בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:מתכבד בקלון חבירו ?

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. אויף זיין אנט-חרדיזם וועלל איך איהם אויסצופן עד הסוף. אבער נישט אראפלייגן אויף אזא אופן.
לדעתי מעג א יעדער איינער האלטן און אויסדרוקן א מיינונג וויאזוי ער וויל. פארשטייצעך נישט כפירה. (אויב איינער ליידט ח"ו אויף די מחלה, זאלל ער זיך גיין היילן. אבער ער זאלל בשום אופן נישט ארויסגעבן די סימפטאמען דא. דא איז נישט די אדרעסס פאר דעם.) נאר ווען איינער אטאקירט חרדים און חרדיזם אלס ציל. און נישט מיט א פאזיטיווע כונה, אדער סיי וועלכע גרופ, ווערט זיין מיינונג און געדאנקען דע-וואליואירט. און ער קען ערווארטן שארפע קאנטער-אטאקעס.אט דאס אלעס פאלט אונטער די פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:41 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:עס ברענגט נישט ארויס מיין כאראקטער און אקטיוויטעט אין שטיבל, חקירה׳לעך, אנטראפאלאגיע, נגינה, און אנטי חרדיזם.

מושב זקנים:אויף אלע דיינע מעלות (אדער חסרונות) האביך גארנישט צו זאגן. ווייל חקירה איז נישט מיין פעלד. איך בין א פשוט'ער איד. דער אייבישטער (און קאווע שטיבל) האט ב"ה גענוג חוקרים און טיפע דענקערס (עכ"פ אזוי רעדן זיי זיך איין.) אנטראפאלאגיע דארף איך נישט לערנען ביי דיר. אויב כ'בין אינטרעסירט קען איך עס שטודירן ביי עכטע מומחים. און איך מוז נישט מסכים זיין מיט אלץ וואס זיי זאגן. נגינה, איז די זעלבע זאך. אויב איך וויל הערן און לערנען נגינה קען איך גיין צו די עכטע מומחים, וועלכע זענען עקספערטן אין דעם ליין. די איינציגע זאך ביי וואס איך וועל מיך אפשטעללן איז דיין אנטי חרדיזם לשם אנטי-חרדיזם. דארט וועל איך בלי"נ נישט אדורכלאזן דיינע זינלאזע (און ווערטלאזע) אטאקעס עד שידי מגעת בעז"ה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:48 pm
דורך געוואלדיג
:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:עס ברענגט נישט ארויס מיין כאראקטער און אקטיוויטעט אין שטיבל, חקירה׳לעך, אנטראפאלאגיע, נגינה, און אנטי חרדיזם.

נו לאמיר האבן נאך א אינטערוויו, אפשר חלק ב׳ וועט זיין מער דיטאלירט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:45 am
דורך קאווע טרינקער
ס'זעהט אויס אז דאס איז שטיקלעך פון די פורים אינטערוויו מיט יאסעלע וואס קולמע האט צענזורט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:30 pm
דורך זבולון
דיסלייק,

אראפרייסן א פריוואטער מענטש איז נישט קיין צוגלייך צו קריטיקירן א קאמיונוטי, פאר די זעלבע סיבה וואס עס איז נישט דומה צו אראפרייסן א פאבליק פיגור.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
אגרי.

