בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 5:15 pm
דורך קנאק-יענקל
שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא
פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר
ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר
דער חידוש איז, אז בלויז א וואך שפעטער נאך וואס קהל מהר"א קרית יואל האט ארויסגעגעבן דעם איסור אויף די סנוד
איז
דער זעלבער איסור, און טאקע מיט די סאמע זעלבע לשונות, ארויסגעקומען פון קהל מהרז"ל קרית יואל,ס'איז געווען געדריקט אין קרית יואל וואכנשריפט פאריגע וואך, ווער ס'האט אין באזיץ קען עס דא צולייגן.
#איך בין אויך פרום/פרומער...
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב א ראי' מפורשת פון גמרא, אז די קרענק פון אכשר דרא'איזם איז שוין דעמאלס געווען אין קראפט.
די גמרא ברענגט א מחלוקת אויב די תחש איז א כשר'ע חיה אדער נישט. זעט אויס אז די וואס האלטן אז יעדע נייע זאך איז בכלל 'חדש אסור מן התורה', האבן געהאלטן אז ס'איז א טמא'נע חיה, און די וואס האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם האבן געהאלטן אז ס'איז א כשר'ע חיה...
ממש תורה לשמה, ודפח"ח.
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:08 pm
דורך [NAMELESS]
ברענג שוין אראפ די מא"ד פאר דער געלט (אזוי ווי מח' רש"י - ר"ת, רש"י איז דער ליטוואק און ר"ת איז די חסיד. עי' ערך ר"ת'ס זמן, ר"ת תפילין ור"ת גאטשעס...)
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 12:27 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:כ'האב א ראי' מפורשת פון גמרא, אז די קרענק פון אכשר דרא'איזם איז שוין דעמאלס געווען אין קראפט.
די גמרא ברענגט א מחלוקת אויב די תחש איז א כשר'ע חיה אדער נישט. זעט אויס אז די וואס האלטן אז יעדע נייע זאך איז בכלל 'חדש אסור מן התורה', האבן געהאלטן אז ס'איז א טמא'נע חיה, און די וואס האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם האבן געהאלטן אז ס'איז א כשר'ע חיה...
ממש תורה לשמה, ודפח"ח.
אדנירם: איך האב א פארקערטע ראיה. אז אין די ימי המשנה והגמרא איז נישט געווען די משוגעת פון אכשר דרא.
די משנה אין פ' במה אשה יוצאת זאגט (לפי זיכרוני)..."הערביות יוצאות רעולות"...זאגט רש"י אז דאס מיינט מען די אידישע פרויען וועלכע וואוינען אין די אראבישע מדינות מעגן אום שבת ארויסגיין מיט די אלע פארוויקלטע פארדרייטע שאללן וואס די אראבערס (מלפני ימי הנביא מוהאממעד) פלעגן ארויסצוגיין אויפ'ן גאס. איז דאך משמע פון דעם אז די אידישע פרויען זענען געגאנגען אנגעטון נארמאל, צניעות'דיג...אפילו מיט שייטלעך...!
לפענ"ד. איז די גאנצע אכשר דרא קרענק אויפגעקומען דאהי אין אמעריקע וואו דער פעטער האט געטיילט וועלפעיר טשעקס ביד רחבה. און נאכדעם וואס דער טשעק איז שוין ב"ה אנגעקומען אויף ביידע נעמען. און ס'איז נאך פארבליבן א סאך צייט אין טאג, האט מען אנגעהויבן טראכטן וויאזוי מ'קען צוהעלפן פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. איז נולד געווארן די אכשר דרא קרענק...
Re: ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 2:21 pm
דורך יהושע חיים
Re: ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:43 pm
דורך ביליג
דערציילט מיר א חבר א באס דרייווער (נישט ר' בערל שיחיו) ; אז נאך די נייע קול קורא זעהט ער אסאך מער סנודס אויף די היימישע מאמעס.
אפשר א קא-אינצודענס אבער די בריוו פאר די מאמעס ביים ברענגען די קינדער צום באס, איז ארויסגעקומען די זעלבע וואך !?
אולי שניהם לדבר אחד נתכוונו
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:דערציילט מיר א חבר א באס דרייווער (נישט ר' בערל שיחיו) ; אז נאך די נייע קול קורא זעהט ער אסאך מער סנודס אויף די היימישע מאמעס.
אפשר א קא-אינצודענס אבער די בריוו פאר די מאמעס ביים ברענגען די קינדער צום באס, איז ארויסגעקומען די זעלבע וואך !?
אולי שניהם לדבר אחד נתכוונו
ביליג: ס'זעהט אויס אז די ..."פרומע"...באס דרייווערס און די באס רעבעס (וואס איך בין ב"ה נישט איינער פון זיי) וועללן מוזן ארויסקומען מיט אן אפדעיטעד ליסט פון זאכן וואס די מאמעס טוען און ס'שטערט זיי פון האבן מחשבות והירהורים רעים, רח"ל.
אויב איך וואלט ח"ו געווען איינער פון זיי וואלט איך אויכעט צוגעלייגט צו די רשימה אז די מאמעס גייען מיט ווייסע טורבאנ'ס (בבחינת שלאף קאפל) און בלויע פאנדזשולאס (אן אונגערישע ווארט). און מ'קען ח"ו האבן הירהורים פון ציונות,רח"ל מהאי דעתא. פרעגטס נאר אן ביי הרב ישראל מ. סופר. ער האטציך געדרייט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע (ווען ר'איז נאך געווען אין די פעמפערס) און ר'האט געהערט ווי רביה"ק זי"ע האטציך אייביג מתמרמר געווען איבער דעם ענין...
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:19 pm
דורך ארי נוהם
כמה גדול פירצת השעניל ברעי סנוד, אזש ס'האט צוטרעטן דעם כל כבודה בת מלך פנימה, ס'האט גורם געווען אז פרעמדע מענער זאלן אנכאפן א היימישע פרוי, און האט אפילו צוגעברענגט אז איר בילד זאל זיין פארשמירט בראש חוצות.
די טריפה'נע שעניל ברעי האט גורם געווען אז די פרוי זאל זיך משתתף זיין אין א הפגנה, און דאס זענען די תוצאות.
נידער מיט די סנודס!!!
wsi-imageoptim-whatsapp-image-2017-07-27-at-16-46-25.jpeg
פון דא
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס ווילסטו? דאס איז איהר מאן!