בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:17 pm
דורך קאצקע ציקער
שכוח שכוח פאר פיקאסא און שש מיט שטיסל מיט אלע וואס זענען עוסק אינעם מלאכת הקודש. הערליכע אויסגאבע!!
שטילע'ס ארטיקל איז אייזן
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:25 pm
דורך פליקער
מיין וועקער, די פאפקארן איז נאר פאר שיינקייט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:41 am
דורך [NAMELESS]
[center]פאר ווער עס וויל ארויסדרוקן דעם זשורנאל "דער וועקער",
מיט א העכערע רעזאלוציע [ארום 25 מ"ב], וואס מאכט עס פיל קלארער:
אויף גוגל דרייוו.[/center][center]***
דא האט איר דעם זעלבן הויכן רעזאלוציע, מיט bleed marks, וואס איז געמאכט גלייך צו שיקן צום פרינטער עס ארויסצופרינטן. די מעלה דערפון איז, אז עס קומט ארויס די פונקטליכע ריכטיגע סייז [אנדערש ווי פאריגעס מאל]:
אויף גוגל דרייוו.[/center]
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:59 am
דורך ביליג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס געדרוקט ביי מיר, ווייל די פאריגע האב איך נאר געליינט אןיפ'ן קאמפיוטער און ס'האט נישט די זעלבע טעם. איך האב אנגעהויבען ליינען און ס'האט אלע טעמים. איך זעי נישט וויאזוי די קאמאפאני'ס רייסען אזויפיהל געלט פאר זייערע אויסגאבע ווען מיר האבען אזוינס אומזיסט.
די שוסטער גייט בורוועס/אן שיך ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:43 am
דורך דער דאס
אנבעליוועבאל!!
ס'איז שוין שטיל ב"ה, די לעכטיגע קינדערלאך שלאפן שוין, מ'גרייט זיך אן א פיינע הייסע קאווע, מיט אביסל מילעכיגע טשאקלעד, מ'מאכט זיך באקוועם אויף די קאוטש, און מ'נעמט אפיר דעם נייעם 'וועקער' שוין אזוי לאנג געווארט, ענדליך שוין דא, לאמיר גיין.
פאר מ'פאנגט אן ליינען, קען מען נישט צו זיך קומען, פון די וואונדערליך שיינע גרעפיק ארבייט, פון @פיקאסא! יעדע דיטעיל גיבט אזויפיל צו, ס'ברעגט ארויס דאס געשריבענע ווארט, אזוי סאך קלארער.
מ'הייבט אן די עדיטאריעל, דאס מוז זיין @אדנירם! מיט אן איינגעהאלטענע אטעם, לויפן די אויגן איבער די שורות, ס'קומט טרערן, ווען די קינדער פארשטיין אפי' נישט אז עפעס פעלט זיי, צום סוף איז מען מחליט, יא אונז ווילן ארויס קומען פון גרוב.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:44 am
דורך דער דאס
מ'גייט ווייטער, מיט א שמייכל ליינט מען וואס באדערט @שטילע אינגערמאן! ס'איז טאקע אזוי, וויפיל וואלטן געווען שטארקער מיט תפילה בציבור, אן דעם אנשיקעניש מיט די שטיקל זילבער פון הונטען..
מ'ווערט אביסל צומישט, ליינענ'דיג ווייטער, מ'קען זיך אליינס זען אין די ווערטער, א רחמנות אויף ר' נחמן, (אונז אלע) ווי טרעפט מען א ר' אביגדור? @ליטוואק פון בודאפעסט! גיבסט אונז צו טראכטען.
מיט א גאר נאנטע משפחה מיטגליד, וואס גייט ליידער דורך די שרעקליכע מחלה הידוע רח"ל, (השי"ת זאל שוין שיקן א רפואה שלימה בקרוב) לייענט זיך אינגאנצן אנדערש וואס @פליקער! שרייבט, ס'איז ליידער נישט מעגליך משיג צו זיין, וואס מ'גייט אדורך, קיינער זאל נישט גע'פריווט ווערן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:45 am
דורך דער דאס
הר"ר יהודה מ. שליט"א צילייגט די זאך זייער קלאר, עמער זען נעקסטע חודש, וואס די סעלאשען איז, לויט ווי אראפ געלייגט די פראבלעם, מוז זיין אז די עצות אויף דעם זענען אסאך בעסער.
