בלאט 2 פון 4
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:42 am
דורך פערינא
האקינס ארבייט שוין א שטיק צייט אויף א קליינטשיק ראבאט וואס מ'וועט ארויף שיסן דורך לעיזער און ס'וועט פליען צוואנציג פראצענט פון speed of light און מ'וועט קענען באזיכן די כמו-וועלט פלאנעט און צוואנציג יאר. דער יודישער מארק זוקערבערג גיט די געלט.
מ'בויט א טורעם. א דור הפלגה.
http://www.independent.co.uk/news/scien ... 81101.html
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:32 am
דורך הקטן
[tag]שבת אחים[/tag]
אבזערוואציע זאגט אינז אז א יעדער זאך וואס מען דארף האבן knowledge דאס צי מאכן ווערט נישט באשאפען פין זעך אליין, נישט ביי chance אדער עקסידענט, נאר דאס ווערט געמאכט דארך איינער וואס האט דער knowledge דאס צי מאכן, און האט דער כוונה דאס צי מאכן.
צי מאכן א lox אין קרים-טשיס סענדוויטש דארפן מען האבן knowledge וועגן דעם וועט קיינער נישט זאגן אז דאס האט זיך געמאכט דארך אסך עקסידענטס
איך וועל דיר מיזען מודה זיין אז איך ווייס נישט וואו אזוי מען מאכט אן ערעפלאן - וואס איך ווייס אבער יא איז אז דאס האט זיך נישט געמאכט פין זיך אליין
דאס איז זיכער געמאכט געווארן דארך אן ענדג'עניר וואס האט געהט דער knowledge און די כוונה דאס צי מאכן
ווייל אן ערעפלאן דארפמען וויסען וואו אזוי צי מאכן
אז דו ווילסט זאגן אז ׳נאטור׳ somehow האט געוויסט וואס זי וויל און אויך געהאט knowledge וואו אזוי דאס צי מאכן - דאן גא עהעד
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס זאגט דאס, ס'איז געווען כופרים פאר דארווין אויך
ווער לאזט נישט זיין אן אלטמאדישער כופר?
דארוועניסטען האבן אבער געהאט א שוועריקייט און אנמעמען אז א
מאטרעליסטישע וועלט זאל באזעצען דער סארט knowledge און knowhow,
פין די אנדערע זייט איז ער אבער געווען אריין געבאקסט אין א שמאלער וועלט קוק א וועלט פין
מאטרעליזעםאיז ער אויפגעקימען מיט רענדעם מיאטעשען.
אבער וואו דו האסט שוין געזאגט אסך מאל, דו ביסט אן אינדיפענדענט טראכטער, און וואס האסטו מיט דארווין - דארווין שמארווין
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:03 pm
דורך שבת אחים
מ׳קען זיך באמת נישט טעהנן אויף ק״ש ווען מ׳קען דאך נישט רעדן פראנק און פריי, די פאריגע תגובה וואס כהאב געשריבן איז געמעקט געווארן על לא דבר, די אייניציגסטע סיבה דערפאר איז ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף, היינטיגע ק״ש איז מעהר ווייניגער אביסלע מעהר אויפגעקלערט ווי אייוועלט-נישט קיין סאך בעסער, אלזא איז עס נישט אינטערסאנט מעהר. צום לעצטען מאהל, דעס וואס דו זאגסט אז א זאך וואס אינז זעהן מוז זיין אז ס׳איז געוועהן א אינטעלעדזשענט דיזיינער אלזא איז זיכער דא א בורא וואס באשאפט אלעס איז נאר געזאגט געווארן אויב האסטו שוין א געוויסע פראדאקט וואס דו ווייסט פונקטליך וואס דו ווילסט דיזיינען אדער נאכמאכן א געוויסע ענליכע פראדאקט אויף א געוויסע וועג, אבער אונזער וועלט איז באשאפן געווארן און אלע ענערזשי ארום און ארום האבן זיך צוגעשטעלט און צוגעוואוינט accordingly דאס מיינט אונז האבן איוואלוועט צו וואוינען און לעבן אין די מצב, פאר אונז קוקט עס אויס ווי ס׳איז אלעס איז פונקטליך און אלעס קלאפט ווייל אונז זענען צוגעוואוינט צו לעבן אין די ענווייערמענט און דאס איז די איינציגסטע מין לעבן וואס אונז זענען באקאנט און צוגעוואוינט, ס׳איז אבער נישט אזוי, די וועלט איז ווייט פון פונקטליך, ס׳איז א סיסטעם וואס אונז האבן זיך אדאפטירט און פארמירט צו וואוינען דא און נישט פארקערט.