צו ער באלאנגט נישט דא איז דעבעיטעבל. אבער אז די הנהלה איז ביי די מיינונג אז ער קען (דערווייל) יא זיין אן עמטליכער חבר אין אונזער קלאב -דאן איז נישט דא קיין שום רעכט אזאנס צו לאזן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:34 pm
דורך געוואלדיג
מיין בליק אויף דעם איז אז כאטש וואס געווענטליך איז חוזק מאכן פון א יחיד טאקע נשט ערלויבט, אבער אין די פאל וואו א יחיד קומט און לויט מיין מיינונג האט ער אלע דייעגנאסעס פון א טראלל און ער האט אליין מודה געווען אז זיין כוונה איז אויסדריקלעך צו חוזק מאכן און אוועקשלעפן אונז פון אונער דרך החיים, און איך בין נישט קלאר פארוואס די הנהלה האט איהם נישט אויסגעשפארט נאך זיין קלארע דעקלעראציע אז ער איז דא בלויז לקנטר, בקדירה שבישל בה יתבשל - מעג מען איהם אפענטפערן מיט די זעלבע מטבע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:59 pm
דורך בת קול
יו געט וואט יו עסק פאר. עס זעהט מיר נישט אויס ווי עס באדערט אים בכלל. אבי ער באקומט זיין אטענשאן.

און צום פותח האשכול: דוינט פיד די טראלל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מושב זקנים טענה'ט אז ער קומט מיט א נאבעלע ציל צו ראטעווען דער מענטשהייט פון די פראבלעם פון חרדיזם. ער איז א קלוגע דענקער וואס האט אלס דורכגעטוהן, מיט פארשטאנד און ערליכקייט און ס'איז איהם ארויס א מסקנא אז חרדיזם איז פון דער טייוויל אליינס. ער נוצט זיין קענשאפט פון דער שפראך ארויס צו געבען זיין מיינונג כדי מקרב צו זיין אידען צום אמת.

ווען ער ווייסט אז דער רושם וואס אונז האבען אויף איהם איז אלס אן אלטער זעצער אין מושב זקנים, וואס זיין קינדער ווילען איהם נישט אנקוקען און זיין מאמע האט איהם לאנג אפגעלאזט. א גרוש וואס ארבעט אין א ווערהויז און זאגט יעדער איינער אז ער האט ערגעץ א דעגרי און דעריבער איז ער בעסער ווי זיי, א זוהן פון א גביר א יורד וואס איז געבליבען נאר מיט'ן עקעלדיגקייט פונ'ם געלט אן די געלט בפועל, ווי א שיבער אין מצה בעקעריי וואס האט א מיינונג אויף אלס און יעדעם און למעשה קוקט ער אין אויווען א גאנצע טאג, ווי א משולח וואס האט שוין אויסגערעכענט די נקמה וואס ער גייט נעמען אין יעדער איינער וואס גיבט איהם נישט אין מיט'ן ק"ש ווען ער ווערט רייך, ווי א טראמפ וויילער וואס באשולדיגט דער היספאנישער אין לאס אנדזשעלעס פאר דעם אז ער האט שיכערעהייט צוקלאפט זיין קאר אין קאנזאס. ווען ער ווייסט די רושם וואס ער האט, וואלט ער פארשטאנען אז קיינער וועט איהם אזוי נישט גלויבען און קיין איין אידישע נשמה וועט ער נישט ראטעווען דערמיט.

די אשכול איז פשוט א טובה פאר איהם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:55 pm
דורך moshav zekeinim
ווער עס האט אזא רושם אויף מיר אזוי ווי ליטוואק האט מיר אראפגעמאלן בשם כל הקהל ווערט געבעטן צו לייקן ליטוואקן, אזוי וועל איך וויסן צו ער רעדט טאקע בשם כל חברי השטיבל, אדער בלויז בשם א קליינער הייפעלע ניקס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:08 pm
דורך א איד
מושב אז דו האסט געבעטן האב איך געלייקט.
קאווע שטיבל איז דאך פרידאם אוו ספיטש, נאכדערצו אין שמייכל, ווער גיט א דעקל דערויף......