@כעלעם'ר מגיד! שרייבט זייער שיין און טיף, איינס בעסער פון צווייטען.
ווייטער, @אדנירם! פונקט ווי אלעמאל, נאר די בעסטע אייגענע משלים, מ'וויל קוועטשן דעם האנט וואס ווייזט אויף ארויף, ס'גייט נישט, אויש ס'איז נאר א פאפיר.
אז @רויטע וואנצעס! שמועסט מיט גאט, וואס קען מען אריינרעדן.
יעצט איז מען זיכער, ס'קומט א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אפשר וועגן טראמפ? אה, @געוואלדיג! די ביסט גוט, עמער זיך נעמען אין די הענט אריין, און אויפהערן באשולדיגן יעדעם.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:46 am
דורך דער דאס
@דער געוואגטער יונגעל! שרייבט זייער שיין, מ'דארף זיך אפלערנען פון די צדיק, אוועק צוגיבן פון זיך, פאר א צווייטע יוד, זי"ע.
און אזוי ליינט מען ווייטער און ווייטער, ווען מ'באמערקט די קאווע איז שוין קאלט געווארן, די טשאקלעד ליגט נאך אין א זייט, גארנישט געכאפט ווי די זייגער ריקט זיך, אזא וועקער! נאכנישט געווען!
מעומק הלב, א ריזן דאנק! פאר אלע וואס האבן א חלק אין אויפוועקן דעם עולם, ס'דערקענט זיך די שווערע ארבייט, וואס ליגט אונטער אזא פראיעקט.
זאלט עטס אלע געבענטשט ווערן, מיט אלע ברכות!!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:18 am
דורך [NAMELESS]
[tag]דער דאס[/tag], זייער שיין און ייש"כ פארן אראפלייגן דיינע געפילן און באאבאכטונגען איבער די ארטיקלען פונעם וועקער.
ממנו ילמדו ויעשו.
איך אפעליר צום עולם, יעדער זאל זאגן וואספארא ארטיקל האט אים געצויגן, פון וואס ער האט הנאה געהאט, א.א.וו.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהאלטען א וויינעדיגער קינד אין איין האנט און פראבירט צו ליינען מיט'ן אנדערען. די הקדמה פון ר' שש מיט די מאמר פון שטילע, די שרעקעדיגע מעשה פון דער קענסער פאציענט און א חלק פון די מאמר אויף חינוך האב איך אנגעיאגט צו ליינען.
איך קען נישט אויסוויילען וועלכע האט מיר מער געצויגען, הגם דער בעל תפלה סומאטוכע איז מיר פערזענליך נישט קיין פראבלעם, יעדער מנין האט זיך זיין חשבון און מ'וויילט אויס לויט'ן דעמאלסדיגען סדר היום. אבער ס'איז אזוי הערליך געשריבען אז ס'קען זיך דאכטען אז מ'איז געגאנגען קיין וומסב"ג אויף א באזוך.
איך האב נאר איין עצה פאר די מענטשען מיט טענות אויפ'ן בעל תפלה. גייט'ס אליינס צו צום עמוד. זאג נישט אפ ווען מ'בעט דיר, מאכט'ס אן אפמאך צווישען די מתפללים אויף יעדען טאג זאל א צווייטען צוגייען, דער גייט יעדער מאנטאג, צו יעדער צווייטען מאנטאג און דער דינסטאג וכו' וכו'. דער שיף טאשיגע, ברייט הוטיגע, שווארץ זאקיגע, האריג טלית בייטעלדיגע וועט שנעל כאפען וואס דא טוט זיך. איך גלייב אז מ'קען טרעפען פאר איהם א מנין כרוחו פאר סוף זמן תפלה. און טאמער נישט, האט ער א בעסערע עצה. זאל ער אליינס עפענען א שטיבעל און אלע זיין פראבלעמען וועלען געלייזט ווערען.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:35 am
דורך בת קול
שלום שטיסל האט געשריבן:איך שיק אפ אי״ה א קראנץ בלומען לכבוד שבת נחמו פאר מר ענד מרת פיקאסא, ווער ס׳וויל אריינטשיפן זאל אריינרופן 1800flowers און זאגן אז מ׳וויל צולייגן א רויז צו שטיסל׳ס קראנץ.