זייטס געזונט, איך גיימיר פון דא. ווען מ׳האט געוויינט אז איינער זאל איבערנעמן קאווע שטיבל האט מען נישט געמיינט אז מ׳זאל עפענען א קאמפעיטשאון מיט אייוועלט! מ׳האט געמיינט אז מ׳זאל לאזן קאווע שטיבל אפען ווי מ׳קען רעדן מעהר אפען כשנים קדמוניות, און אויב איז ק״ש איוואלוועט צוזיין פונקט ווי אייוועלט דאן זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.
@געוואלדיג, יישר כח פארן מיך לאזן שרייבן דא ביז יעצט, הצלחה מיט דיין נייע סייט, כהאף דו וועסט האבן לכה״פ אזויפיל הצלחה ווי דיין קאמפעיטשאון אייערוועלט, בד״וו היינט איז די יארצייט פון מיקי מאוז, מ׳פירט זיך צו זאגן גאנץ הלל בו ביום נאך פאר די שקיעה, זאל זיין נשמה האבן א עלי׳ און אלע קראנקע א רפואה,אמן ואמן.
פאר דו לייגסט צוריק דיין אירעסער אין דיין פענסל קעיס פארגעס נישע קענסט שוין מעקן די תגובה אויך פאר די זעלבע געלט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:32 pm
דורך הקטן
איך וועל קודם איבער זאגן און אנדערע ווערטער וואו אזוי דו ווילסט דיך ארויסדרייערן פין א דיזיינער און דערנאך וועל איך דאס אפענפערן
(אויב האב איך נישט געניג קלאר ארויס דיין מהלך קענסטו מיר זאגן)איך האב געשריבן א סייענטיפישע אבזערוואציע
"א יעדער זאך וואס נעמט knowledge דאס אהער צי שטעלן וועט דאס נאר ווערן אהער געשטעלט דארך knowledge און בכונה תחילה דאס אהער צישטעלן"
אויף דעם קימט שבת און זאגט במה דברים אמירים אויב דער מיין ציל איז א געוויסער ציל - למשל אן אייער שפייס פאר פרישטיג אדער אן ערעפלאן, דאן קענסטו פארגעסען זאל זיך אליין מאכן דארך אן עקסידענט אבער אינזער לעבעדיגער וועלט איז קיינמאל נישט געווען קיין ציל פאר קיינעם, און אז פענט האט זיך געגאסען און ס'האט געקענט אויסקימען סיי וואס איז גאנץ מעגליך ס'זאל איסקימען עפעס אן אינטערעסאנטע בילד - און דער אינטערעסאנטער בילד,און אינזער פאל איז א לעבעדיגער סעל.
האב איך דיך גיט פארשטאנען?
