בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:02 pm
דורך [NAMELESS]
גאר א היציגער געפעכט האט אויסגעבראכן היינט אויף אויף טוויטער.
דער סקווערער האט ארויס געשוקט א טוויט:
We still didn't discuss payment of the wall

דער קאסאנער האט צוריק געטוויט:
we are not going to pay for the wall

דער סקווערער האט צוריק געפאכעט:
: kosun will pay for the wall - 100%!
MakeskverGreatAgain#

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
די עיקר איז אז הרב ראטנבערג שליט"א האט גוטע פייער אינשורענס. אפשר לייף אינשורענס אויך.
נאך א בשורה טובה תדשן עצם. די בחור'ל שפיצער, וועלכער האט געטון די מעשה הידוע בשליחות פנ'ם טאאאטע די רעבע מיט גרויס מסירת נפש, איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון די רשעים וועלכע פיהרן אן די נ.י. סטעיט פריזאן סיסטעם. אויך איז ער ב"ה א חתן געווארן למז"ט ובשטומ"צ מיט א דאסל (מיידל, רח"ל) פון גרויס יחוס. די כלה שליט"א איז אן עכטע ב"ק און א מ"ק. .
נאך איין שטיקל עצה טובה . בפקודת הרב שליט"א...פון די עיני הישועה אינסטיטוט. אז ס'איז א סגולה צו אריכת ימים ונשים. אז דער הרב ראטנבערג שליט"א זאלל טוישן דעם לעצטן נאמען פון זיין משפחה. מפני מעשה שהיה...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:39 pm
דורך געוואלדיג
איך זעה אז סיי כיכר השבת און סיי חרדים10 האבן דערציילט די נייעס נאך וואס נשמת אדם האט דאס דא אראפגעלייגט, איז מעגליך אז זיי נעמען נייעס פון דא?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:46 pm
דורך לעיקוואד
ככלי מלא בושה האט געשריבן:יא ס'איז אמת

פלאי פלאים. וואס האבען מיר א השגה אין צדיקים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:49 pm
דורך לעיקוואד
שמערל האט געשריבן:רעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.

בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען, און דייקא נישט מכריח געווען צו ווערן סקווערע חסידים אדער טוהן סקווערע מנהגים. זיי לעבן נאך מ'קען זיך נאכפרעגן.. און אפשר קענען זיי אויך מכריע זיין אין די שווערע חקירה אויב דין מייל איז פון די לופט אדער פון די גאס..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
אלטר פ האט געשריבן:לדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.

איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם

דער פראבלעם איז אז מען דארף בויען 2 מויערן, איינס ביז וואו סקווירא מעג וואוינען, און נאך א מייל ארום דעם וואס מוז בלייבן ליידיג. ווייל אויב וועט מען בויען נאר איין וואנט וועט זיך דער עולם עקסטענדן ביזן וואנט און עס וועט נישט זיין קיין מייל צווישן זיי און די דרויסענדע איינוואוינער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען,

ער האט אויך געבעטן פון געוויסע אידן צו קומען וואונען אין שטעטל.

Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 6:17 pm
דורך שמערל
לעיקוואד האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:רעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.

בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען, און דייקא נישט מכריח געווען צו ווערן סקווערע חסידים אדער טוהן סקווערע מנהגים. זיי לעבן נאך מ'קען זיך נאכפרעגן.. און אפשר קענען זיי אויך מכריע זיין אין די שווערע חקירה אויב דין מייל איז פון די לופט אדער פון די גאס..

כ'בין נישט באקאנט פונקטליך וויאזוי דאס חסידות איז געווארן אויפגעשטעלט, אבער כ'מיין אז דאס טעראר איז מער די רעבעצען טריינע צו פארדאנקען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:47 pm
דורך ירח בן יומו
הגאון ר' דוד קוויאט האט זיך אויך ארויס געצויגן אין די בראשית יארן, ביז ער האט געזען אז חינוך הבנים געהערט צו סקווירא און נישט צום טאטע'ן פונ'ם קינד,, איז ער אנטלאפן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:ביז ער האט געזען אז חינוך הבנים געהערט צו סקווירא און נישט צום טאטע'ן פונ'ם קינד,

אזוי ווי יעדע חסידות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:04 pm
דורך ירח בן יומו
ר' דוד האט געוואלט שיקן די קינדער לערנען קיין מאנסי, ווען מ'האט אים נישט געלאזט מיט'ן טענה אז ער האט מסכים געווען אז די שטאטישע זאכן וועלן זיך פירן עפ"י סקווירא, האט ער געזאגט אז ער האט געמיינט די עירוב און די מקוה, אבער נישט די חינוך הבנים, ויסע.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
נו וואס איז שלעכט? ס'איז דאך סאמע בעלזא..!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:36 pm
דורך איך אויך
איך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:39 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
האט איינער א בילד פין די קאסאנער הרב ראטנבערג?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:איך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.


