בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 12:35 am
דורך [NAMELESS]
בדיוק!
אויב זאל אן אדמו"ר היינט צוטאגס זאגן אזא 'מה רבו מעשיך השם', נאכן אריינבאמפן, וואלט די וועלט געגאנגען כאדאראם.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 1:00 am
דורך קל וחומר
דאכציך ס'איז א בבלי ע"ז דף כ.

Re: משלי שש - פרק ב'

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 8:11 am
דורך מפוזרי
זבולון האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:הבנתי, אבער ס'האט מיר געראזשעט דאס צושטעלן אברהמס ברען פארן אמת, (ס'נישט נאר עפּעס א טעאריע) צו די היינטיגע.


האסט שוין אזויפיל מאל געשריגן אז א טעאריע מיינט עפעס וואס איז נישט אמת, אז דו האסט שוין פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געוואוסט) וואס איז די ריכטיגע דעפינאציע פון א טעאריע.


ווען און וואו האב איך דאס געשריגן?

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
כמדומה אז [tag]זבולון[/tag] האט דיר פארטוישט מיט [tag]הקטן[/tag].

Re: משלי שש - פרק ב'

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:43 pm
דורך מפוזרי
ס'מיר א כבוד. אבער איך מאך דאך נישט אזויפיל ספעלינג מיסטעיקס? [emoji6]

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן קען נישט צו גוט אידיש, ער איז א EFL (אינגליש עז פירסט לענגוויטש)

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:כא. וויפיל מער א קערל ווערט אריינגעקוועטשט אינעם ערד, אלץ גרעסער די שאנסן א ביימעלע זאל וואקסן.

אויף דעם געדאנק האב איך אפגעשריבן אמאל א לענגערע שטיקל פאעזיע: א קאלטע הערבסט טאג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:09 am
דורך [NAMELESS]
דא האט איר משלי שש - פרק ג'.

Re: משלי שש - פרק ב'

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 7:53 pm
דורך מי אני
אדנירם האט געשריבן:יט. פארשטאנד איז זייער באגרעניצט, און דאס זעלבסט גרעניצט מיט פארשטאנד.

כג. פרוביר נישט אויפצוקלערן דעם מאלפע, וואס איז גענוג צופרידן מיט זיין באנאנע.
.

בנוגע אות יט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס אלכסנדר דומא האט געזאגט:
“One thing that humbles me deeply is to see that human genius has its limits while human stupidity does not.”

בנוגע אות כג קען מען זאגן אז דאס איז א חלק פונ׳ם לימוד פונ׳ם באקאנטע גמרא אין יבמות סה: כשם שמצוה וכו׳.


Sent from my iPhone using Tapatalk