בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הוא הדבר אשר כוונתי. תורה איז מינדערוויכטיגס כלפי דער עיקר העיקרים, די זינגען טעטיגקייטען פון ר' חיים מאיר'ל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:45 am
דורך [NAMELESS]
ווער רעדט דא פון תורה? דו האסט פארגליכן זיין זינגן צו ר' משה שמואל און דאס איז אבסורד. און צו געפעלט אייך צו נישט, די זינגן פון די אויבנדערמאנטע האבן מחזק געווען הונדערטע עצמות יבשות און זיי מחזיר געווען לחיק התורה נאכן קריג. ר' ניסים קרליץ ר' שאול ברזם ר' גדלי' נאדל'ס תלמידים זענען דאן געווען די וואס זענען אנגעווארעמט געווארן פון ר' חיים מאיר'לס זינגען.
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'עט מסביר זיין די ווערטעל. שבת אחים גלויבט שוין אין גארנישט, אחוץ דע זינגען קענשאפט פון ר' חיים מאיר'ל אין וואס ער גלויבט בלינדעהייט. דאס איז צוליעב דעם אז איינגעבאקענע וויכטיגע אמונות גייען נישט אזוי שנעל אוועק. נאר קלייניקייטען ווי תורה איז כבולעו כך פולטו.
פארשטייסט צו סארקאזם?
ס'איז דא טעיפס פון ר' משה שמואל זינגען. קענסט קויפען אין בלכתך בדרך טאמער ס'איז דיר נייטיג
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:29 am
דורך [NAMELESS]
אקעי, סארי, כ'האב געמיינט דו רעדסט צו מיר.
ר' משה שמואל קען מען הערן
דא, איך האף שפעטער ארויפצולייגן ר' חיים מאיר'ל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:32 pm
דורך moshav zekeinim
ר משה שמואל זינגט גראדע זייער געשמאק.
פאר ווער עס פארשטייט נישט, ווען מען רעדט פון א רבישער בעל מנגן איז עס נישט אזוי ווייט די שטימע אדער אנדערע טעכנישע חלקים אין נגינה, עס איז די געשמאק וואס ער גיט אריין אין א ניגון. ווי מען זאגט "א הימלישן טעם". און דער כח האט ר חיים מאירל בלי ספק פארמאגט.
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:24 pm
דורך יהושע חיים
אדמו"ר מהר"ש מבאבוב האט שיינע ניגונים וואס מען זינגט איבעראל טייל ווייסט מען אז עס איז זיינס און טייל נישט
האב איך אמאל געהערט א רעקארדירונג ווי ער זינגט און עס איז ממש א פחד ווי שוואך ער האט געקענט זינגען
קומט אויס אז מאכן ניגונים האט נישט מיט קענען זונגען
(וכן משה גאלדמאן ווען ער זינגט "א נשמה לויטער און ריין....)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
וכן יוסי גרין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
דאס דארף צו זיין ר' חיים מאיר'ל (פונעם אלבום "שבחו אהובים")
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:10 pm
דורך איך אויך
בן אדם האט געשריבן:וכן יוסי גרין
יוסי האט א זעלטענהייט פון א גראבע מיעסע שטימע, אבער גיי פארשטיי כ'האב א חבר וואס גייט גאגא פאר זיין שטימע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:27 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ר' חיים מאיר'ל (פונעם אלבום "שבחו אהובים")
ביסט זיכער? ער האט געהאט מעהר א דיקערע שטימע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:29 pm
דורך שבת אחים
אביסל איז עס יא זיין שטימע און אביסל נישט.
ס׳קען אפשר זיין אז ס׳איז איינע פון זיינע ברודערס די דמשק אליעזר אדער דער סערטער די מקור ברוך?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
די אלבום האט ויזניץ ארויסגעגיבן, ס'האט אויך ר' משה'לע, סא לכאורה איז רח"מ. פרעג דיין טאטע.
ס'איז בכלל מעגליך ס'זאל זיין ר' אליעזר'ל? נסתלק בשנת תש"ו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:וכן יוסי גרין
יוסי האט א זעלטענהייט פון א גראבע מיעסע שטימע, אבער גיי פארשטיי כ'האב א חבר וואס גייט גאגא פאר זיין שטימע.
למעשה איז יוסי זייער הארציג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:41 am
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:די אלבום האט ויזניץ ארויסגעגיבן, ס'האט אויך ר' משה'לע, סא לכאורה איז רח"מ. פרעג דיין טאטע.
ס'איז בכלל מעגליך ס'זאל זיין ר' אליעזר'ל? נסתלק בשנת תש"ו.
כהאב געטראכט אפשר איז עס ר׳ מוישלע יונגערהייט אבער ס׳איז נישט זיין קול און זיין וועג פון זינגען, כ׳וועל פרעגן מיין טאטע. פארוואס איז נישטא קיין מעגליכקייט אז ס׳איז ר׳ אליעזר׳ל? ס׳איז שוין געוועהן רעקארדינגס דעמאלסט און ער איז אויך געוועהן א בעל מנגן און מחבר געוועהן ניגונים.