און מ'פלעגט זיי רופן די 'גוים' ס'איז געווען אבראמ'עלע דער גוי אין יאסל דער גוי...! אבער במשך די צייטן פונעם מהרי"ד זענען זיי אלע געווארן בעלזא חסידים..!! (בשם האדמו"ר מ'נאראל זצ"ל).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:49 pm
דורך איך אויך
נישט ביי מהרי''ד נאר ביי מרן מהר''א. ווי שטארק זיי זענען געווארן חסידים ווייסעך נישט אבער זיי האבען מער נישט געפייניקט דעם רב.

אינטרעסאט אבער צוצולייגן אז מרן מהר''א האט טאקע אויסגעארבייט א שלום מיט די חברה אבער האט געזאגט דעם גבאי צדקה זאל אויפהערן זיי צו שטיצן זאגנדיג דער טאטע האט זיי געקענט מוחל זיין אבער איך קען נישט שטיצן די וואס האבען גערוידפט דעם טאטן.

Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:53 pm
דורך גר ותושב
בן אדם האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:איך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.


און מ'פלעגט זיי רופן די 'גוים' ס'איז געווען אבראמ'עלע דער גוי אין יאסל דער גוי...! אבער במשך די צייטן פונעם מהרי"ד זענען זיי אלע געווארן בעלזא חסידים..!! (בשם האדמו"ר מ'נאראל זצ"ל).

כפי הבנתי האט סקווירא אויך נישט קיין פראבלעים מיט די גוים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:39 pm
דורך נשמת אדם
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:האט איינער א בילד פין די קאסאנער הרב ראטנבערג?

דא האט איהר עפעס בילדער וואס איך האב געטראפן ברחבי הנעט
און דא האט איהר א לינק וואו מען זעהט איהם פורים צו רעכטס פון זיין ברודער האדמו"ר מקאסאן ב"פ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:39 pm
דורך געוואלדיג
ביטע נישט פארדרייען די אשכול
די תגובות וואס האבן פארדרייט די אשכול האט מען פארמעקט, מיט אנטשולדיגונג צו אלע חברים וואס האבן געשריבן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:09 pm
דורך לך לך
לעיקוואד האט געשריבן:ס'אמת ער איז נישט געגאנגען צו א חתונה ביי זיין שוואגער וועגן דעם?
ווער איז נישט געאנגן צו וועמענס חתונה?

Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט, אבער עפעס האט עס מיט פשעווארסק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:51 am
דורך moshav zekeinim
געוואלדיג האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען די אשכול
די תגובות וואס פארדרייט אשכול האט מען פארמעקט, מיט אנטשולדיגונג צו אלע חברים וואס האבן געשריבן.


די תגובות האבן גארנישט אזוי פארדרייט דעם אשכול, איך האב געפרעגט פארוואס מען מעג האקן אויף סקווירא רבי פאר יעדער קלייניקייט אין צייט וואס ווען מען זאג נאר א ווארט קעגן רלב"ש ומחבליו ווערן זיי באלד פארמעקט? און דער שמועס איז ארום געפארן ארום דעם צוגלייך און חילוק צווישן רלב"ש און סקווירא.

די גאנצע פארדרייען אשכולות אבסעסיע איז דאך דא אזוי היפאקריטיש. גיי אין יעדער אשכול, זעסטו קלאר אז מען פארט מענין לענין הדומה לאותו ענין. ספעצעעל ווען דער עיקר נושא איז שוין אויסגעברענט. אבער גענוי אזויווי איך האב פארגעשטעלט אין מיין פראגע האסטו מיט דעם פראגע זעלבס געטון אן קיין בושה, מען דערמאנט רלב"ש ומחבליו ווערט עס באלד אפגעווישט.

א פחד ווי מען פארמאכט דא מיילער וואס רעדן קעגן פראפעשענל טעראריסטן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:31 am
דורך lazar
שמעקעדיג האט געשריבן:
אלטר פ האט געשריבן:לדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.

איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם

דער פראבלעם איז אז מען דארף בויען 2 מויערן, איינס ביז וואו סקווירא מעג וואוינען, און נאך א מייל ארום דעם וואס מוז בלייבן ליידיג. ווייל אויב וועט מען בויען נאר איין וואנט וועט זיך דער עולם עקסטענדן ביזן וואנט און עס וועט נישט זיין קיין מייל צווישן זיי און די דרויסענדע איינוואוינער.

דאס וואלט גוט געווען ווען די מייל רעכענט זיך לויט די ערד, אבער אז די מייל רעכענט זיך אין די לופט מוז מען אויפקומען מיט עפעס א אנדערע לעזונג.