בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:20 am
דורך Ben-Shishim
איך אויך האט געשריבן:עקטשועלי גאנץ פיינע אינטערטעינמענט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:56 pm
דורך איש את רעהו
היסטאריקער האט געשריבן:זייער שיין,

די עלטערן וואס שיקן דארט זענן מסכים דערצו, און עס איז זייער חשוב צו איינפלאנצן די שיטה הק' אין די קינדער ביז ווילאנג מ' העצט נישט צו געוואלדטאטן אדער קעגן יחידים

דיסקלעימער, איך באלאנג צו צד מהר"א, אבער וואס איז גיט דארף מען משבח זיין


גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:58 pm
דורך איש את רעהו
ביי די בעלזעאים אין קעמפ לערנט מען צעירי הצאן וויאזוי די כנסת מעמבער'ס פירן די אידישע פאליטיק,
ביי די סאטמארע תלמידים לערנט מען צו לוחם זיין קעגן די מעשי הרשעים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:11 pm
דורך newkave
אמת, איך האב נארוואס געזען די קליפ פון די בלזאים.
געפערליך איז מילד גערעדט, היל'ת עפ'ל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:12 pm
דורך diff
געלערנטע קנאות איז רשעת shame on the blatt

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:38 pm
דורך היסטאריקער
איש את רעהו האט געשריבן:גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:39 pm
דורך היסטאריקער
diff האט געשריבן:געלערנטע קנאות איז רשעות shame on the blatt

ווייסט איינער וואס ער שרייבט דא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:44 pm
דורך איש את רעהו
היסטאריקער האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

ווען נישט?
מיר זענען אלץ אויף איין פעידזש, מאכט זיך אמאל די זויערטייג פון די געבעקס כאפט זיך אריין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:46 pm
דורך גאנצל
היסטאריקער האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

שגיאות מי יבין

פיו הכשילך מחמת גרויס מהירות שמהרת איז ארויסגעקומען פון דיר א שרעקליכע פאטאלע מכשול
דו ביסט איינס מיט א סיקריק/נטורי/מחריבי קרתא?

זיי זענען דאך פון די ערגסטע סארט! זיי געבן דאך די מערסטע שטאף פאר די בריונים, אין זייער זכות האלטן זיי זיך ווייל זיי זענען מחריב די כח פון עדה החרדית מיט זייער שטענדיגע פיילן אקעגן די ערליכע און נארמאלע פון די עדה,

זיי האבן יעצט שלום געמאכט מיט איינע פון די גרעסטע אגודאים שותף אין די ממשלה, זיי האבן יעצט אנגעפילט זייערע פאבליק סקולס מיט הייליגע טייערע ריינע נשמות פון ילדי צרפת און זיי פארגיפטעט על מזבח הציוני,

אויף אזעלכע שרייבסט בני איש אחד נחנו?????

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:56 pm
דורך diff
היסטאריקער האט געשריבן:
diff האט געשריבן:געלערנטע קנאות איז רשעות shame on the blatt

ווייסט איינער וואס ער שרייבט דא

איינס אז קנאות קענמען ניש לערנען ס'דארף קומען פון היץ. צווייטס א ביליגקייט פון בלאט צו ברענגען אזעלכע בילדער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:59 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:שגיאות מי יבין
פיו הכשילך מחמת גרויס מהירות שמהרת איז ארויסגעקומען פון דיר א שרעקליכע פאטאלע מכשול

נעבעך נישט קיין שגיאה
דרייען זיך שוין היינט ארום אין מהר"א לאגער פארפארענע וואס האבן מער קיינע נערוון צום אדמו"ר, עס קאסט זיי צו טייער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:23 pm
דורך diff
מה, הם זלזלו?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:35 pm
דורך גאנצל
diff האט געשריבן:מה, הם זלזלו?


דו פרעגסט נאך ? ער האט עס מסתם געהערט ערשטהאנטיג פון דעם פרעדיגער אויף ר' אהרן יענקעלע כהן

אדער האט ער עס אליין געזען פון יצחק ווייס אויף בחדרי חדרים

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 7:59 pm
דורך ירח בן יומו
בילד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו: דיינע תגובות מאכן מיך געוויינליך קוילערן פאר געלעכטער...!

עפעס איז דא פורימ'דיג אדער ס'האט צו טון מיט קאלאר וואר. ווייל די ערליכע, הייליגע אידענעס פון מאה שערים שטייען און לאכן זייער שטארק בשעת זיי האלטן פאלעסטינער פענדעלעך. און אן איזראעלי פאליס לעידי שטייט און קוקט זיך צו. ס'איז זיכער א קאלאר וואר שטיקל פון א חסיד'ישע, הייליגע דעי קעמפ אין ארץ ישראל אדער אין אמעריקע. והא ראיה. מ'האט באשטעלט א פאליס לעידי. און נישט קיין מאן. אזוי אז אלעס איז על טהרת הקודש...קיעפ איט אפ...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:28 am
דורך diff
בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סדר הבאסעס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:48 am
דורך געוואלדיג
א שאד די טשולנט בונדלעך, מען קען מיט דעם שבת הרג'ענען אפאר ציונים...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:58 am
דורך סמבטיון
בערל, גראדע איז די בילד א אמתע בילד פון מאה שערים, און די פרוי אויפן בילד איז נישט קיין אנדערע ווי דער פרוי פונעם באקאנטן יואליש קרויס וואס די ציוניסטישע פרעזידענט האט אים באפרייט לעצטענס, און דאס איז די הכרות הטוב פון די שלאנג, פלאטערט מיט א פאן פון אש"ף, ווי איז דיין הכרת הטוב און ווי איז דיין טראפ מענטשליכקייט? עקעלהאפטיגע סיקריק

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איז נישט געווען ערגעץ באשריבן אז יואליש קרויס האט געמאכט א שארפע יו-טוירן און גענומען שטיצן גיוס און נאך ענליכעס???

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:10 pm
דורך טרויבן88
בכלל נישט געמאכט א יו טורן, ער האט נאר געזאגט לויט זיין עקסטרעמע שיטה אז אויב די נעמסט געלט פון די מדינה מוזט גיין אין מיליטער ווייל לדעתו איז אלעס אסור...

דא האסטו דעם ארטיקל
http://www.kikar.co.il/240639.html

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:23 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:32 pm
דורך diff
ער אין זיין וייב שטימן נישט ככל הסיקריקים