בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:46 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איך שפיר דיין ווייטאג. און מיר וועללן אלע בעז"ה תשובה טון. איך ווייס נישט איבער די אנדערע ברואים. אבער איך וועל זיכער תשובה טון, בלי"נ. נאר נישט קיין תשובת המשקל. ווייל דאמאלס וועל איך מוזן אויפעסן נאך א פאר טאצן קוגל שיריים פון מיין רבי... :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:00 am
דורך סימפל
עס טוט זייער ווי פיזיש ווען מען איז אין א געפאקטע מקוה ערש״ק, און אזוי ווי אלע מאל איז בטעות אריין העד ענד שאולדערס אין די אויגן, און עס איז דא א ריזיגע ליין צו גיין אין שאוער אזש מען דארף וואטשן זיך נישט אנצורירן איינער דעם צווייטן, אבער די אויגן ציפט אוועק און מען קען ניטאמאל אויף עפענען די אויגן צו זען ווען מען איז נעקסט אין די רייע (בכלל די רייע צו גיין אין שאוער צריך תיקון גדול אימידיעדלי) חוץ פון די פאקט אז איך טריי צו האבן שמירת עינים אין מקוה. איז באמת וואלט איך געוואלט אויס רופן הויעך ״רבותי עס איז אריין העד ענד שאולדערס אין מיין אויגן און עס טוט מיר וויי אויף צו עפענען מיין אויגן, ביטע לאזט מיר וויסן ווען ס׳איז מיין טשענס צו גיין אין שאוער...״ אבער וואס זאל איך טון אז איך שעם זיך נאך צו גיין מיט קראקס אויפן גאס.
שוין, זאל זיין א כפרה אויף מיין שמירת עינים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:17 am
דורך שאולדיספריםפאקער
עס טוט זייער וויי אז די עולם איז שוין אהיים פון קאנטרי
די פארקינג ספאטס איז שוין נישטא
די בית כסא׳ס זענען שוין פארחזערט
די קאווע שטיבל איז שוין אנגעגאסן מיט קאווע
די מקווה האט שוין מער האר ווי וואסער
די גראסערי ליינס זענען שוין פארנומען מיט פרויען וואס שטייען מיט זייערע וויק טשעקלעך
די יונגלעך לייגן שוין אנגעפילטע באטלעך וואסער אינמיטן די גאדער שבת נאכמיטאג
ועוד ועוד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:30 am
דורך קאצקע ציקער
סימפל האט געשריבן:עס טוט זייער ווי פיזיש ווען מען איז אין א געפאקטע מקוה ערש״ק, און אזוי ווי אלע מאל איז בטעות אריין העד ענד שאולדערס אין די אויגן, און עס איז דא א ריזיגע ליין צו גיין אין שאוער אזש מען דארף וואטשן זיך נישט אנצורירן איינער דעם צווייטן, אבער די אויגן ציפט אוועק און מען קען ניטאמאל אויף עפענען די אויגן צו זען ווען מען איז נעקסט אין די רייע (בכלל די רייע צו גיין אין שאוער צריך תיקון גדול אימידיעדלי) חוץ פון די פאקט אז איך טריי צו האבן שמירת עינים אין מקוה. איז באמת וואלט איך געוואלט אויסריפען הויעך ״רבותי עס איז אריין העד ענד שאולדערס אין מיין אויגן און עס טוט מיר וויי אויף צו עפענען מיין אויגן, ביטע לאזט מיר וויסן ווען ס׳איז מיין טשענס צו גיין אין שאוער...״ אבער וואס זאל איך טון אז איך שעם זיך נאך צו גיין מיט קראקס אויפן גאס.
שוין, זאל זיין א כפרה אויף מייו שמירת עינים.

די ווילימסבורגער מקוואת זענען בוטשער סטארס .ס'איז געפערליך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:35 am
דורך berlbalaguleh
שאול די ספרים פאקער (מיט א פא דגושה): וואס איז פשט פון די לעצטע סגולה. פון לייגן אנגעפילטע וואסער באטלעך אינמיטן די גאדער. ס'איז עפעס א מאה שערים'דיגע פאטענט אקעיגן די מחללי שבת. כ'פארשטיי נישט. רוב מחללי שבת זענען דאך די אידענעס וועלכע גייען מיט די קערידזשעס שפאצירן. (און מ'ציפט זיי אין חלק אחוריים. לשם קדושת שבת קודש).
אדער אפשר איז עס א פארם פון ענטערטעינמענט. ווייל דאס לעבן אין די עיר הקדשה איז צו באורינג...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:11 pm
דורך קאמענטירער
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:עס טוט זייער וויי אז די עולם איז שוין אהיים פון קאנטרי
די פארקינג ספאטס איז שוין נישטא
די בית כסא׳ס זענען שוין פארחזערט
די קאווע שטיבל איז שוין אנגעגאסן מיט קאווע
די מקווה האט שוין מער האר ווי וואסער
די גראסערי ליינס זענען שוין פארנומען מיט פרויען וואס שטייען מיט זייערע וויק טשעקלעך
די יונגלעך לייגן שוין אנגעפילטע באטלעך וואסער אינמיטן די גאדער שבת נאכמיטאג
ועוד ועוד