וועלכע יאר האט וויזניץ ארויסגעגעבן די אלבום, ווייסטו?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:47 am
דורך הדד בן בדד
ריכטיג האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ר' חיים מאיר'ל (פונעם אלבום "שבחו אהובים")
איך האב געהערט דעם שטיקל ביי איינעם פון די תלמידים און חסידים פון דעם אמרי חיים פון די ערשטע יארן, און דער איד האט געגאסן טרערן ווען ער האט עס געהערט (גראדע א איד א ריזן תלמיד חכם, האט במשך כמה יארן געלערנט בחברותא מיט דעם קהילות יעקב), זעה איך אז עס איז יא ר' חיים מאיר'ל.
און ניין, ער האט נישט די שטימע פון מרדכי בן דוד אדער אברעמל פריעד, אבער ער זינגט דוקא זייער שיין און זייער ווארעם. סאו בודאפעסטער, שנייד די קרעפלעך און ווייז נישט פאר יעדן ווי דו ביסט דער וואס קען נישט צוריק ציען פון א נישט ריכטיגן סטעיטמענט. ווייסטו וואס, צי נישט צוריק, וואס גייטעס מיך אן...
עניוועי, שוין לאנג אוועק פון דעם נושא...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 3:14 am
דורך שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון אלטע טעיפס איז אינטערסאנט צובאמערקן אז ס׳איז געוועהן רעקארדידנגס ביי ר׳ חיים מאירל ביי כמעט יעדע טיש פאר יארן לאנג, איינער אין מאנסי י.א. איינהארן האט דאס אנגעדרייט, ער האט אפילו אריינגעלייגט א רעקארדינג אין רבי׳ס פריוואטע שטוב, אין ער האט אפגעכאפט פריוואטע שמועסן און קוויטלעך, ער האט אלע טעיפס, זיין זוהן אלץ בחור האט גענומען אפאר טעיפס און פארשפרייט אן זיין רשות, איינע פון די טעיפס איז די גאנצע סדר נאכט!
מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען מ׳האט געטראפן א ווייער אין די קוויטל שטוב אין די chandelier וואס איז געוועהן א ריזיגע חידוש אין יענע יאהרן האבן זיך די גבאים און שטוב מענשטען טויט דערשראקען און זענען געוועהן זיכער אז די מדינה - מס הכנסה האט עס אריינגעלייגט כדאי צו שפיאניארן וויפל געלט ער מאכט פון קוויטל געלט, זיי האבן גערופן א עמערדזשענסי מיטונג און דן געוועהן וויאזוי זיך א עצה צוגעבן מיט די פראבלעם, גאנץ ווייניג האבן זיי געחלמט אז ס׳איז זייערעס א אייגענע בחורל פון אמעריקע א מארמארישער אפשטאמיגע וואס האט זיך פארגלוסט אפצוכאפן דעם רעבאו אויף א קאסעט! ס׳וואלט געוועהן גאנץ אינטערסאנט צוהערן די טעיפס!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:33 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז שוין טאקע געווען רעקארדינגס אין ר' אליעזר'לס צייטן, די שאלה איז נאר ווער אין ירושלים האט דען געהאט אזא גוטע קלארע מאשין בימים ההם.
די אלבום איז ארויסגעקומען ערגעץ סוף נ' יארן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:33 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הדד בן בדד פאדערט אז איך זאל מודה זיין אויף א טעות. איך האב ערשט אנגעיאגט צו הערן די רעקארדינג יעצט, און דאס איז טאקע וואס איך געדענק פון פאר צוואנציג יאר צוריק. דאס איז אן אלטע איד'ס שטימע וואס האלט מער ווייניגער אן די ניגון. דאס איז גוט פאר א שבת מנחה אין קאנטרי. די פארטיי קען דאס נישט פארליידען און א רבי וואס קען נישט זינגען איז ווי ווארימע אייס קרים אדער קאלטע קוגעל, ווי א לעפעל אן א זופ צו א מסע מלכות מיט אומבליטשעדיגע לאמפען. דעריבער האט מען איינגערעדט א ציבור אז דאס הייסט קענען זינגען.
אגב אורחא, ווען מיין ווייב האט געהערט ווי איך שפיל די רעקארדינג האט זי מיר געבעטען צו פארלעשען. איך האב איהר געפרעגט צו ס'איז גוט האט די גע'ענטעפערט it sounds like somebody's grandfather און זי ווייסט נישט וואס מיינט וויזניץ און נישט ווער ר' חיים מאיר'ל איז געווען צו ער לעבט נאך אדער ער גייט לעבן. בקיצור נישט קיין חסיד און נישט קיין מתנגד.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
לילה טוב לכולם...
-----------
א טיילווייזע ליסטע פון רבי'ס אדער רבנים וואס האבן געקענט זינגען:
ברדיטשעבער רב
אפטא רב
אור לשמים
ראפשיצער רב
רבי שלום זידיטשובער
לייגסט צו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:50 pm
דורך סמבטיון
דער גרויסע מגיד
בעל התניא
קדושת ציון
ר' שלמה באבובער
מאדזשיצע רעב'ס
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:56 pm
דורך יהושע חיים
רבי מרדכי פון נדבורנה
רבי אייזק'ל קאליב'ער
אדמור"י פוטסבורג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:06 am
דורך [NAMELESS]
זיי האבן געמאכט ניגונים, אבער זיי האבן אויך געקענט זינגען?