(איך האב אויך געהאט אן אנדער פשט און דיינע ווערטער, בערך אזוי, למעשה מיט אינזער היינטיגע וועג פין טראכטען מאכט נישט קיין סענס אז א זאך זאל זיך אליין באשאפען, און דער סארט מהלך המחשבה איז אויך א תולדה פין עוועלאציע, ממליא קען מען נישט פרעגן די סארט שאלה, ווען דאס זאל זיין דיין כונה דאן נעם אלע סייענטיסטען און הייס זיי פאקן פעק) פאר ווער ס'האט נישט געזען וואס שבת האט געשריבן
ער האט פחות או יותר געזאגט מען מיז נישט פארשטיין סייענס און מען קען אויף דעם נישט פרעגן קיין שאלות, פינקט וואו מען מיז נישט און מען קען נישט פארשטיין גאט.
און יעצט לייגט ער צו אז די סיבה פארוואס מען האט אים געמעקט איז ווייל דאס איז געווען געוואלדיגע דיברי חכמה וואס מען קען נישט אפענפערן.
שבת אחים האט געשריבן: די אייניציגסטע סיבה דערפאר איז ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף,
דאס צי שרייבן דארף מען האבן אן העכערע כח, ס'קען אויך זיין ווייל ס'איז אגעגען די תקנות אדער עפעס אן אגנדערע סיבה
ס'פאסט נישט אזוי צי שרייבן פאר איינער וואס זיינע החלטות אין לעבן זענען סייענטיפיש אויסגעהאלטן.
איך, פין די אנדערע זייט, בין נישט זיכער פארוואס דו האסט געשריבן די לעצטע ליידיגע תגיבה,
אויב דו ווילסט מער נישט שרייבן וואלסטו דאס אויך נישט געשריבן.
ביסט אויך נישט אזא נער נישט צי קענען מאכן דיין פוינט אויף א וועג זאלסט נישט געמעקט ווערן.
איך און דו ווייסען אז דאס איז נישט דיין לעצטער תגיבה.
איז פארוואס שעלטען און זאגן איך שפיל נישט?
איך בין נישט זיכער, אבער ס'קיקט מיר אויס אז איינע פין די סיבות זענען ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:31 pm
דורך בר-כוכבא
כ'האב נישט געזען די געמעקטע תגובה פון [tag]שבת אחים[/tag]. כ'שטעל זיך פאר אז אויב די היפש-לויזע צענזור פון אונזער שטיבל האט פארשטאנען אנצואווענדן א קאנטראל-זי אויף זיינע דיבורים, האט עס מסתמא טאקע נישט געדארפט דא זיין.
איך פארשטיי אויך נישט זיין אבסעסיע מיט די פלפולים וועגן ענערגיע וואס האבן זיך צוגעוואוינט און צוגעפאסט און אויסגעשטעלט און צוגעשטעלט ביז זיי האבן בשעה טובה ומוצלחת בדרך נס(!) פראדוצירט אזא "אומפערפעקטע בריאה" ווי די אין וועלכער מיר לעבן. פארוואס ער קען נישט פאר עטליכע רגעים אויסטאן זיינע פאנאטישע "בורא עולם" ברילן און באהאנדלען די נושא אויף א דערוואקסענעם, ראציאנאלן אופן איז ביאנד מיין אומפערפעקטן שכל. יתכן אז די ענערגיע פון וואס מיין מח איז צוזאמגעשטעלט האט זיך טאקע נישט געהעריג אנטוויקלט (טאקע א שאד דער בורא עולם האט זיך נישט אריינגעמישט און זיכער געמאכט אז מיין שכל זאל נישט זיין אביסל נאנטער צום פערפעקציאניזם וואס "שבת אחים" דערווארטעט פון פאנאטיקערס וואס זענען גראדע יא אפן צו באהאנדלען די נושא אן קיין הנחות קדומות, אבער שוין).