אויב דאס איז וואס עס טוט דיר באמת ''זייער וויי' דאן וואלט איך דיר געראטען זאלסט שנעל נעמען א מאווינג טראק און מופען צו איינע פון די נייע ישובים ווי זשערסי סיטי, בלומענבערג, בלומען גראוו או שאר גלילות מק''י, באסטאן, סקרענטאן, וכדו' און איך זאג דיר צו {ווי זאגט דדאנעלד הגדול ''בעליוו מי''} אז דארט זענען ניטאמאל פארהאנען א צענטעל פון די פראבלעמען און פלאס דעם איז עס נאך ביליגער.. :P :P :P וואס זאגסטו?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:44 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס טוט זייער וויי ווען.....

מען טוהט שוין א טובה און מען שטעלט זיך אפ און מען נעמט אויף איינעם פאר א היטש און מען קומט אן אין בורו פרק (אדער סיי ווי) און דער איד ווערט מיר א רבי, דו מוזט מיר צופירען פונקט ווי ער וויל גיין, פארוואס? אויב ער נעמט די באס, פירט עס איהם אויך נישט ביז צום טיהר.

יא עס טוהט וויי ווייל מען הערט אויף צו געבען היטשעס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:50 pm
דורך קאמענטירער
איך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?

גראדע מיר טוט וויי, אז סאיז דא טעגליך אזויפיל גוטהארציגע יודען וואס געבען ב''ה היטשעס, און אזוי אויך איז פארהאנען אידען וואס נעמען היטשעס, און פירען זיך אויף ארענטליך איינע צום צווייטען, און פון זיי רעדט מען ניש,ט און פון די פאר בנעשעקליך אדער אויסנוצערס, פון זיי האלט מען אין איין רעדן, אז סקען זיך דאכטען אויב איינער נעמט א היטש איז ער מנהסתם פון די אביוזער סארט..

Re: עס טוט זייער וויי ווען.....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:29 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?

גראדע מיר טוט וויי, אז סאיז דא טעגליך אזויפיל גוטהארציגע יודען וואס געבען ב''ה היטשעס, און אזוי אויך איז פארהאנען אידען וואס נעמען היטשעס, און פירען זיך אויף ארענטליך איינע צום צווייטען, און פון זיי רעדט מען ניש,ט און פון די פאר בנעשעקליך אדער אויסנוצערס, פון זיי האלט מען אין איין רעדן, אז סקען זיך דאכטען אויב איינער נעמט א היטש איז ער מנהסתם פון די אביוזער סארט..

אלץ געוועזענער היטש געבער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז מסתם געווען זייער געשמאק צו פארן מיט דיר...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:44 pm
דורך קאצקע ציקער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס טוט זייער וויי ווען.....

מען טוהט שוין א טובה און מען שטעלט זיך אפ און מען נעמט אויף איינעם פאר א היטש און מען קומט אן אין בורו פרק (אדער סיי ווי) און דער איד ווערט מיר א רבי, דו מוזט מיר צופירען פונקט ווי ער וויל גיין, פארוואס? אויב ער נעמט די באס, פירט עס איהם אויך נישט ביז צום טיהר.

יא עס טוהט וויי ווייל מען הערט אויף צו געבען היטשעס

און דו קענסט שוין מיינען אז דער מענטש עפרישיעט עס כאטשיג , דערווייל א נעכטיגער טאג ניטאמאל א נארמאלע שכוח באקימסטו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:52 am
דורך יהושע חיים
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?

גראדע מיר טוט וויי, אז סאיז דא טעגליך אזויפיל גוטהארציגע יודען וואס געבען ב''ה היטשעס, און אזוי אויך איז פארהאנען אידען וואס נעמען היטשעס, און פירען זיך אויף ארענטליך איינע צום צווייטען, און פון זיי רעדט מען ניש,ט און פון די פאר בנעשעקליך אדער אויסנוצערס, פון זיי האלט מען אין איין רעדן, אז סקען זיך דאכטען אויב איינער נעמט א היטש איז ער מנהסתם פון די אביוזער סארט..


איך קען רעדן פון ערפארונג
איך נעם כסדר אויף אידן אויף היטשעס און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם יעדער איז געווען אויסנאם שיין און איידל נאכנישט געהאט איינער זאל פארלאנגן אז מען זאל עהם צופירן (אויסער וואס מען קען הערן אויב מען גייט אויף טשורטש פרעגט ער אויב מען קען נעמען פארט העמילטאן)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:50 am
דורך רויטע וואנצעס
איך געב היטשעס כסדר, ממש יעדער פירט זיך אויף גאר איידל און מענטשליך. אמאל אויף א ווייטערע וועג ערלויבן זיך מענטשן צו זיין אביסל מער לויז.

