בלאט 2 פון 2

נאך 195$

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:16 pm
דורך געוואלדיג
איך בין בטוח אז דו ביסט א נאה דורש ונאה מקיים וויל אונז זענען יעצט שוין שארט נאר מיט 195$, א דאנק פאר אלע משתתפים לשעבר ולעתיד.

נאך 95$

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:43 pm
דורך געוואלדיג
רבותי ב"ה מיר קומען שוין כמעט אן, נאך געלט איז אריינגעקומען איבער נאכט, א דאנק פאר אלע משתתפים, מיר ברויכן נאך 95$, און מיר זענען גרייט צום נעקסטן דרייוו..

דערגרייכט די ציהל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:20 pm
דורך געוואלדיג
[center]אונז האבן אין די מינוטן דערגרייכט די ציהל פון 700$ מיט א שמוץ אריבער ב"ה,[/center]

א דאנק פאר אלע משתתפים במעט ואם רב יעדער כפי יכולתו, רבותי אונז ווייסן אז אונז קענען שטיצן און אנהאלטן די וויכטיגע אויסגאבע וואס יעצט איז זיין אושפיזא עורו ישנים משנתכם...

אונז דארפן א שטארקע באזע פון חודשליכע פעימענטס, אונז דארפן ביז ר"ה אנקומען צו 1000$ עס זענען דא פילע פלענער פאר חודש תשרי און אונז דארפן אנהאלטן די מאמענטום

אונז זענען דא צו בלייבן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:59 pm
דורך געוואלדיג
רבותי אונז זענען טאקע אויפן וועג אבער קוים אנהויב וועג איך האב מיט א ערנסטקייט פראקלאמירט א 1000$ דרייוו פאר די חודש און ב"ה אז אויפן וועג איז מען שוין, געוויסע סכומים זענען שוין אריינגעקומען און אפילו שיינע סכומים אבער עס איז ווייט ווייט פון אונזער ציהל, רבותי עס איז אונזער שטימע אונזער שופר לאמיר זיכער מאכן אז עס האט א שטארקע באזע.

און איך וויל בעטן א געוואגטע בקשה! אנשטאט צו געבן יעצט איינמאל אביסל א גרעסערע חלק און פילן אז דו האסט זיך שוין גענוג משתתף געווען, בעסער גיב ווייניגער אבער בקביעות יעדע חודש

רבותי אונז האבן נאך א שיינע שטיקל, וועג עורו ישנים משינתכם, וועקט אייך אויף און נעמט א חלק אין די עתיד פון שני כלל ישראל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:37 pm
דורך געוואלדיג
מען פאלגט נישט עס קומט אריין דייקא גרויסע סכומים, א דאנק פאר אלע משתתפים,

אונז האלטן שוין באלד ביי חצי המלכות רופט אייך אן ווארעם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 10:10 am
דורך געוואלדיג
דער וועקער איז א חידוש, געהעריג מצטמק ויפה לו, מצטמק מיט מדורים ויפה לו מיט ארטיקלען,

אבער איך וועל ענק אויסזאגן סודות מאחורי הפרגוד...

דער וועקער סאקט אוועק, שש גלייכט צו באטאנען כסדר אז עס איז בחנם, אבער עס איז א אויסדריקליכער ליגנט, עס איז אמת אז מען "מוז" נישט באצאהלן כדי דאס צו עררייכן, אבער עס איז אויסדריקליך נישט בחנם, עס ווערט אריין געלייגט אין יעדן וועקער און ק"ו בן בנו של ק"ו אין דעם וועקער א צאהללאזע נאמבער פון שעות אז עס זאל ארויסקומען כלול בהדרו.

רבותי!
איך וויל נישט קיין נדבות,
איך וויל יא מען זאל אביסל באצאהלן. האסט שוין נהנה געווען פון 5 וועקער'ס און יעצט קומט די 6'טע, טוה גארנישט מער ווי אריין שיקן צום פעיפאל אקאונט די סכום וואס דו וואלסט באצאהלט צו ליינען אזא הויכע קוואליטעט און מאס פון ליין מאטריאל, אויב ווילסטו געבן מער כל הכבוד.

איך האב אפגעשמועסט מיט פעיפאל אז ספעציעל פארן וועקער וועט ווערן אקצעפטירט באשטייערונגען פון איינצעלנע נומערן ביז 6 דידזשיטס.

עס איז בידינו אויב דער וועקער גלעקעל זאל ווייטער קענען קלינגען און וועקן אדער חלילה ווערן א מוזיאום און ביבליאטעק ארטיקל.

רופא אייך אן ווארעם!

כולנו למערכה.