בואו חשבון: אונזער שוואכער חינוך סיסטעם! (דער וועקער #3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הערליכע עצות און רעיונות!

דאס איז מעגליך ריכטיג אז נישט יעדער איד איז גע'אייגענט אויף צו זיצען און לערנען בעיון און אנצוקומען צו העכסטע מדרגות אין לערנען (איז עס ריכטיג? דער תנא דבי אליהו זעט זיך אויס האלט אנדעריש, אבער לאמיר עס נאכגעבען א מינוט), אבער ווען די החלטה אז דער בחור וועט בלייבען א שוסטער צו א שניידער איז געבויט אויף א טעות פון יונגווייז איז א חרבן. א אינגעל א בעל כשרון וואס פארצופאל האט געהאט פראבלעמען מיט ליינען צו עברי אלס קינד זאל דען מוזען אויפגעבען אויף א לעבען פון ידיעת התורה און פארשטאנד אין תורה?! דער וועלט זאל מוותר זיין אויף א רעק"א צוליעב א קליינע פרט אין די יונגער יארען זיינער?! מיר דארפען טאקע פראבירען אלע מיטלען צו קענען האלטען די קינדער נאר פאר די סבה, נישט נאר כדי איהם צו האלטען ביי אידישקייט.
דער היינטיגע חינוך סיסטעם קומט דאך טאקע בעיקר פון די גוים, מיט די לקאסען, מנהלים, מלמדים, הפסקות, זומער וכדו'. מ'האט געטוישט דאס צוצופאסען פאר'ן אידישע לעבענסשטייגער. קיינער קען נישט קומען מיט א טענה פון מסורה, ווי דער מחבר האט אביסל דערמאנט אין די ערשטע טייל.

דאס עצה פון א מנהל פאר יעדער כתה וואס וועט איהם באגלייטען ביז'ן ברמצוה און נאכדעם איז נישט קיין גרויסע סתירה צום מסורה. ווען א חדר טוט אזוי שטילעהייט, וואלט עס קיינער נישט אנגעקוקט ווי א גרויסע אויפרייס. למעשה ואולט עס געווען טאקע א גרויסע תועלת.
אפט זעט מען א קינד וואס יונגעהייט האט ער געשיינט און געגלאנצט, און נאך א פאר יאר האלט עס זיך נישט. ווען ער שטערט קיינער נישט, באמערקט מען עס נישט, און א צוקונפטיגע תלמיד חכם איז דא אפגעשטעלט געווארען. ווען איינער האט די ארבעט פון באמערקען וואס טוט זיך ביי די קינדער, און ער וועט וויסען וואס די קינד קען זיין און וויאזוי ער האט אויסגעקוקט פאראיאר'ן, וואלט עס געהאט א גרויסע תועלת.

דאס איבערחזר'ן עברי און טייטש ווערטער איז א געוואלדיגע תועלת. אמאל זעט מען קינדער וואס כאפען געוויסע זאכען שפעטער. ווען מ'פארמאכט זיין געלעגענהייט ביי די אכט יאר, ווייל נאכאמאל חזר'ט מען נישט, האט מען דער געלעגענהייט צוגעגנב'ט פון איהם.

דער אויפטו פון זיין מהלך אין לימוד הגמרא איז נאך מער ווי ער שרייבט עס. ווען מ'לערנט דער עברי טייטש באזונדער, פאר'ן לערנען די פשט, לערנט מען זיך אויס וויאזוי די פשט איז ארויס פון די טייטש. מ'זעט עס פאר א מסודר'דיגע זאך, און דערנאך האט מען די כלים צו לערנען אליינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס בחוריש'ע לעבען איז טאקע גאר אן אנדערע נושא וואס מ'דארף ארומשמועס'ן. קודם שרייבט ער איז מ'שטופט בחורים צו לערנען בין הסדרים. אין די ישיבות וואס איך האב געלערנט האט מען דאס נישט געטוהן, און לדעתי איז עס א גרויסע טעות. א אינגעל פון פערצען און פופצען מוז קענען שפילען מיט עפעס, טאמער נישט, צוווילדעוועט ער אין אנדערע צייטען. דאס נישט צולאזען בחורים שפילען מאכט א לאך אין זיין לעבען, און לדעתי א סאך פון די בחוריש'ע ווילדקייט קומט דערפאר. (אין די ליטווישע וועלט איז באקאנט א מעשה. דער סאטמארער רב איז אמאל געפארען קיין קליוולאנד און מ'האט איהם מכבד געווען מיט א שיעור אין ישיבת טעלז. ווען ער איז דארט אנגעקומען איז עס געווען בין הסדרים, און א פאר בחורים האבען געשפילט באל אינדערויסען. דארט האבען אפילו די בעסטע בחורים געקענט שפילען בין הסדרים. דער סאטמארער רב האט בתוך דבריו פארדאמט דער ערשיינונג אז בחורים שפילען באל. נאך זיין ארויסגייען האט איינער פון די ראש ישיבות זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די בחורים 'אבער מיר האלטען אנדעריש')