Re: עס טוט זייער וויי ווען.....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:49 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אגב רעדן אופן פאן ביי יענעם אין קאר איז אנעקסעפטעבל...!
ורבים נכשלים בזה.,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:37 am
דורך פעינטער
סטיט וויי צי רעדען וועגען היטשעס
ווען סיס דא א אשכול פין עס

viewtopic.php?f=25&t=10912

סתם א ווערטל.
לאמיר זיך אריבער ריקען צי דעם היטשעס אשכול

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:10 pm
דורך אייז קריעם
רשע וטוב לו.
די אראגאנץ וואס קומט פון די היינטיגע יונגעלייטלעך who made it איז שווער צוציקיקן.
וואס מער געלט אלס וואקסט די רשעות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:49 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אייז קריעם האט געשריבן:רשע וטוב לו.
די אראגאנץ וואס קומט פון די היינטיגע יונגעלייטלעך who made it איז שווער צוציקיקן.
וואס מער געלט אלס וואקסט די רשעות.


וואס איז מיט די אראגאנץ פון די וועלעכע נעמען היטשעס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:45 pm
דורך אייז קריעם
פאר דער היטש כאפער זעצט זיך אריין, זאג איך עם ווי איך גיי און פרעג ווי ער גייט אראפ.
שלא תנעול דלת בפני ההיטש כאפערס...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:08 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען מען שרייבט אראפ א שיינע מילתא בדיחותא וואס קימט צו לאכן, און דאס גאנצע וואס מען באקימט איז איין לייק.
#עקל

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 5:09 pm
דורך סקרן
מ'זעהט א טאטע וואס איז מחנך זיינע קינדער אין ביהמ"ד פונקט ווי אינדערהיים
און זיינע קינדער ווערן אלע קאלירן ווייל די גאנצע ביהמ"ד קוקט (נישט)

אדער ווען מענטשן רעגן זיך אויף די געלט דייערס היתכן מ'שטערט מיך פון דאווענען?
דו שלעטער מענטש ווען ס'איז ווען דיין ברודער וואס איז געשטארבן אדער געכאפט א מחלה
אדער דיין טאטע פעטער אדער קאזין האט אן ארגענעזאציע אדער האט געדארפט צוגעקומען צו איינס פון די גרויסע
וואלסטו שוין גוט פארשטאנען פארוואס מ'קומט נאך געלט אינמיטען דאווענען
איך גיי שוין נישט אריין וויאזוי דיין דאווענען זעהט אויס
זאג איך האב נישט אדער איך וויל נישט געבן און גיי ווייטער
ס'דערמאנט מיר די מעשה פון די ר"ר שמעלקא איך מיין איך האב עס שוין געזעהן דא ערגעץ ווי דא אין שטיבל
ווען ער איז געווארן רב אין ניקלישבורג האט ער געהייסן מ'זאל אים נישט באדערן נאר פאר נייע תקנות
איינמאהל זענען די גבאים געקומען און געבעטען דעם רב אז מ'וויל איינפיהרן א תקנה אז מ'זאל נישט טארן גיין נאך געלט בשעת'ן דאווענען
האט ר"ר שמעלקא זיי געפרעגט פארוואס זענט עטס געקומען צו מיר? האבן זיי געזאגט אז ס'איז א נייע תקנה
האט די ר"ר שמעלקא געזאגט ס'איז נישט קיין נייע תקנה ס'קומט פון סדום

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 6:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק די מעשה אז אין ווילנא האבען די ראשי הקהלה אפגעמאכט אז מ'גייט נאר מוטשען דער ווילנא גאון צו קומען צו אן אסיפה פון קהל, ווען עס האנדעלט זיך א נייע תקנה (ער איז דאך נישט געווען קיין אפיציעלען רב אין שטאט). איין מאל האט מען איינגעזע'ען אז שנאררערס קומען פון גאנץ ליטא צו גייען נאך געלט אין ווילנא, האבען זיי געוואלט מאכען א תקנה אז נאר היגע שנאררערס מעגען ארום גייען, און נישט פון אנדערע שטעט (עס ליגט מיר גראדע אין קאפ אז אין די פנקס קהלות פון ליטא דא איז געווען אזא סארט תקנה). ווען דער גר"א איז געקומען צום אסיפה וכו'..


זוכענדיג פאר א מקור אויפ'ן אינטרנט, האב איך געטראפען די מעשה דא, אבער דאס איז נישט קיין ראיה.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 10:40 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
איך אויך האט געשריבן:אסאך יורינעלס קומען טאקע היינט מיט א בילד פון א פליג א אדער א סאקקער גאול באול אינדערמיט.


אסא בעסער וואלט געוועהן ווען אין בתי מדרשים לייגען אריין א בילד פון די אנדערער רעבא, למש ל אהרונים\זלונים באבוב\45 בעלז\מחנובקא א.א.וו.

Re: עס טוט זייער וויי ווען.....

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:52 am
דורך יהודי פשוט
...ווען מ'שלינגט אראפ א שירעם און ס'עפענט זיך אין בויך