אפגעזען אין וואס [tag]הקטן[/tag] גלייבט אדער גלייבט נישט, איז ער גרייט צו דיסקוסירן די טעמע מיט אן אפנקייט און א גרייטקייט אנצוקומען צו יעדער מעגליכער מסקנא, על כל פנים עז פאר עז סייענס איז קאנסערנד. ער פילט נישט קיין דראנג אריינצוברענגען "מיקי מאוז" (א חנ'עוודיגע קערעקטער וואס האט אויך געזען ניסים חוץ לדרך הטבע-ענערגיע אין זיין לעבן!) אינעם בילד, און פארקלאפט אויך נישט די טיר מיט א ירגזון נאך דעם וואס דער שמועס האט זיך אנדערש אנטוויקלט ווי זיין געשמאק. אבער, שוין.
אויב איז דאס ווירקליך געווען די לעצטע תגובה פון "שבת אחים", ווינטש איך אים זיכער א גליקליכע רייזע און אן קיין שיער הצלחה אויף זיין וועג צו זיין "עקא טשעמבער" פארום, וואו אלע באטייליגער האבן זיך יא אנטוויקלט מיט א השלמה וואס אונזער טבע דאהי האט נישט געקענט באווייזן, און רעדן אך ורק זאכליכע דיבורים, וועגן א קאסמאס וואס איז אויסגעשפיגן געווארן פון ריין אפס גרייט מיט אן אנטוויקלונגס-מעכאניזם וואס "פארשטייט" פון זיך אליין וויאזוי זיך צו אנטוויקלען און צופאסן צו א נישט-פון-פריער באשטימטן סדר הבריאה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:01 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]בר-כוכבא[/tag], סארא שפראך!
פאר דעם אליין האב איך דיר געלייקט.
מעגסט אריינקומען אפטער, דיין עלעקוואנטע שפראך איז ווי וואסער צו א מדבר-פארטריקענטן דארשטיגן נפש.
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:17 pm
דורך בר-כוכבא
שקויעך [emoji2]
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:26 pm
דורך פליקער
איך וואלט געבעטן ביי שבת אחים א געפעליקייט, איידער ער לייגט זיך שלאפן זאל ביטע אראפנעמען זיין אוועטאר פון בערני דער סענדער. נישט אז איך וויל עס, נאר אויב שוין יא אזוי נגזר, זאל כאטש נישט בלייבן לחרפת עולם על ראשו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:04 pm
דורך מאטי
'
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:19 pm
דורך שבת אחים
בר-כוכבא האט געשריבן:כ'האב נישט געזען די געמעקטע תגובה פון [tag]שבת אחים[/tag]. כ'שטעל זיך פאר אז אויב די היפש-לויזע צענזור פון אונזער שטיבל האט פארשטאנען אנצואווענדן א קאנטראל-זי אויף זיינע דיבורים, האט עס מסתמא טאקע נישט געדארפט דא זיין.
איך פארשטיי אויך נישט זיין אבסעסיע מיט די פלפולים וועגן ענערגיע וואס האבן זיך צוגעוואוינט און צוגעפאסט און אויסגעשטעלט און צוגעשטעלט ביז זיי האבן בשעה טובה ומוצלחת בדרך נס(!) פראדוצירט אזא "אומפערפעקטע בריאה" ווי די אין וועלכער מיר לעבן. פארוואס ער קען נישט פאר עטליכע רגעים אויסטאן זיינע פאנאטישע "בורא עולם" ברילן און באהאנדלען די נושא אויף א דערוואקסענעם, ראציאנאלן אופן איז ביאנד מיין אומפערפעקטן שכל. יתכן אז די ענערגיע פון וואס מיין מח איז צוזאמגעשטעלט האט זיך טאקע נישט געהעריג אנטוויקלט (טאקע א שאד דער בורא עולם האט זיך נישט אריינגעמישט און זיכער געמאכט אז מיין שכל זאל נישט זיין אביסל נאנטער צום פערפעקציאניזם וואס "שבת אחים" דערווארטעט פון פאנאטיקערס וואס זענען גראדע יא אפן צו באהאנדלען די נושא אן קיין הנחות קדומות, אבער שוין).
