח ביינאכט וואו איך בין געווען א גאסט ביים סדר. ביי מיין זון. ווען דער טאטע האט געשיקט די אייניקלעך אויפמאכן די טיר ביי שפוך חמתך. זאגנדיג אז ס'איז היינט א ליל שימורים. האב איך געזאגט פאר די קינדער. זאגטס עס פאר די גנבים פון טווין עוועניו...!

דעם דזשאוק קען נאר פארשטיין איינער וואס וואוינט אין מאנסי אין די געגנט פון טווין עוו. דארט איז דא 2 בילדינגס וואס איז באזעצט מיט גנבים און רויבערס. זיי זענען זייער גוטע קאסטומערס פון די פאליס.