בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:ס'איז א בפירוש'ע משנה. כל זמן שמזקיני"ן דעתן מיטפשת עליהן...
ונבנתה: נו, ער (אדנירם) איז דאך נישט פון די אויף וועמען ס'איז געזאגט געווארן. חוץ אז דו האסט איהם פארהערט און ער האט נישט גע'יכול'ט...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:37 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, נישט בחינם איז ער דער אדמו"ר הזקן...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:נו, נישט בחינם איז ער דער אדמו"ר הזקן...
ונבנתה העיר: איך ווייס טאקע נישט וויאזוי 770 לאזט עס טאקע צו. מ'וואלט איהם געדארפט רופן צו ביה"ד הגדול פון התאחדות הגזלנים, מיט איצא שייגעץ בראש...און דעם קא-
פישער זצ"ל. (דעם אנדער'ן פשט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:28 pm
דורך סאשי פיש
[tag]אדנירם[/tag] דו האסט באקומען די מאיענעז?...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:31 pm
דורך סאשי פיש
[tag]כוכב[/tag] ביסט אויך געווען פון די קאנאן פלייש?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:38 pm
דורך ונבנתה העיר
זיי חתמ'ענען זיך ריכטיג אונטער: א פארווייטאגטער איד...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש: כ'ווייס נישט. פאר סאם ריעזאן דערמאנסטו מיך די מעשה פון די גמרא אין מס' פסחים, וואו די גמ' פארציילט אז ר' יהודא פון די שטאט נציבין האט געפרעגט ביי דעם גוי וואס האטציך פארשטעלט פאר א איד, אויב מ'האט איהם געגעבן פון די אליה פונ'ם קרבן פסח...! דו פרעגסט אויכעט (לקנטר) אויב מ'האט איהם, שש'ן געגעבן מאיאנעיז אויכעט צו די טונא פיש...לאמור. אז מ'האט געוואוסט אז ער איז נישט עכט קיין היימישער. און מ'האט דיסקרימינעיטעד אקעיגן איהם...! אויב דאס איז דיין כוונה, ביניך מוחה אויף דעם. ווייל איך ווייס אז דאס איז נישט אמת. די סאטמאר'ע אידן זענען די גרעסטע און פיינסטע מכניסי אורחים אין די וועלט. ביז ס'קומט צו ציונות, רח"ל. נו. ס'איז דאך נישט אנגעשריבן אויף קיינעם'ס נאז אז ער איז א ציוני.(אזוי ווי איך,למשל.)
איך בין מיט א פאר יאר צוריק געווען א שבת נחמו אין קרית יואל, מאנרא ווייל איך האב שוין נישט געקענט אנקומען צו די קאלאני וואו מיין משפחה איז איינגעשטאנען. די התקרבות און הכנסת אורחים וואס אלע מענטשן האבן דארט ארויסגעוויזן קענמען ממש נישט באשרייבן. ס'איז אזוי ווי די שענסטע מעשיות בזמן תלמידי הבעש"ט הק'. גארנישט ווייניגער פון דעם...!
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:52 pm
דורך סאשי פיש
בערל איך פרעג בדרך הלצה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:בערל איך פרעג בדרך הלצה
או.קעי. איך פארשטיי. איך בין נישט אזא תמים. נאר איך האב סתם געוואלט ארויסברענגען אן אמת'ע נקודה. ווייל ווען סאטמאר זאללן וויסן וואספארא ציוני איך בין, וואלט איך געגעסן שבת אויפ'ן גאס...מסתמא אויסער'ן תחום שבת פון קרית יואל...
ערנסט גערעדט. די מצוה פון הכנסת אורחים זענען זיי מקיים אויף די העכסטע מדריגה...!
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 6:58 am
דורך יעלה ויבא
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!
נו געגאנגען[emoji6]
lead, follow, or get out of the way
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
יעלה ויבא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
איך וואלט געקענט שרייבן א גאנצן אשכול איבער דעם שבת אין קר"י...!
נו געגאנגען[emoji6]
lead, follow, or get out of the way
יעלה ויבוא: אי"ה, בלי"נ. בקרוב בימנו. ווייל ס'איז דא א סאך צו שרייבן...!