ווי אויך ווערט איינער געבעטן אויסצופילן די פאלגענדע שורות מיט עפעס קלינגעדיג. [tag]בת קול[/tag] קענסט מאכן עפעס ראמאנטיש? (אגב האסט עפעס פרישע רעצפעטן פאר סיום אין די ניין טעג?)
[justify]פ ........... פ
י ............ י
ק ........... ק
א ........... א
ס ........... ס
א ........... א[/justify]
[center]
פייער
ווערקס
קנאקן
אויף
ס'וועקער
אונזערע!
פיקאסא
You're the firework
Come on
Let your colors burst
Make us go
Oh, Oh, My!
As you shoot across the skyyyyy...
(Tune- Taylor Swift)[/center]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:40 am
דורך פיקאסא
שקויך [tag]בת קול[/tag] שיין שיין!
די ניגון איז פון איהר בעלת פלוגתא פערי, אבאר שוין.
יעצט איז שוין א האלבע גילוי אז די ביזסט טאקע א "בת" קול, ווארום די הערסט צו פרויענישע זינגערס..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
פיקאסא האט געשריבן:שקויך [tag]בת קול[/tag] שיין שיין!
די ניגון איז פון איהר בעלת פלוגתא פערי, אבאר שוין.
יעצט איז שוין א האלבע גילוי אז די ביזסט טאקע א "בת" קול, ווארום די הערסט צו פרויענישע זינגערס..
[tag]פיקאסא[/tag], אי משום הא ביזטו אויך אן אשה, ווארום דו הערסט אויס פערי און דו ווייסט אז די ניגון איז גאר אירע...
-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:41 pm
דורך פיקאסא
גראדע האב איך קאפי פעיסטעד די ווערטער און גוגעל צו זעהן במה דברים אמורים.
שוין, צוריק צום נושא..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
וואס שטערט דיר אז ער איז דיר חושד אלס אן אשה?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:15 pm
דורך קל וחומר
אדנירם האט געשריבן:-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?
יעצט אינמיטן מלחמת תשעת הימים??
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:19 pm
דורך [NAMELESS]
מיט א סיום מעג מען (סיום פון דער וועקער #3)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:35 pm
דורך בת קול
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:47 pm
דורך Chuchem
אדנירם האט געשריבן:-------
ווער לייגט ארויף א לינק צום ניגון דירעקט?
רק מילים, בלי כלי שיר
https://www.youtube.com/watch?v=hx8seY-wdEY פאר נעקסטע וואך, ארגינעלע מיט מוזיק
https://www.youtube.com/watch?v=QGJuMBdaqIwס'האט היינט נאנט צו 800 מיליון וויוס אויף יו טוב.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:50 pm
דורך אויסגערוט
וואסי פשט אז זי געבט ארויס א ניגון אן מוזיק. איז עס פארן היימישער ציבור (שטייצעך נאר פרויען)???
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:47 pm
דורך גר ותושב
אדנירם האט געשריבן:ביז מארגן וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.
די מארגן האט שוין אויפגעשיינט ווי עס קוקט אויס גיי איך עס שוין נישט האבן אויף שבת חזון.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:24 am
דורך פיקאסא
דער פראבלעם מיט אמאזאן איז אז ס'דארף דורך גיין זייערע אוטומאטישע סיסטעם. מ'רעדט צו א מענטש וואס פארשטייט צו פרינטינג און מאכט עס רעדי צו פרינט, דא דארף אלס קלאפן הונדערט פערסענט פאר ער איז גרייט צו עס דרוקן.
דערפאר אויב איז דא איין ווארט וואס איז צו נאנט צו די מארדזשינס אדער איין פיקטשער וואס די רעז איז נישט גענוג הויעך וכדומה וועט ער דאס נישט אדורעך לאזן. רשעים ארורים.
דערנאך ווען מ'פאררעכט עס שוין נעמט עס נאך 12 שעה בדרך כלל ביז זיי קומען צוריק מיט א תשובה אויב ס'איז דורך אדער נישט. אשר על כן שלעפט זיך די צייט. ואתכם הסליחה.
@ליטוואק פון בודאפעסט העלפט באמת שטארק ארויס מיט דעם און לייגט אריין כחות דאס צו ערמעגליכן. תשוחח"ל.