בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:57 am
דורך שמעקעדיג
עס זענען פאראן מאנכע ניקס וואס מיינען אז אויב איימיצער האט פונקט פארלוירן זיין אידישן קיעבארד און פרעגט עפעס אן אין ענגליש, מוז מען ענטפערן ווי א גוי, אין ענגליש!
וואט דע העק?
אאא, א גוט ווארט...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:40 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:עס זענען פאראן מאנכע ניקס וואס מיינען אז אויב איימיצער האט פונקט פארלוירן זיין אידישן קיעבארד און פרעגט עפעס אן אין ענגליש, מוז מען ענטפערן ווי א גוי, אין ענגליש!
וואט דע העק?
אאא, א גוט ווארט...
שמעקעדיג: ברוב ענוותנותי ווייס איך פאר זיכער אז דו מיינסט טאקע מיך. און נאר מיך. אוודאי קען איך נישט רעדן פאר א צווייטן. אבער אפשר איז כדאי דן צו זיין לכף זכות. אפשר האביך פונקט נישט קיין צוטריט צו א אידישן קיעבאורד. והשנית. ס'קען זיין אז יענער מענטש קען פונקט נישט קיין אידיש. דאמאלס מפני כבוד הבריות, וועלל איך איהם ענטפערן אין זיין שפראך. איך ווייס פון מיר אליינס. אין די בראשית יארן פון קאווע שטיבל. און פון מיינע בראשית יארן אויף קאווע שטיבל איז געווען א סאך מאל אין זומער ווען כ'בין אווקגעפארן אויף די וויעקענד (מאדערן, רח"ל) שבת-זונטיג. און דארט ווי איך בין איינגעשטאנען האביך נישט געהאט קיין צוטריט צו א קאמפיוטער מיט אידיש. אבער ס'האט מיר געברענט די התלהבות צו שרייבן. האביך געשריבן אויף ענגליש...!
והוי דן את כל האדם לכף זכות...!
שוין באלד אזוי ווי דער בלאט וואס ברענגט א פסוק וואס שטימט פונקטלעך אזוי ווי טענו בחיטים והודה לו בשעורים...!
אדער ווי א פאטש צו גוט שאבעס...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:58 pm
דורך שמעקעדיג
איי ר' בערל דו ביסט זיס, אבער עס איז כדאי צו וויסן אז ווער עס קען נישט קיין אידיש שרייבט נישט און לייענט נישט דא, ממילא איז נישט שייך קיין כבוד הבריות...
חוץ פאר בן נריהו, ענטפערסטו דאך שוין ממילא בלשונו אין דזשארגאן דייטש, (זיך נישט טועה זיין מיט דויטש זכותו יגון)
אגב, קענסט שרייבן אורוגווי'איש אויכעט? ווי אזוי זאגט מען מצטט לבטלה אין ספאניאליש?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:28 pm
דורך איך אויך
Citando vano.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:31 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:Citando vano.
Al Senor...Yo Tambien. Usted viene de Argentina o el Uruguay...?
פאר ווער ס'פארשטייט נישט, קען איך עס איבערטייטשן אויף אונגאריש...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:34 pm
דורך דער דאס
דאס איז א גוט ווארט..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
דער דאס האט געשריבן:דאס איז א גוט ווארט..
דער דאס: פארשטאנת...? קודם האביך געמיינט אז איך אויך רעדט טאקע מקורות'דיג ספאניש. פון דערהעים. האביך איהם געפרעגט אויף היספאניאליש אויב ער קומט פון ארגענטינע אדער אורוגוויי. אבער נאכדעם האביך געכאפט אז ס'איז דא א גאון וואס ער קען (כמעט) אלע שפראכן. ער הייסט גוגל טרענסלעיט...!