אפגעזען אין וואס [tag]הקטן[/tag] גלייבט אדער גלייבט נישט, איז ער גרייט צו דיסקוסירן די טעמע מיט אן אפנקייט און א גרייטקייט אנצוקומען צו יעדער מעגליכער מסקנא, על כל פנים עז פאר עז סייענס איז קאנסערנד. ער פילט נישט קיין דראנג אריינצוברענגען "מיקי מאוז" (א חנ'עוודיגע קערעקטער וואס האט אויך געזען ניסים חוץ לדרך הטבע-ענערגיע אין זיין לעבן!) אינעם בילד, און פארקלאפט אויך נישט די טיר מיט א ירגזון נאך דעם וואס דער שמועס האט זיך אנדערש אנטוויקלט ווי זיין געשמאק. אבער, שוין.
אויב איז דאס ווירקליך געווען די לעצטע תגובה פון "שבת אחים", ווינטש איך אים זיכער א גליקליכע רייזע און אן קיין שיער הצלחה אויף זיין וועג צו זיין "עקא טשעמבער" פארום, וואו אלע באטייליגער האבן זיך יא אנטוויקלט מיט א השלמה וואס אונזער טבע דאהי האט נישט געקענט באווייזן, און רעדן אך ורק זאכליכע דיבורים, וועגן א קאסמאס וואס איז אויסגעשפיגן געווארן פון ריין אפס גרייט מיט אן אנטוויקלונגס-מעכאניזם וואס "פארשטייט" פון זיך אליין וויאזוי זיך צו אנטוויקלען און צופאסן צו א נישט-פון-פריער באשטימטן סדר הבריאה.
איך גיי מיך נישט מפלפל זיין מעהר דא, יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן איז לויטערע שטותים מיט הבלים מיט א שטארקע בייעסי אנגעפאנגן אז דו האסט בכלל נישט געכאפט די וויץ מיט מיקי מאוז און צו וועם ס׳איז געוועהן דירעקט צו. אבער ס׳געפעלט מיר ווי דו רופסט מיין שיטה א ״אבסעסיע״ ווידער דיין שיטה איז בכלל נישט קיין אבסעסיע! אויב איינער פון אונז איז אבסעסעט מיט עפעס איז עס נישט איך, איך זאג עס כמו שהוא! די פאקט איז אז ס׳איז דא א Force of nature וואס ארבעט מיט די laws of nature, וואס איז neutral און קען אפהארגענען א מיליאן מענשטען אויף איינמאל מיט א נאטורליכע דיזעסטאר, יעצט דו קלעימסט צו זאגן אז דו ווייסט פונקטליך פון ווי די powerful כוח קומט, איך זאג אז איך ווייס נישט פון ווי סקומט, און דערווייל ווייסט קיינער נישט נאר יעדער קלעימט אז זיי ווייסן, אויב איינער פון אונז צוויי איז אבסעסעט איז עס נישט מיר, און @הקטן איז אזוי אפען צו הערן דעם אמת ווי דו ביסט, ער קען נישט זעהן גארנישט ווילאנג ער האט א inclination צו די וועג וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן און די וועג זיין ברעין איז געפראגרעמט צו טראכטן פון קינדווייז אן. בהצלחה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:49 pm
דורך הקטן
אבזערווירענדיג דו laws of nature זעט מען אז אדאפשען, צי נעטראל סעלעקשען קען נישט באשאפען גארנישט ווערטפאראל
נישט מיט א ציל און אויך נישט אן קיין ציל
אלעס וואס זיי טוען זיך אויף איז געווען פאר אדאפעשן האט געשפילט א ראלע ס'איז געווען peppered moth מיט dark-colored moths פאר זיי האבן זיך אדאפטעד צים נייען אינווייערמענט
אזוי אויך באקטעריע מיט פענעסילען צי פייגעל מיט לאנגע מיילער -אלעס אלעס איז געווען פאר ס'האט זיך אדאפטעט
נעטראל סעלקשען קען לכל היתר זען אז ס'זאל זיין מער דערפין, וואס איז מער פיט פארמערט זיך מער.