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:48 pm
דורך יעלה ויבא
מיר ווארטן מיט שפאנונג
lead, follow, or get out of the way
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין היי יאר נישט געפארען, איך האב אבער געהערט אז א ריזיגע חידוש איז נתחדש געווארען בבי מדרשא. איך האב געהערט אז סמוך ונראה, הארט לעבען דער ציון המצוינת, צווישען די פערפעל און די פאנטש, האט מען פארטיילט בארשט פאר׳ן דארשטיגע הונגעריגע ציבור, וואס לעכצען נאך התעוררות ביים רבי׳ן און רויטע זופ. איך האב נאך נישט באשטעטיגט צו ס׳איז געווען געשטעלטע צו געקאכטע, ווי אויך צו ס׳איז געווען פליישיג. דער וואס האט אן אפדעיט, ווערט געבעטען צו מעלדען זאפארט פאר׳ן לעכציגע ציבור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין היי יאר נישט געפארען, איך האב אבער געהערט אז א ריזיגע חידוש איז נתחדש געווארען בבי מדרשא. איך האב געהערט אז סמוך ונראה, הארט לעבען דער ציון המצוינת, צווישען די פערפעל און די פאנטש, האט מען פארטיילט בארשט פאר׳ן דארשטיגע הונגעריגע ציבור, וואס לעכצען נאך התעוררות ביים רבי׳ן און רויטע זופ. איך האב נאך נישט באשטעטיגט צו ס׳איז געווען געשטעלטע צו געקאכטע, ווי אויך צו ס׳איז געווען פליישיג. דער וואס האט אן אפדעיט, ווערט געבעטען צו מעלדען זאפארט פאר׳ן לעכציגע ציבור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
@ליטוואק, דו רעדסט פונעם בארשט מיט א גרויס זלזול, מ'דערקענט אויף דיר אז דו האסטוך קיינמאל נישט געדרייט בצלא דמהימנותא, ווען מ'רעדט פון בארשט, ביים רעבעזעכרוינעלעבראכע מיינט עס "זויערע" קאלטע בארשט דייקא, און דאס איז געווען א ספעציעלע יו"ט מיטל נאכט מאכל כמבואר בהרעסיפי בוק הנקרא זמירות דברי יואל, עיי"ש ותמצא נחת, און דאס האט מען נישט גערופן מיט א ביטול דער רויטע זופ.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
די הייליגע יארצייט נעכטן, ברענגט ארויף די זיסע באריכט אויפן זכרון.
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 1:21 am
דורך אונטער חכם
איין גאר שיינע זאך האב איך געזעהן דארטן, ווי א חניאקישער יונגערמאנטשיק מיט גרויסע שווארצע גלעזער, און א געבויגענעם רוקן, שטייט לעבן א גרויסע סיין we mean business און טיילט קונטרסים.
איך בין זיכער אז דער יונגערמאן קען נישט ליינען וואס שטייט אויף יענעם סיין. ביזנעס, טפוי.
Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 9:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז ער איז נישט דער נער דא. We mean business איז דער זינלאזע אטאקע אויף אינטרנט און סמארטפאונ׳ס, כאילו עס איז פארצופאל בעסער פאר ביזנעס אז דו האסט נישט קיין סמארטפאון און האפעדיג נישט קיין אינטרנט אדער אפילו עלעקטער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 10:34 am
דורך קאך_לעפל
אז מ'טראכט אזוי אריין שטעל זיך עטוואס ארויס, אז ביי צדיקים וועלכע האבן געטאן פארן דור, און נישט בלויז געזיצן איינגעשפאנט אין זייער פיר איילן פון עבודת השם, טיט זיך מער-ווייניגער א גרויס געפארעכס, אפילו גאנצעטע גענעראציעס נאך זייער הסתלקות לחיי העולם הבא.
ביי מאנכע פארשטארבענע צדיקים שטעלט זיך ווארשיינליך ארויס, אז טראץ וואס זייערע אנהענגער און שטיצער פראבירן אנצודרייען א מאסן-געפארעכס צו זייער ציון, מאנכע צוליב ביזנעס און מאנכע צוליב קעלבענע-שוואנצונעס. ווערט דער אלגעמיינער ציבור נישט צו שטארק באיינפלוסט דערפון. אפגעזען פון די גוט-אהערגעשטעלטע סדר הבאסעס, און דאס גראנדיעזע פרעסעריי, און די פון פאראויס-צוגעזאגטע אנגעבליכע ישיעות שלא כדרך הטבע, וועלכע די געטרייע עסקנים שלא ע''מ לקבל פרס שטעלן צי אויסשליסליך לטובת הכלל.
ביי רבי שמעון אין מירון איז דאס התערורת און די פרייד באנאזאם אויף די העכסטע שטיפעס, אזש דער המון חוגג וואקסט גאר פון יאר צו יאר. אז מ'קוקט אריין אינעם הייליגן געזאנג וועלכע איז פארפאסט געווארן דורכן הייליגן רב פון באגדאד רבינו יוסף חיים זי''ע. און מ'זעט די הייליגע לויב פראזן מיט וועלכע ער לויבט אויס דעם הייליגן רבי שמעון, וו.צ.ב.ש. זָכָה וְרַבִּים זִכָּה, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחַאי...בִּטֵּל כַּמָּה גְּזֵרוֹת...א נאך. פארשטייט מען עטוואס דאס שייכות און געפיל וואס איטליכער איד שפירט ביי זיין הייליגען ציון, אפגעזען פון דעם וואס ס'איז שוין פאריבער אזוי פול גענעראציעס פון ווען רבי שמעון איז שוין נישט מיט אונז.