די עצות פאר די בחור קוקען מיר אויס אז זיי זענען צו לייזען איין פראבלעם און נאך פראבלעמען קענען גאנץ מעגליך קומען פון זיין עצות.

רוב זיין עצות זענען געבויט אויף דעם אז ער האלט אז א בחור האלט זיך אן אויבער חכם, ער וויל שוין נישט מקבל זיין מרות פון א צווייטען און ער האלט נישט ביים אויסהערען זיין מגיד שיעור פיהר שעה אין א צי אויף א צווילדעוועטע אקס וואס האט געבריקעט אין א קוה, צו וואס דארף א שליח וואס ברענגט א גט פונדערווייטענס פונקטליך זאגען און נישט זאגען און פארוואס. איך בין נישט אזוי שנעל מסכים. ביי גוים ווייסט מען אז די טינעידזש יארען זענען געמאכט פאר א קינד זיך אליינס צו טרעפען. ער פראבירט פארשידענע זאכען, ער פארזוכט אביסל פון די לעבען, און אזוי הייבט ער אן צו פארשטייען וואס זענען זיין כוחות און זיין באדערפעניש'ן. אוודאי איז נישט מעגליך פאר א איד צו טוהן ווי א גוי, און זייער לעבענסשטייגער האט אויך געזונטע פראבלעמען, אבער דער מציאות קען מען יא אפלערנען פון זיי.

ווען מ'זעט א יונגערמאן פון די דריי און צוואנציג וואס לערנט נישט קיין אידיש ווארט און האט נישט קיין שום טעם אין אידישקייט, ער ווערט אביסל סופערסטישעס ביי נעילה יוהכ"פ און חוץ דעם לעבט ער און לאכט ער, דארף מען פרעגען 'וואו האט מען זיך פארגרייזט? וואס וואלט מען געקענט טוהן אז ער זאל נישט אזוי אויסקוקען?' דערנאך קען מען צוריק גייען צו די ישיבה יארען און עפעס פאררעכטען.

לדעתי שטעקט אין דעם צוויי זאכען. אדער ווייל דער יונגערמאן גלויבט נישט עכט. ער איז גארנישט איבערגעצייגט אז דאס אידישקייט האט אן עמטליכע שייכות צו לעבען. ער האט אנגעקוקט זיין מגידי שיעור אלס שפילער'ס, בלאפער'ס וואס גלויבען אליינס נישט וואס זיי זאגען, ווייל ס'האט זיך געהערט אין זיין אויגען ווי רחוק מן הדעת ומן המציאות. די צווייטע זאך איז צוליעב דעם אז ער האט קיינמאל נישט טועם געווען קיין הצלחה אין זיין אידישקייט. ער האט מורא אנצוהויבען ווייל ער טראכט אז ער וועט קיינמאל נישט ערגעץ אנקומען. דעריבער וועט ער ארומטאנצען און ארומשפילען דער נושא כדי נישט צו קומען פנים אל פנים מיט זיין פעלער'ס.

דער לעזונג צום ערשטען פראבלעם איז, לדעתי, ווען ער ליגט אין לערנען. ווען זיין צייט איז פארנומען מיט'ן פארשטייען גמרא תוספות, זעט ער א מציאות אין א מאמר חז"ל, ער זעט אז די סברות שטימען יא און ס'איז נישט סתם א פראבלעם.