ער ווייסט נישט וואס זיי זאגן, פארוואס זאל ער וויסען ער טראכט דאך אליין
דאס זענען אין פאקט די laws of nature, סיי און לעב און אויך אבזערירענדיג די וועלט ארים
קיין זאך וואס נעמט knowledge אהער צישטעלן ווערט נישט אהער געשטעלט דארך א drift אדער א עקסידענט
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:57 pm
דורך הקטן
העניך האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:העניך האט געשריבן:משל למה הדבר דומה, ראובן פארקויפט דיר אן אנטיק כלי און ער זאגט דיר אז עס איז נאר דא איין אדער צוויי פון דעם אין דער גאנצער וועלט. שמעון שטייט דארטן און ער רופט זיך אז אז ראובן זאגט ליגנט, און באמת זענען דא הונדערטער אזעלכע כלים אין דער וועלט.
ווען שמעון זאגט פאר ראובן דו זאגסט ליגענט - קען דאס ציגיין אויף צוויי אופנים
א. שמעון ווייסט פאר א פאקט אז ס'איז דא זייער אסך פין די כלי
ב. שמעון ווייסט נישט, ער האט נישט קיין וועג צי וויסען, און ער וועט דיר זאגן אז ער ווייסט נישט, ער וויל אבער שטארק זאל זיין אסך
דא מיין פריינד, האט מען נישט געטראפען אן אנטיק כלי, מען האט נאר געטראפען א פארמאכטע שאפינג בעג, און יעצט קימט שמעון און פאכעט און שרייט "זעסט? איך האב דיר געזאגט! ביז מודה אז קען זיין ס'ליגט דארט אזא כלי? יעצט שנעל זאג וואו האסטו געטראפען די
שאפינג בעג לעבן דיין הויז? העי, זעסט אז סאיז דא אסך פין דעי כלי?!?"
ס'איז נישט דא קיין שום "סייענטיפישע" סיבה צי האלטן אז ס'איז דא לעבן ערגעץ אנדערש אויסער א שטארקע ווילען פין א געוויסע קאלט
וואס שטערט פאר די קאלט אויב ס'איז נישט דא? ווייסט איינער?
כ'האב נאך נישט געלייענט די ווייטערדיגע תגובות, אבער לאמיך דיר ענטפערן. איך האב נישט געזאגט אז דאס איז א שטארקע ראיה אז ס'זענען מסתמא דא גאר אסאך פלאנעטן וועלכע
פארמאגן לעבן, נאר אז עס זענען דא אסאך פלאנעט וועלכע
קענען דערהאלטן לעבן. דער אנטיק אין מיין משל גייט ארויף אויף א פלאנעט וואס קען דערהאלטן לעבן - נישט אויף א פלאנעט וואס פארמאגט פאקטיש לעבן.
אוודאי, וויסנשאפטלער וועלכע האלטן אז לעבן האט זיך אנטוויקלט אויף דער וועלט אויף א פערצופאלדיגן אופן וועלן זיין נוטה צו גלייבן אז אויב זענען פאראן טרילי-טריליאנען פלאנעטן וועלכע
קענען דערהאלטן לעבן, איז גאר יתכן אז לעבן האט זיך אנטוויקלט ערגעץ וואו פונקט ווי עס איז פערצופאל געשען אויף אונזער פלאנעט. דאס איז טאקע נישט אויפגעוויזן געווארן מיט דעם געפונס פון פראקסימא בי.
די סיבה פארוואס מען איז אזוי עקסייטעט וועגן דעם כלי וואס קען האלט לעבן איז ווייל מען האפט, מען איז אבסעסט, אז מען וועט טרעפן לעבן - דאס איז אלס נאר אן הכנה
אבער וואו איך האב געשריבן זענען זיי אויך מודה אז ס'איז ביז דערוואל נאר א "שאפינג בעג" וואס קען אפשר זיין אז ס'קען אפשר האלטן לעבן.