דאס זעלבע אויך ביים ציון המצינת אין קרית יואל יצ''ו. דער ציבור משתטחים וואקסט פון יאר צו יאר. דער שייכות און געפיל צום הייליגן צדיק וואס האט אזוי פול געטאן פארן דור, אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקע, אפגעראטעוועט א באדייטענעם טייל פונעם כלל ישראל נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די קליפת הציונות. עכ''פ למחצה, ולשליש, ולרביע...און נאך. וואקסט באשיינפערליך פון יאר צו יאר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. אפגעזען פון דעם וואס די רבי איז שוין נישט מיט אונז פאר כמעט 40 יאר! ווער קען זיך דען דאס גלויבן?
תורתו מגן לנו, הוא מאירת ענינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, אמן ואמן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 10:55 am
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: איך האב נישט געליינט מער ווי דעם ערשטן פאראגראף פון דיינע געפירקלעכץ. איך האב נישט געקענט, (און נישט געדארפט) ליינען ווייטער. נאכמער. ביי דיינע ערשטע צוויי ווערטער האביך שוין געזעהן וויאהין דו און דיין שמוציגער פארדרייטער קאפ ציהלן...!
דו ודכוותך. קענען נישט ארויסברענגען א שבח פון א צדיק אנדעים וואס עטץ זאלטס אראפדריקן און באשמוצן אנדערע צדיקים יסודי עולם וועלכע האבן געשאקלט מיט וועלטן בשעתם. און לאחר פטירתם קלאמערט זיך דער עולם צו פארן אהינצו. און עסקנים, וואוילע אידן פרובירן זיך אנצוהאלטן אין די מידות טובות מיט די הויעכע מדרגות פון די פריער'דיגע צדיקים. כדוגמת הרהצה"ק ר' ישעיה'לע מ'קרעסטיר, זי"ע. אדער דער רביניצער רבי זי"ע. וואס בחיים חיותם עלי אדמות האבן זיי זיך מוסר נפש געווען פאר געוויסע מצוות. און זיי האבן אריינגעברענגט חיזוק און אמונה בהשי"ת אין די אידישע קינדער. א יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן. קומסטו אזא בריה שפילה ונבזה און דו מאכסט חוזק און ליצנות און דו ביסט מבטל דאס גאנצע געפארעכץ און די אנדערע גוטע ערשיינונגען ארום אלס פוסטע ..."פרעסעריי"...רחמנא ליצלן מהאי דעתא. לידיעתך מנשה'לע פיליפ. אויף דעם קענמען זאגן רח"ל. קוק וואס דיין תלמיד חביב האט געשריבן. ער און דו זענטס מקיים דעם פסוק ..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...! פוי... יא. איך שריי פוי אויף ענק. נישט אויף בנימן נתניהו ווען ער קומט באזוכן אין ווייסן הויז... איך וואלט געפארן אפילו ביז אפ-ריקע צו שרייען פוי אויף ענק. נישט נאר ביז וואשינגטאן אין עירקאנדישאנד באסעס. וואו ענקערע אומגעוואשענע גופים זענען געפארן...!
נ.ב.: פאר די אלע מענטשן וועם ס'געפעלט נישט מיין תגובה בעט איך (נישט) אנטשולדיגונג. ווייל איך האבמיך נישט געקענט איינהאלטן אויף די חוצפה פון דעם בהמה...סארי...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:59 am
דורך קאך_לעפל
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:54 am
דורך ארי נוהם
ווער עס האלט מיט עפעס אינטערעסאנט אין מאנרא דעם יארצייט, איז מכובד איבערצילאזן איינדריקן פארן ברייטן ציבור.
און דר'יקר: "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס", און "שטיצט מוסדות ... ד'סאטמאר", און פאר קינוח סעודה: "דער רבי האט מבטיח געווען אז ער'ט קיינעם נישט שולדיג בלייבן"
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:10 pm
דורך לבי ובשרי
כ'קלער יעצט אזוי פארנדיג אויפן 17:
ביי צוויי געלעגנהייטן האט זיך דער עולם אפגעשטעלט אויפן 17 און אריינגעוואקט צופיסנס אין די שטעטלעך.
כ"ו אב תשל"ט און ביי וואדסטאק
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:09 am
דורך איך אויך
האט עס מיט די בארד צוטוהן?