בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:12 am
דורך moshav zekeinim
וַיִּמְאַס בְּאֹהֶל יוֹסֵף וּבְשֵׁבֶט אֶפְרַיִם לֹא בָחָר. וַיִּבְחַר אֶת שֵׁבֶט יְהוּדָה אֶת הַר צִיּוֹן אֲשֶׁר אָהֵב. וַיִּבֶן כְּמוֹ רָמִים מִקְדָּשׁוֹ כְּאֶרֶץ יְסָדָהּ לְעוֹלָם.

בימי השופטים איז אפרים געווען דער חשוב׳סטער שבט, זי איז געלעגן אין צענטער פון ארץ ישראל, יהושע בן נון איז געווען אן אפרתי, און משכן שילא האט זיך געפונען אין זייער שטח (כאטש עס ווערט פאררעכנט לויט חז"ל אלס חלקו של בנימין, און דער גאנצער וועג דורך צושניידן ארץ אפרים להגיע אל המשכן מארץ בנימין ווערט פאררעכנט אלס א שמאלער עקסטענטשן צו ארץ בנימין).

די אפרתים זענען געווען די עליטע פון ארץ ישראל, און האבן טאקע געהאלטן אז אין יעדער גרויסער מלחמה אין לאנד דארף מען זיי אריינמישן, וואס האט אמאל גורם געווען צו א טראגישער מלחמת אחים.

אויך אבימלך בן יריבעל, ווען ער האט זיך דערקלערט אלס מלך ישראל בימי השופטים, האט ער דאס אנגעפירט אין שכם וואס איז אין אפרים. דארט האבן זיך געפונען די עליטע מיטן נאמען "בעלי שכם".

און אז א גרופע ימינים האבן גערעפט אן אפרתי׳שער פילגש צום טויט, האבן די אפרתים מצליח געווען צו רופן אלע שבטים פאר מלחמה קעגן די ימינים.

דער מלוכה פון שאול הימיני, האט אנגעהויבן צו לייגן אפרים׳ס העגעמאניע אונטער א פראגע צייכן. דאס באשיידענער אבער וויכטיגער ביהמ"ק שילה איז שוין פון פריער חרוב געווארן, און נוב דער כהנים שטאט בארץ בנימין האט איר איבערגענומען.

דער ימינישער קאנקורענץ איז אבער געווען א גארניש קעגן א נייעם קאנקורענץ וואס גייט אויפקומען פון דרום, און דאס איז דער ביז יעצטיגער באשיידענער יהודה פון וועמען מען האט כמעט נישט געהערט ביז יעצט.

יהודה, האט זינט ימי בועז, ביז דוד המלך, נישט געשפילט קיין ראלע אין די ארץ ישראל'דיגע פאליטיק. יהודה (מיט זייער חשוב׳סטער שטאט חברון) אינאיינעם מיט שמעון (מיט זייער חשוב׳סטער שטאט באר שבע) האבן זיך געלעבט אפגעזונדערט פון דאס איבריגער פאלק, אן קיין באדייטפולער ראלע.

צווישן יהודה ושמעון און דאס איבריגער פאלק איז געווען א שטח וואו עס האבן געוואוינט די כנענישע יבוסים (דארט ווי דער שפעטעריגע ירושלים האט זיך געפונען) און דאס האט היפש אפגעהאקט די קאנטאקט צווישן דרום און צפון.

און אט איז געקומען א יונגער ענערגישער מאן, א זין פון א אדם חשוב פון בית לחם, און זיך אריין באקומען אין שאול׳ס מלוכה משפחה, און נאך זיין טויט זיך ערקלערט אלס מלך אויף חברון און דערמיט ארויסגעהויבן יהודה׳ס פאזיציע צווישן די איבריגע שבטים. אין אנהייב האט דאס אויפגעבראכט בעיקר די ימינים, אבער מיטן אונטערגאנג פון מלכות בית שאול, און מיטן אייננעמונג און אויפבוי פון ירושלים האבן די ימינים זיך צוזאמענגעשטעלט מיט יהודה, און אפרים האט שטילערהייט געהאלטן א בייז אויג אויף יהודה וועמען עס געלונגט צו בויען אן אימפעריע א זאך וואס אפרים האט ביז יעצט ניטאמאל גע׳חלום׳ט צו טון.

ירבעם בן נבט פון שבט אפרים, האט געראטעוועט אפרים׳ס כבוד, ער האט געבויט אין שכם א קאנקערירנדע מלוכה צו מלכות יהודה, און מצליח געווען צוריק צו נעמען אלע שבטים אונטער זיי. צום קלימאקס פון כבוד מלכות אפרים האבן געברענגט עמרי מיטן אויפבויען דעם נייעם פראכטפולען הויפט שטאט שומרון מיט א טעמפל, און זיין זין אחאב מיטן עס פארוואנדלען אין א וועלטס מאכט מיט בניני שן (פארגלייך זיי צו דוד ושלמה).

