בלאט 2 פון 2

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:38 pm
דורך mevakesh
ריכטיג באגעבא קומט נישט באמת אריין דא עס האט זיך פשוט אריינגעגליטשט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:48 am
דורך וואלווי
[tag]Mevakesh[/tag] אויף דיר איז געזאגט געווארן ובקשת"ם משם את ה' אלהיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

דיינע טייערע רייד זענען נדרש בלב ונפש צו זוכען און טרעפען דער הייליגער באשעפער דוקא אין אונזערע הערצער, און דיינע ווערטער עפענט אויף אונזער אויגען צו לעבען מיט'ן באשעפער דא אויף אונזער וועלט. ייש"כ.

איך זע אז ס'דא משמש א שטיקל ערבוביא אין די אפטייטש פון הייליג וואס ברענגט אומפארשטענדענישען אין די כוונה פונ'ם פותח האשכול.

בעצם גערעכט זענען די אלע וואס טייטשן אפ קודש אלס מופרש, מובדל, און מיוחד. אזוי טרעפט מען ביי איסורים, ביי כלאים, ביי קידושי אשה, וכדו'. אבער דאס ווענדט זיך אויף וועלעכע חלק פונם האלב פולען\ליידיגען גלעזעל מ'קוקט. די לשון קדושה איז טאקע שלילית'דיג לגבי אנדערע אבער מצד די קדושה איז דאס א חיובות'דיגע הוספה. דאס קען מען זען פון דבר והפיכו אז די היפך פון קודש איז חול, וואס חול מיינט א ליידיגע גשמיות דיגע חפץ און קודש איז טייטש ווען מ'נעמט דעם זעלבען חפץ און מ'איז דאס מקדיש פאר א מצוה. כלפי טריקענע הלכה איז טאקע קודש א לשון פון הפרשה אבער כלפי רוחניות איז דאס א הוספה אין קדושה דוגמת א נשמה אין א גוף. על אחת כמה וכמה ווען מען ניצט דער לשון כלפי שמיא איז דאס דא גרעסטע מאס פון תוכן'דיגע קדושה וואס איז שייך, כביכול.

זעט אויס אונזער פותח האשכול וויל מבחין זיין און אין דער זעלבע צייט מקשר זיין צווישען די צוויי ברכות אתה קדוש און אתה חונן. איז די ערשטע זאך דארף קלאר זיין אזוי ווי ער שרייבט אליינס אז אתה קדוש גייט ארויף אויף דער באשעפער און אתה חונן אויפ'ן מענטש. דער נפק"מ איז אז אתה קדוש ווערט געזאגט באופן שבח אויפ'ן באשעפער וואס ער איז דער גרעסטער מאס קדושה און טאקע פארדעם איז דא נישט די כוונה דא פון עבודת האדם דורך זיין אייגענע השגות און לאגיק נאר אז א מענטש דארף אנדערקענען הייליגקייט אלס א זאך וואס איז למעלה הימנו, אין די ברכה קומט אוועק שטעלען א מציאות. משא"כ די ברכה פון אתה חונן איז א בקשה אויף דעה, בינה, שכל, און לאגיק אלס כלים פאר עבודת האדם צו קענען מבדיל זיי בין קודש לחול און אליינס דערגיין וואס גייט פאר אויף די וועלט כדי צו קענען צוקומען צום אנדערקענונג פון די דערמאנטע מציאות פון קדושת ה' וואס אונז זענען א חלק אלקי ממעל, און די ברכה קומט אוועק שטעלען אן עבודה.

דאס איז טאקע דער תכלית מצד אחד א "ידיעה" אין דער מציאות פון קדושת השם, און מצד שני א "בחירה" אין עבודת האדם, און איינס ארבעט נישט אן דעם צוויטען כאמור.

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:33 am
דורך mevakesh
אסאך זענען פארנומען דא דן צו זיין צו הייליג מיינט טאקע
באמת איז דאס נישט ממש רעלעוואנט צום עיקר רעיון

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:36 pm
דורך וואלווי
עס זעט אויס ווי די ניצט "הייליג" אלס אן ענין פון עפעס העכערס וואס מ'גלייבט און "דעת" אלס לאגיק, מילא קומט אויס א פאראדאקס פון פארשטיין און נישט פארשטיין, וואס אויף דעם ארויף איז דיין רעיון אז מ'מוז אנקומען צו א באלאנס פון ביידע אזוי ווי די דריקסט זיך אויס צום סוף אז איינס אן דער צווייטער איז "כפירה". דאס איז א שטארקע יסודות'דיגע רעיון בפרט דעס וואס די ברענגסט ארויס אז מ'פארפארט אין הייליגקייט עד כדי נארישקייטען.

מיין כונה איז מער געצילט צו צישטעלען דער פשוטער פשט אדער דער אמת'ער פשט פון קדושה "כלפי שמיא" וואס איז א אנדערקענונג פון א דערהויבענע מציאות און ממילא איז נישט אזוי שטארק א פאראדאקס מיט דער דעת חלק וואס איז דער עבודה שבו, און איינס קאמפלימענט דער צווייטען. דאס איז באמת א צווייטע נקודה פון וואס די שרייבסט, איך לייג דאס סתם אזוי צו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיינע געדאנק. נאר א הערה די צעטעל וועגן "הייליגע קעמפ" זעהט אויס צו זיין פעיק. נישט אז ס'נישט דא געניג משוגענע צעטלעך, נאר די צעטעל איז נישט אמת.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:07 am
דורך שמעקעדיג
ואולי יש לפרש בדרך רמז דברי חז"ל עה"כ קדושים תהיו וגו' כי קדוש אני, יכול כמוני, ת"ל קדושתי למעלה מקדושתכם. דהיינו שאין שום דמיון כלל.