די שמחה איז אבער וואו ס'איז ווען די ריעל דיעל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:42 am
דורך ביבער
ב"ה מ'האט געקענט נאך א אשכול אראפפירן פון ענין און אריינפירן אין עוואלושאן טענה'רייען צום הונדערטסטן מאל.
#טראללאלערט
@שבת, אז מען קטן'ט אין קאווע שטיבל טרינקט מען מי רגלים.
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צוריק צום נושא.
איך האב געליינט אזא געדאנק
"It is known that there are an infinite number of worlds, simply because there is an infinite amount of space for them to be in. However, not every one of them is inhabited. Therefore, there must be a finite number of inhabited worlds. Any finite number divided by infinity is as near to nothing as makes no odds, so the average population of all the planets in the Universe can be said to be zero. From this it follows that the population of the whole Universe is also zero, and that any people you may meet from time to time are merely the products of a deranged imagination."
דאס באלאנגט אין זענא'ס פאראדאקסען? זבלון?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:06 pm
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט וואס דריקט זיי אן דעם
מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען מיליאנען עולמות, אבער אן עולם עשיה, אן עולם הגשמי איז נאר דא איינס. לדעתי איז די סיבה פארוואס עס גייט זיי אזוי אין לעבן איז, ווייל אויב וועלן זיי טרעפן נאך אן ערדישע יוניווערס, דאן פארלירט אונזער וועלט די גאנצע חשיבות, אונזער בחירה, שכר ועונש איז נישט בלעדי, ווייל מהיכי תיתי! עס זענען פארהאנען נאך עולמות וואו מענטשן פאשענען קיען, און פארקויפן אויף עמעזאן. לכאורה דאס איז די סיבה פארוואס עס טרייבט זיי אזוי שטארק, אבער זענען ביזדערווייל געווען אומסוקסעספול.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:35 pm
דורך ביבער
פרייוויליג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט וואס דריקט זיי אן דעם
מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען מיליאנען עולמות, אבער אן עולם עשיה, אן עולם הגשמי איז נאר דא איינס. לדעתי איז די סיבה פארוואס עס גייט זיי אזוי אין לעבן איז, ווייל אויב וועלן זיי טרעפן נאך אן ערדישע יוניווערס, דאן פארלירט אונזער וועלט די גאנצע חשיבות, אונזער בחירה, שכר ועונש איז נישט בלעדי, ווייל מהיכי תיתי! עס זענען פארהאנען נאך עולמות וואו מענטשן פאשענען קיען, און פארקויפן אויף עמעזאן. לכאורה דאס איז די סיבה פארוואס עס טרייבט זיי אזוי שטארק, אבער זענען ביזדערווייל געווען אומסוקסעספול.
סא אויב טרעפט מען יא לעבן ערגעץ אנדערש מיינט עס אז אסאך גייען טאקע אויפהערן צו היטן? דו וואלטסט אויפגעהערט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:36 pm
דורך פרייוויליג
ביבער האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט וואס דריקט זיי אן דעם
מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען מיליאנען עולמות, אבער אן עולם עשיה, אן עולם הגשמי איז נאר דא איינס. לדעתי איז די סיבה פארוואס עס גייט זיי אזוי אין לעבן איז, ווייל אויב וועלן זיי טרעפן נאך אן ערדישע יוניווערס, דאן פארלירט אונזער וועלט די גאנצע חשיבות, אונזער בחירה, שכר ועונש איז נישט בלעדי, ווייל מהיכי תיתי! עס זענען פארהאנען נאך עולמות וואו מענטשן פאשענען קיען, און פארקויפן אויף עמעזאן. לכאורה דאס איז די סיבה פארוואס עס טרייבט זיי אזוי שטארק, אבער זענען ביזדערווייל געווען אומסוקסעספול.