אויבן אויף קען מען זאגן אז דאס איז געווען א פאליטיק צווישן די בני לאה און בני רחל, ווייל יהודה איז פון לאה און אפרים איז פון רחל. אבער דער פאקט אז בני לאה האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער אפרים, און בנימין מבני רחל האט זיך אונטערגעווארפן יהודה׳ן, ווייזט אז עס האט נישט געהאט מיט די ראסע צו טון.

Re: היסטאריע קרישקעלעך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:01 am
דורך mevakesh
מושב איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין היסטארישע אנאליז אויף מלכות ישראל keep them coming!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: אין איינס פאר דעם לעצטן פאראגראף פון דיין פריערדיגן מאמר פון 12:49 עי.עם. ברענגסטו א שפעקולאטיווע מיינונג אז די גאנצע ביזנעס ספיריט פון ניו יארק האט זיך אנטוויקלט פון אנטטערפן. אויף דעם האביך א שטיקל פירכא. ווייל ס'איז דאך ידוע אז דער דאמאלס'דיגער גאווערנאר פון ניו יארק, פיטער סטייווסענט איז געווען א גרויסער שונא ישראל און אנטיסעמיט. עד כדי כך, אז ער האט נישט געלאזט די אידן וועלכע זענען געקומען פון די קאריבעען אינזלען און האבן געלאנדעט אין ניו יארק אום פרייטיג נאכמיטאג, בלייבן איבער שבת דא. נאר ער האט זיי פאריאגט. און אויך שפעטער האט ער זיי אנגעמאכט גרויסע רדיפות. ביז זיי האבן אריינגעגעבן א קאמפלעינט צו די וואן דען נעסט קאמפאני, וועלכע זענען געווען זיינע בעלי בתים, אקעיגן איהם. און די קאמפאני האט איהם א ביסל איינגעצוימט. נישט וועגן צידקות. נאר וועגן די ביזנעס וואס די רייכע אידן האבן געברענגט מיט זיך...! ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז די ביזנעס ספיריט, וועלכע איז , כידוע געווארן אנטוויקלט הויפזעכליך דורך די אידישע סוחרים, איז צו זיין קרעדיט...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:36 pm
דורך moshav zekeinim
דאס אז דער ביזנעס ספיריט פון ניו יארק איז מיסודתו פון האלאנד איז נישט מיין חידוש, דאס איז ברייט אנגענומען, וויבאלד די האלענדער זענען געווען די פיאנערן פון פרייע האנדל. וואס איך האב צו געלייגט איז אז וויבאלד האלאנד׳ס ביזנעס ספיריט איז מיסודו פון אנטווערפן, קומט אויס אן אינטרעסטנטער זאך אז ניו יארק׳ס אור פאטער איז אנטווערפן. און פאר אידן וואס קענען די צוויי אזוי אנדערע שטעט קען עס זיין א סענזאציע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:53 pm
דורך moshav zekeinim
מיר זענען אלע געוואוינט צו הערן פרעגן איבער דער מיסטעריע "וואו זענען די עשרת השבטים", אבער ווייניג פרעגן איבער דער מיסטעריע "ווער זענען די עשרת השבטים?

אויבן אויף איז דער ענטפער פשוט: 1. ראובן. 2. שמעון. 3 יששכר. 4. זבולין. 5. דן. 6. נפתלי. 7. גד. 8. אשר. 9. מנשה. 10. אפרים.

אבער אז מען וועט קוקן אין א מאפע פון די חליקת הארץ לפי השבטים, וועט זיך באלד וואונדערן וויאזוי שמעון קומט אן צו זיין א חלק פון די ממלכת עשרת השבטים. ווייל לויט ווי די מאפע ווייזט, האט ארץ יהודה איבערגעהאקט צווישן ממלכת עשרת השבטים און די ערי שמעון. טא וואו קומט דער קאץ איבערן וואסער זיך צו פאראייניגן מיט ממלכת ישראל?

דער חידוש גייט אבער נאך ווייטער. לאמיר שוין אננעמען אז זיי האבן זיך אויף אן אופן פון א הינטערטירל זיך פאראייניגט, אדער לאמיר זאגן אז די שמעונים האבן זיך אריבערגעצויגן קיין צפון צוזאמען מיט די דנים בעת די פלישתי׳שע אינוואזיעס, איז אבער א פלא אז מען הערט אבער פון די די שמעונים נישט קיין מוק. נישט קיין נביא, נישט קיין שופט, נישט קיין מלך, און נישט קיין שום באקאנטער פערזאן אדער געשעעניש הערט מען פון די שמעונים, זיי זענען באלד נאכן חליקה ווי איינגעשלינגען געווארן אין וואסער.