Re: אינטערוויו מיט חברינו היקר מושב זקנים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די תכלית איז אויסרעדען די ווייטאג, ביסטו גערעכט. ער זאגט אבער אז ער וויל האבען א השפעה. דאס קען ער נישט אין די מצב, לדעתי.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:46 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מושב זקנים טענה'ט אז ער קומט מיט א נאבעלע ציל צו ראטעווען דער מענטשהייט פון די פראבלעם פון חרדיזם. ער איז א קלוגע דענקער וואס האט אלס דורכגעטוהן, מיט פארשטאנד און ערליכקייט און ס'איז איהם ארויס א מסקנא אז חרדיזם איז פון דער טייוויל אליינס. ער נוצט זיין קענשאפט פון דער שפראך ארויס צו געבען זיין מיינונג כדי מקרב צו זיין אידען צום אמת.

ווען ער ווייסט אז דער רושם וואס אונז האבען אויף איהם איז אלס אן אלטער זעצער אין מושב זקנים, וואס זיין קינדער ווילען איהם נישט אנקוקען און זיין מאמע האט איהם לאנג אפגעלאזט. א גרוש וואס ארבעט אין א ווערהויז און זאגט יעדער איינער אז ער האט ערגעץ א דעגרי און דעריבער איז ער בעסער ווי זיי, א זוהן פון א גביר א יורד וואס איז געבליבען נאר מיט'ן עקעלדיגקייט פונ'ם געלט אן די געלט בפועל, ווי א שיבער אין מצה בעקעריי וואס האט א מיינונג אויף אלס און יעדעם און למעשה קוקט ער אין אויווען א גאנצע טאג, ווי א משולח וואס האט שוין אויסגערעכענט די נקמה וואס ער גייט נעמען אין יעדער איינער וואס גיבט איהם נישט אין מיט'ן ק"ש ווען ער ווערט רייך, ווי א טראמפ וויילער וואס באשולדיגט דער היספאנישער אין לאס אנדזשעלעס פאר דעם אז ער האט שיכערעהייט צוקלאפט זיין קאר אין קאנזאס. ווען ער ווייסט די רושם וואס ער האט, וואלט ער פארשטאנען אז קיינער וועט איהם אזוי נישט גלויבען און קיין איין אידישע נשמה וועט ער נישט ראטעווען דערמיט.

די אשכול איז פשוט א טובה פאר איהם.



ליטוואק, נישט צו פארדרייען דעם שמועס, אבער כ'האב הנאה פון דיין תגובה... קוק נאכאמאל אדורך דיין תגובה, נאר יעדע מאל ווי דיין תגובה ענטהאלט דאס ווארט "חרדיזם" שטעל אריין "חסידות"... און אנשטאט "מושב" לייג אריין "ליטוואק"... און דערנאך קוק זיך אין שפיגל... סאונדט פעמיליער? :o :(

עניוועי, איך גיי מיך קריגן מיטן עולם, איך האב נישט אזא שלעכטן בלק אויף מושב, כאטש איך בין נישט מסכים מיט זיינע מיינונגען און זיין טראללן, פארשטיי איך אז ער איז ערגעץ אין זיין לעבן שטארק בא'עוולה'ט געווארן דורך חרדישע אידן און ער לייגט אריין אלע חרדישע אידן אונטער איין נאסן ליילעך. רויטע וואנצעס האט אים ליב אהבת נפש, איך בין נאך נישט ממש אויף דער מדריגה, אבער פיינט האב איך אים נישט, און עס באדערט מיך נישט אז מען שמועסט אויס זאכן ווי ערוואקסענע, נאר דאס טריצן און שימפן פארנעם איך נישט. און אויב צוליב דעם, זענען פאראן נאך שרייבער דא אין שטיבל וואס איך פארנעם נישט זייער בייסיגקייט און געשימפעכץ.