סא אויב טרעפט מען יא לעבן ערגעץ אנדערש מיינט עס אז אסאך גייען טאקע אויפהערן צו היטן? דו וואלטסט אויפגעהערט?
וואס זאל איך דיר זאגן, עס וועט אויפברענגן אסאך קשיות, לאמיר קודם ווארטן עס זאל אפיר קומען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:43 pm
דורך ביבער
נישט געזארגט, דער גאט אויף די געפס איז זייער גרויס, אדרבה ער ווערט נאר גרעסער מיט יעדער סייענטיפיש געפונס.
אונזער אמונה דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו מיליאנען וועלטן וועלן געטראפן ווערן וועט עס אונז נישט רירן פון פלאץ. אגב פון ווי נעמסטו אז אן עולם העשי' איז נאר דא איינס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:47 pm
דורך ונבנתה העיר
ביבער האט געשריבן:אגב פון ווי נעמסטו אז אן עולם העשי' איז נאר דא איינס?
אויך געוואונדערט.
והשנית, 'עולם העשיה' מיינט פארשטייט זיך די גאנצע אבזעוועבל יוניווערס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:52 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש. מצידי זאל זיין נאך מלך הבשנס [וע"פ לומדות, אויב איז דא ערגעץ נאך אן עם הנבחר - זענען מיר איין עם הנבחר. ווייל איך בין דא און יענער אויף מארס?].
ס'דערמאנט מיר פון מיין טאטנ'ס ענגליש פרינציפעל וועלכער האט גע'טענה'עט אז מ'וועט נישט לאנדען אויף די לבנה ווייל ס'שטייט השמים שמים לה'.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:04 pm
דורך פרייוויליג
ביבער האט געשריבן:אונזער אמונה דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו מיליאנען וועלטן וועלן געטראפן ווערן וועט עס אונז נישט רירן פון פלאץ.
אמונה איז Beyond reason. סא אפילו עס איז נאר דא איין וועלט דארף איך גלייבן Beyond reason.
וויאזוי האט א איד געענטפערט פאר א קריסט: אויב אותו האיש וועט זיך באווייזן צו אונז לעבעדיג, וועליך גלייבן אין אים, בלייבט נאר איבער פאר אים זיך צו באווייזן.. מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען קיין בריאה וואס איז גלייך צו אונזערע יוניווערס, וואו מענטשן קענען שפאצירן אן קיין אקסזישען מאסק. אויב וועט זיך די וועלט באווייזן, איך וועל אים קענען זען, וועל איך גלייבן אין דעם. כל זמן איך זע דאס נישט גלייב איך אין איין ערדישע עולם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:08 pm
דורך moshav zekeinim
טאמער רעליגיע האט איבערגעלעבט דארווינען וועט עס שוין אלעס איבערלעבן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:09 pm
דורך ביבער
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש. מצידי זאל זיין נאך מלך הבשנס [וע"פ לומדות, אויב איז דא ערגעץ נאך אן עם הנבחר - זענען מיר איין עם הנבחר. ווייל איך בין דא און יענער אויף מארס?].
ס'דערמאנט מיר פון מיין טאטנ'ס ענגליש פרינציפעל וועלכער האט גע'טענה'עט אז מ'וועט נישט לאנדען אויף די לבנה ווייל ס'שטייט השמים שמים לה'.
לויט די שמועות איז טאקע געווען שווערע צייטן דאן פאר געוויסע, ובתוכם דער בעל דברי יואל וואס לפי השמועה האט ער געזאגט שוין לאחר המעשה אז ס'קען נישט זיין ווייל השמים שמים לד'...
בנוגע לעבן אויף אנדערע פלאנעטן שרייבט הרמ"מ אז נאר די תורה איז דא איינס אבער לעבן איז נישט אויסגעשלאסן.