די לעזונג צו די צווייטע פראבלעם איז שווערער. מאכען הצלחה פון קלייניקייטען העלפט קיין סאך נישט, ווייל דער בחור ווייסט אז מ'פאפט איהם אויס. דער ישיבה איז געווידמעט צום בעסטען בחור און ער ווייסט גוט און שארף אז מיט זיין קענען א פרק משניות איז ער ווייט פון א מוצלח. איך ווייס נישט וואס איז די לעזונג ווען מ'מוז לעבען אין א סביבה מיט אנדערע. ווען מ'לעבט מיט אנדערע, מעסט מען זיך לויט אנדערע, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס. איין זאך האט דער כותב געשריבען וואס איז זייער ריכטיג. א משגיח וואס זיין ארבעט איז נישט צו האלטען סדר, נישט צו האלטען דער עולם אין די ראמען און נישט צו האלטען אן אויג פאר די ראש ישיבה אויף וועלכע בחור דארף מען ארויסווארפען, נאר אומצוקוקען אויף די בחור און זען וואס פעלט איהם. ווען דער בחור וועט זען אז איינער אינטרעסירט זיך אויף איהם און איינער וועט וויסען צו ער איז געשטיגען צו נישט, וועט ער זיך אנשטרענגען און שטופען אביסל ווייטער ווי זיין אלגעמיינער מעגליכקייטען. דאס וועט איהם אפשר געבען די זיסע טעם פון הצלחה און ער וועט זיך נישט אזוי שנעל זיך שרעקען דערפון.

דאס מאכן אן אויסוואל פון לימודים פאר אלע בחורים קען איינפיהרען א גרויסע פוילקייט אין די ישיבה. בחורים וואס האבען די כוחות זיך איבערצושטרענגען וועלען זיך לאזען פאר קלף מאכען פראגראמען און טעיפס פון לייכטער דרשות. נישט נאר אז זיי וועלען ווייטער ווייסען אז דאס איז נישט קיין עכטע הצלחה, דאס וועט זיי אויך שטילען די אינערליכע שטימע וואס זאגט זיי אז ס'איז שוין צייט אויפצוהערען ליידיגייען און עפעס טוהן צו די זאך. ווען ער שטילט די דארשט מיט א קליינע שיעור, וועט ער זיך נישט באנוצען מיט די שטימע זיך צו ערוועקען לתורה ולתעודה.

איך זאג עס נישט אבסאלוט, איך ווייס אז מאנכע וועלען פארלירען און מאנכע וועלען פארדינען פון די נייע סיסטעם. איך וויל נאר ארויסברענגען דער צד שכנגד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שיינע געדאנקן ארויסגעברענגט.

ליטוואק, דיין צווייטע תגובה איז פונקט וואס מיר עקספעקטן פון א ליטוואק. סוכ"ס איז שווער ארויסצורייסן פון קאפ די געדאנק אז אלעס איז תוירע, און דייקא גמרא בעיון. אבער ביי חסידים איז דאס לאו דוקא דער דגוש, און בעצם קיינמאל נישט געווען דער דגוש, און כ"ש אז 'עיון' איז נישט קיין גרויסע ארטיקל. די ישיבה סיסטעם ביי חסידים איז נישט קיין בית היוצר פאר פאטענציעלע מרביצי תורה [הגם דאס קומט אויך ארויס], נאר א פלאץ וואו צו האלטן חסיד'ישע בחורים ביזן חתונה...

מצד שני, אין חסיד'ישע ישיבות לייגט מען א נארישע דגוש אויף חיצוניות, ווי נישט שפילן באלל, און צומאל אויף לערנען בין הסדרים [ס'דאך ממילא נישטא וואס צו טון]. היות מ'קען זיך נישט אויסגעבן ווי א יונגע ליטווישע בחור'ל, איז פשוט אז מ'קען מאכן א רוח פון 'לערנען בין הסדרים', בפרט ווען דער מדובר איז א 'ישיבה למצוינים' [נישט פאר קיין ספעציפישע חסידות]. טאקע דערפאר, קומען ארויס די פראבלעמען וואס זענען טאקע אביסל בעסער ביי די ליטווישע ישיבות (הגם א בחור'ל וואס דערהייבט נישט קיין עיון, איז א 'צריך עיון' אין א ליטווישע ישיבה, פי כמה ווי אין א חסיד'ישע ישיבה, ועי' בסמוך).