ס'מערסטע פונעם אינטערוויאו האב איך הנאה געהאט פונעם קעפל, אינטערוויו מיט "חברינו היקר" מושב זקנים. קוק וויפיל לייקס דאס האט באקומען! ;)

Re: אינטערוויו מיט חברינו היקר מושב זקנים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט, פערזענליך קען איך איהם אפשר פארשטייען. די שאלה איז צו דער וועג פון רעדען האט א תכלית איינעם צו העלפען. וואס איז די פלאן? לאמיר מסכים זיין אז חרדיזם סרח'ט, אנטלויפען לעזט דען די פראבלעם? ס'איז דא מער זעלבסטמארד ביי חרדים ווי ביי א.ט.ד.? אפשר וואלט מען געקענט פאררעכטען די סיסטעם, אבער זיין וועג ציט נישט צו תיקון, נאר צו ווייטאג. און זיין נוסח און מהלך איז א חלק פון די פראבלעם, עכ"פ לדעתי.

מיין פראבלעמען מיט חסידים זענען נישט געשריבען עפעס צו טוישען, און טאמער איך האב עפעס אן אגענדע איז עס גאר אויף אן אנדערען גאנג.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:02 pm
דורך moshav zekeinim
איך רעד נישט פון אנטלויפן פון חרדיזם, איך רעד פון עס אונטערברענגען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:איך רעד נישט פון אנטלויפן פון חרדיזם, איך רעד פון עס אונטערברענגען.

מושב זקנים: וואו. דו האסט דיר גענימען צו א שווערע אויפגאבע. אפילו אין 10 גילגולים וועסטו עס נישט קענען אדורכפיהרן...איך מיין אז דו זאלסט זיך זעהן מיט א דאקטער. ווייל דו לעבסט אין עולם הדמיון. און אין עולם התוהו (ובוהו.)
נ.ב.: איך בעט דיך. נעם עס נישט פערזענליך.ייש"כ...!

Re: אינטערוויו מיט חברינו היקר מושב זקנים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:48 pm
דורך א איד
וואס גייט דיר אז אז ער נעמט עס פערזענליך?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:וואס גייט דיר אז אז ער נעמט עס פערזענליך?

ווייל דער ..."סדרן"... און נאך א פאר וואוילע ניקס וועללן שרייען אז ס'איז קעיגן די תקנות... :lol: :roll:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:43 am
דורך [NAMELESS]
פרייליכע נייעס: חלק ב׳ פונעם אינטערוויו קומט אי״ה נאך שבת.
אגב כ׳האב נישט געבעטן פון קיינעם א הסכמה אויף דעם אשכול, וועם ס׳שמעקט נישט זאל עס נישט ליינען (דא נעם איך די ליניע ודוק)

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 10:39 pm
דורך געוואלדיג
עס זעהט עפעס אויס אז ער פאקט מער נישט באקסעס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:38 am
דורך שבת אחים
לעבטס און לאזט לעבן... לאכטס ענק אויס פון יענעמ׳ס בויך וויי... וואס דארף מען יענעמס פערזענליכע לעבן אויספאקן, אויב האלטן ענק טאקע אז ענקער וועג איז די אמתע און ריכטיגע וואס צוקראצן זיך ענק וואס מושב צי שבת זאגט??? א גאנץ געשעפט! האט ער געזאגט!, יעדער קען ענטפערן און מ׳קען האבן א דיסקורס איבער דעם אבער פערזענליך אריינפליקן יענעם איז שוין מעהר אויף די קינדערישע זייט. אויב גייען זיי טאקע אויף די נערווען, זאל מען קאנטעקטן די גבאים און אחראים, אבער גיין פערזענליך איז נישט גענצליך אויסגעהאלטן, כך נראה לי.

יעצט קען יעדער צוריקגיין צום אלטן:

״ער וואוינט דאך אין א בעיסמענט מיט א שווערע גערוך אנגעפילט מיט ביר באטעלעך״...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:38 pm
דורך איש את רעהו
שבת אחים האט געשריבן:לעבטס און לאזט לעבן... לאכטס ענק אויס פון יענעמ׳ס בויך וויי... וואס דארף מען יענעמס פערזענליכע לעבן
.


הבא לרודפך השכם לרודפו
אזוי האט מען ביינינז געלערנט.