עס איז באקאנט דער חז"ל אויף יעקב׳ס ברכה (קללה) צו שמעון ולוי "אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל" אז דאס מיינט אז די צוויי שבטים וועלן נישט פארמאגן קיין אייגן לאנד, די לויים וועלן וואוינען אין די ערי הלויים איבערן לאנד, און די שמעונים וועלן זיין מלמדי תנוקות איבערן לאנד. פארוואס א גאנצער שבט וואס פארמאגט שטעט זאל זיך פינאנדערשיידן און זיך נעמען וואנדערן ווי בעדואינער איז א שטיקל חידוש, מען קען אבער זאגן אז דאס האבן זיי זיך אפגעלערנט פון זייערע מדבר שכנים די גדידים, ווייל אין א מדבר איז דאס וואנדערן נויטיג.

יעדן פאלס זעהט מען גאנץ קלאר אז די שמעונים האבן פארלוירן זייער פאליטישער אידענטיטעיט. אבער לאמיר שוין זאגן אז רוב שמעונים האבן זיך פארשפרייט נישט אין יהודה אדער פלשתים זייערע שכנים, נאר טאקע בעיקר צווישן די צפון שבטים ביי די אנדערער זייט מדבר, און לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן געהאלטן זייער אידענטיטעט אלס שמעונים, אזויווי די לעגענדעס און בבא מעשיות פון מציאת עשרת השבטים שילדערן א גרופעס פון שמעונים נעבן אינדיע, און זיך נישט אסימילירט מיט די אנדערע שבטים, פארוואס אבער זאל זיך עס רעכענען פאר א פאליטישער שבט מער ווי לוי וועלעכע ווערן לכולא עלמא נישט פאררעכנט אלס פאליטישער שבט?

דערפאר זענען פארהאן אזעלעכע וואס וועלן האבן אן אנדערע חשבון אויף די עשרת השבטים ווי פאלגנד: 1. ראובן. 2. יששכר. 3. זבולין. 4. דן. 5. נפתלי. 6. גד. 7. אשר. 8. אפרים. 9. חצי מנשה המזרחי בארץ הגלעד. 10. חצי מנשה המערבי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:14 pm
דורך moshav zekeinim
דאס פאלגענדע האב איך געשיקט צו א ידיד, און ער האט עס מיט רשות ארויף געלייגט ערגעץ, ער זאגט אין קאווע שטיבל, אבער איך האב עס דערווייל נישט געזעהן לייג איך עס דא ארויף:

ר' משה אבן עזרא (א קאזין פון ר' אברהם אבן עזרא) האט פארפאסט אשרי עין ראתה פון די עבודה, און אל נורא עלילה וואס די בני עדות המזרח זאגן בעפאר נעילה.

ער איז געווען די גרעסטע רבי אין שירה, ער האט פארפאסט א ספר כללים אויף שירה, און ווי אויך פיל צאליגע שירי חול וקודש. און איז געווען די רבי אין שירה פון דעם גרעסטן פאיעט מכל הזמנים ר' יהודה הלוי.

יונגערהייט איז ער נאטורליך געליגן אין אהבת נשים, און זיינע פאיעטישע געפילן האבן געפאדערט דאס נאנטשאפט צום יעלת החן, פילע לידער האט ער געשאפן ארויס צו געבן זיינע יונגע שטורעמידע געגועים, זיינע אויגן זענען געווען אפן צו יעדער אילת האהבים, אבער באזונדער האט ער אנגעהויבן צו לייגן אן אויג אויף זיין ברודערס טאכטער, אבער דער ברודער האט אים נישט געוואלט האבן פאר אן איידים און דעם טאכטער ליבערש געגעבן פאר אן אנדערן ברודער זיינע. מלא ווייטוג ובושת פנים איז ר' משה אוועק פון זיין וואוינארט, אבער אויפן וואנדער וועג האט ער שוין געהערט אז דאס יעלת החן דער צביה האט איבערגעלאזט איר באצויברנדער גוף ונפטרה.

א שטארקע בענקשאפט האט געריסן שטיקער פון בן עזרא, א שיר תנחומין האט דער מייסטערהאפטער פאיעט פארפאסט און עס געשיקט צו זיינע ברודערס, ר' משה האט זיך אומגעקערט צו זיין שטאט און דארט אויסגעלעבט די רעשט פון זיינע יארן בשלום מיט זיינע ברודער.