ווען דו רעדסט פון אי-הצלחה דורכן געבן אנדערע אלטערנאטיוון חוץ גמרא בעיון, מאכסטו א טעות אויב דו באציסט זיך צום חסיד'ישער בחור. וויבאלד די ישיבה איז סך הכל א דורכגאנגס פראצעדור, און יעדער ווייסט אז סוכ"ס גייט מען ארבעטן וכדומה, איז א בחור אין א חסידישע ישיבה פונקט אזוי אויסגעשטעלט פאר הצלחה אויב ער וואלט געקענט אנדערע מקצועות התורה ווי גמרא בעיון. משא"כ אין א ליטווישע ישיבה, איז אזא בחור טאקע א דורכפאל וואס האט נישט קיין צוקונפט און ס'נישטא מיט וואס אים צו טרייסטן און מעודד זיין.

דיינע איבריגע פונקטן זענען זייער ריכטיג, לדאבונינו. אנגעהויבן פונעם דורכפאל אין שפירן א טעם אין אידישקייט, און געענדיגט ביים זען א מגי"ש וואס האלט ביי גארנישט, און דערפאר איז ער נישט אינטרעסירט ביים משקיע זיין אין לערנען - נישט זעענדיג קיין גוטע דוגמא פאר זיך. כמדומה אז אין דעם הינזיכט שטייט א ליטווישע ישיבה בעסער, ווען ס'רוב פון אירע רמי"ם זענען יא בני תורה מיט א ציל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בואו חשבון: אונזער שוואכער חינוך סיסטעם! (דער וועקער #3)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס אז ליטווישע ישיבות ווערען אנגערופען א בית היוצר פאר מרביצי תורה איז אביסל ציניש, ווי אויך אז חסידישע ישיבות זענען נאר א פלאץ צו האלטען דער עולם ביז צום חתונה. עכ"פ אפיציעל איז א ישיבה א. א געלעגענהייט צו לעבען דער לכתחלה'דיגע אוכלי המן לעבען א פאר יאר, א לעבען וואס אנחותי ממך לא נסתרה, וואס מ'זוכט בעיקר א פשט אין תוספות און צו שטייגען אין ערליכקייט, כדי ווען מ'גייט ארויס ארבעטען זאל מען האבען א גרינדונג אין רוחניות און צו וואס צו שטרעבען און מיט וואס צו בויען. (דערפאר מיין איך אז אפילו די וואס זענען נישט אזוי מצליח אין ישיבה, אפילו די וואס גייען א יאר צוויי אין כולל און קוועטשען א באנק, האבען אויך פארדינט עפעס דורכ'ן זיין צווישען אזעלכע מענטשען און האבענדיג געהאט געזען אזא לעבען. ווען מ'וואלט די חברה נישט געגעבען די געלעגענהייט, איז גאנץ מעגליך אז שייערך עתיד וואלט געווען פיהל ערגער) ב. א חינוך פאר'ן תורה'דיגע בליק און פארשטאנד. א קינד איז איבערפלעכליך און שמאל און תורה איז ברייט און טיף און יעדער איד האט א חלק אין תורה כולל איהר טיפקייט. די חינוך אין ישיבה דארף צו עפענען די אויגען פון א בחור, אפט אין אן עקסטרעמע אופן וואס איז לאו דוקא הונדרעט פערצענט אמת, כדי ער זאל אנערקענען א טיפערען בליק צו יעדער הלכה. אפגעזען צו ער גייט ארבעטען צו נישט, מוז ער לערנען, און דאס לערנען מיינט דילעון בלעותא, אזוי האט ער די כלים צו פארשטייען.

איך האב שוין א פאר מאל געשריבען אין שטיבעל, ובתוכם דער אויסגאבע פון פאראיאר'ן סוכות, אז לימוד בעיון איז נישט קיין ליטווישע חידוש. דאס איבערפלעכליכע לערנען איז דער חידוש און אלע מקורות, אנהויבענדיג פון ספר משלי, זענען מזהיר אז לערנען קומט מיט א דקדוק און א פלאג, וואס דארף נישט מיינען מחדש זיין חידושים. דער דברי חיים האט דא נישט קיין שייכות. פשוט פארשטייען און דערגייען די שיטות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט