בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:24 am
דורך berlbalaguleh
מוראדיג האט געשריבן:נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....
זעט אויס אז ר'האט נישט געשמירט אויף די ריכטיגע פלעצער...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:57 pm
דורך משה רוקח
איך זעה אז די כל העולם כולו האט אנגעהויבן צו דעקן באבוב 45. האט 48 אויפגעהערט צו צאלן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:59 pm
דורך זר זהב
איינער קויפט דאס נאך. נעבעך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:37 pm
דורך קלאר
א בליק וועלכע באלאנגט פאר זאליס
האט געוואלט ציפיקסן די ארונים
האט ער געלייגט אופן דעקל ביי ביידע רבי'ס כ''א כסליו
אין ביי ר' אהרן געלייגט א שוואכערע בילד צו צייגן אז ר' זלמן לייב האט דאס מאל געהאט מער מענטשן
קליינע קינדער'ליך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:40 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין קליינע האט דאס ליב, בעסער געזאגט, ער האט מיר ליב ווען איך קויפ דאס פון מאהל צו מאהל
און בשעת **** קוקען די בידלער קען אסאך העלפן א בחינה פון מהר צועה להפתח - א פסוק אין נ"ך
כ'האב זיך נאר גאונדערט, אז די וואך האט נישט געהאט קיין איין בילד פון ק"א קסלו צד וומ"ס
פארוואס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:42 pm
דורך קלאר
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין קליינע האט דאס ליב, בעסער געזאגט, ער האט מיר ליב ווען איך קויפ דאס פון מאהל צו מאהל
און בשעת **** קוקען די בידלער קען אסאך העלפן א בחינה פון מהר צועה להפתח - א פסוק אין נ"ך
כ'האב זיך נאר גאונדערט, אז די וואך האט נישט געהאט קיין איין בילד פון ק"א קסלו צד וומ"ס
פארוואס?
ער פאלגט די רבי...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:21 am
דורך זר זהב
א מין בייפאל... די בליק האט אריינגעלייגט א פרייע טיקעט קיין אומאן אין איינע פון אירע טויזענטער מאגאזינען פון דעי וואך. און גיי ווייס וועלכע ס'איז, קויפט און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער. ס'זיכער דא מענטשן וואס וועלן קויפן 20 שטיק אויך...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:42 am
דורך לאליפאפ
און טאמער קויפט דאס א איד אין אנטווערפן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:00 am
דורך מ. גליקמאן
פון אנטווערפן קען מען נישט פארן אויף אומאן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:02 am
דורך אבי גערעדט
א שוואכע נישט גאנגבארע מאגאזין, גאנצע פעק בלייבן אין די געשעפטן יעדע וואך, דער ציבור קויפט נישט קיין שטרוי, אוודאי ברויך ער מאכן אזא פראמאציע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:03 am
דורך קאווע טרינקער
שקר וגנבת דעת, דער וואס לייגט אריין דעם טיקעט ווייסט פון פאראויס אין וועלכע געגענט יענע קאפי גייט פארקויפט ווערן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:25 am
דורך קרעקער
שטייטצעך "אויב" מהאט טאקע אריינגעלייגט....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:22 am
דורך זר זהב
אבי גערעדט האט געשריבן:א שוואכע נישט גאנגבארע מאגאזין, גאנצע פעק בלייבן אין די געשעפטן יעדע וואך, דער ציבור קויפט נישט קיין שטרוי, אוודאי ברויך ער מאכן אזא פראמאציע
סארי מעגליך ווילסט דאס נישט הערן. די בליק איז דער שטערקסטער בילדער מאגאזין אויף די מארקעט. סאיז טאקע אינטערעסאנט אבער פארט דער אמת. און איך שרייב וואס איך ווייס גאר קראנט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:54 am
דורך אבי גערעדט
איך וויל יא הערן, איך וויל נישט הערן, וואס גייט מיר אן אז א איד מאכט פרנסה? איך רעד פון פאקטן, די עפנסט עס אויף, האלב מאגאזין איז אדווערטייזמענטס, נישטא כמעט קיין וועלטליכע אדער אינטערעסאנטע בילדער, און יא די פאקט איז אז עס גייט שוואך, קען זיין אין דיין גראסערי, אדער בעצם ווילי גייט ער בעסער ווי ערגעץ אנדערש, אבער בדרך כלל איז ער שוואכליך
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:59 am
דורך זר זהב
אבי גערעדט. ער גייט מער איבעראל, און ער דרוקט מיט כמעט א טויזענט שטיק מער. איך האב נישט געזאגט אז ער איז בעסער/שענער פון 'די וואך', דאס מסתם נישט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:46 pm
דורך איוואן
זר זהב האט געשריבן:א מין בייפאל... די בליק האט אריינגעלייגט א פרייע טיקעט קיין אומאן אין איינע פון אירע טויזענטער מאגאזינען פון דעי וואך. און גיי ווייס וועלכע ס'איז, קויפט און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער. ס'זיכער דא מענטשן וואס וועלן קויפן 20 שטיק אויך...
די עמי מאגאזין האט געהאט דעם בייפאל מיט א טיקעט קיין א"י. כ'מיין דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר.
א פלא וואס דא גייט פאָר מיט באבוב און די חברה
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:09 pm
דורך טיטאניק
א פלא וואס דא גייט פאָר
ווי איך האב געוויסט ביז יעצט איז א בליק באבוב 48 געשטימט, און די וואך באבוב 45 געשטימט
די וואך איז געווען אזוי:
א בליק האט ווי פארשטענדליך געדעקט באבוב 48 מיט פאמפע דעראמפע, איך הער אז איינער מעכל גרינפעלד ספאנסערט דאס (מי הוא?)
איך האב מיר פארגעשטעלט אז באבוב 45 וועט זיין ברייט געדעקט אין די וואך אבער צי מיין ווינדער איז לא די זיי האבען נישט געדעקט 45 האבען זיי גאר געדעקט 48 הערליך שיין, א פלא
בכלל הער איך אז א פאטאגראפער פון א בליק האט געכאפט קלעפ ביים פראבירען כאפען בילדער ביי די באבוב 45 חתונה
פלא אויב א בליק דעקט נישט באבוב 45 צי וואס האבען זיי געצאלט געלט פאר א פאטאגראפער צי גיין כאפען בילדער דארט
פלא על גבי פלא
די וואך ראקט אריין מיט א מעכטיגע פורים ביילאגע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:32 am
דורך יאכנע
די וואך איבעראשט ווי שטענדיג, אבער דאסמאל האבען זיי ריכטיג אריינגעריסן מיט א מעכטיגע ביילאגע אין שאטן פון די "גזירת גיוס"
א הערליכע בילדער מאגאזין ווי עס עקטן גרויסע שטערנס
ווי
מיכאל שניצלער, מאיר בער שווארץ, אבא ווינקלער, גרשי מאשקאוויטש און נאך פורימ'ס
דער רובינשטיין שלאפט נישט
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:46 pm
דורך עפל סיידער
אין די אנגייענדע קאנפליקט צווישען די צוויי פיקטשער מאגאזינען, גייט די א בליק צו א הויכפונקט פון 'א מאמענט' ווען זי גייט ארויסקומען מיט א וועכנטליכער אויסגאבע דער מאמענט וואס וועט איר זיכער הייבען סך העכער ווי איר קאנקורענט, עס איז צו ערווארטען אז די וואך וועט זיך נישט לאזען און ארויסקומען מיט א פרישער מאגאזין, און שטורמישע מחאות וועלן נתרבה ווערן טעגליך.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:57 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז יעצט??
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:29 pm
דורך לאליפאפ
האסט נישט געהערט שרולי בארד'ס Voice Note?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:30 pm
דורך כוכב
עפעס האב איך געהערט מהאט ארעסטירט שראלי בארד ווייל ער האט געוואלט איינקאסירן געלט פאר דער בליק.
לייג ארויף זיין וואויס נאוט.