אבער ר' משה איז שוין מער נישט געבליבן דער זעלבער לעבנסליסטיגער בן עזרא דער אוהב נשים ומחבר שירי עגבים. א שווארצער וואלקן האט זיך אראפ געלאזט אויף די האריזאנט פון בן עזרא'ן און פון יעצט און ווייטער האט ער אנגעהויבן פארפאסן שירי יראה ותשובה וסליחות, ביז ער האט געקרוגן דעם צונאמען "סלח".


פאלגנד איז א שיר הוללות מרבינו משה אבן עזרא זי"ע, מחבר פזמון ישראל נושע:

דַּדֵּי יְפַת תֹּאַר לַיִל חֲבֹק

וּשְׂפַת יְפַת מַרְאֶה יוֹמָם נְשֹׁק!

וּגְעַר בְּכָל מֵרִיב,  יוֹעֵץ לְפִי

דַּרְכּוֹ, וְקַח יֹשֶׁר נִמְצָא בְּפִי:

אֵין הַחֲיוֹת רַק עִם יַלְדֵי יֳפִי,

כִּי גֻנְּבוּ מֵעֵדֶן לַעֲשֹׁק

חַיִּים – וְאֵין אִישׁ חַי לֹא יַחֲשֹׁק!

נַסֵּךְ לְבָבְךָ בִּשְׂמָחוֹת וְשִׂישׂ

וּשְׂתֵה עֲלֵי יֵבֶל נֵבֶל עֲסִיס

יַיִן, לְקוֹל נֵבֶל עִם תּוֹר וְסִיס,

וּרְקֹד וְגִיל, גַּם כַּף עַל כַּף סְפֹק,

וּשְׁכַר וְדֶלֶת יַעְלַת חֵן דְּפֹק.

זֶה הוּא נְעִים תֵּבֵל –  קַח חֶלְקְךָ

מֶנּוּ כְּאֵיל מִלּוּאִים, חָקְךָ

שִׂימָה מְנַת רָאשֵׁי עַם צִדְקְךָ:

אַל תֶּחֱשֶׁה לִמְצֹץ שָׂפָה וְרֹק,

עַד תֶּאֱחֹז חָקְךָ –  חָזֶה וְשׁוֹק!

 

Re: היסטאריע קרישקעלעך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:44 pm
דורך קל וחומר
כ'הער אז ער פלעג צוריקצאלן די געלט פאר ווער עס האט אים געברענגט די אלטע טעיפס...


אז מ'וויל עס אנקוקן פון אן אנדערען ענגעל, זעהט מען א מענטש א בעל כשרון ותאוה, וואס האט במו עיניו איינגעזעהן אז 'שקר החן והבל היופי' און האט גענומען זיין כשרון צו א נייע דירעקציע פון 'יראת ה' יהלל' און האט זוכה געווען אז זיינע פיוטים זאלן געזאגט ווערן דורך די הייליגסטע, פאר דעם הייליגסטן, אינעם הייליגסטן.

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 11:57 pm
דורך ארי נוהם
moshav zekeinim האט געשריבן:ר' משה אבן עזרא (א קאזין פון ר' אברהם אבן עזרא) האט פארפאסט אשרי עין ראתה פון די עבודה, און אל נורא עלילה וואס די בני עדות המזרח זאגן בעפאר נעילה.

ער איז געווען די גרעסטע רבי אין שירה, ער האט פארפאסט א ספר כללים אויף שירה, און ווי אויך פיל צאליגע שירי חול וקודש. פאלגנד איז א שיר הוללות מרבינו משה אבן עזרא זי"ע, מחבר פזמון ישראל נושע:

דַּדֵּי יְפַת תֹּאַר לַיִל חֲבֹק

וּשְׂפַת יְפַת מַרְאֶה יוֹמָם נְשֹׁק!

וּגְעַר בְּכָל מֵרִיב, יוֹעֵץ לְפִי

דַּרְכּוֹ, וְקַח יֹשֶׁר נִמְצָא בְּפִי:

אֵין הַחֲיוֹת רַק עִם יַלְדֵי יֳפִי,

כִּי גֻנְּבוּ מֵעֵדֶן לַעֲשֹׁק

חַיִּים – וְאֵין אִישׁ חַי לֹא יַחֲשֹׁק!

אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע אשכול, ש'כוח ר' מושב.

בנוגע דעם שיר הוללות ווי דו רופסט עס, איז ר' משה ן' עזרא ווייט נישט געווען דער איינציגער, נאר עס איז דעמאלס געווען עכט אין סטייל צו מאכן אזעלכע שירים.

איינע פון די אריות שבחבורה פון די גרעסטע פייטנים ומשוררים איז געווען ר' יהודא אלחזירי, און צווישן זיינע שירים געפינען מיר גאר אסאך שירי חול, וביניהם הרבה משירי עגבים.


קיין חרדישע אידען זענען זיי הפנים נישט געווען...