בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:49 am
דורך קינות גירושין
איך האב געליינט די בוך דעם יו״ט סאיז געוואלדיג,בד״וו, זיין מאמע פלעגט קומען צו עם איינמאל א וואך נישט איינמאל א יאר...
איך זעה נישט ווי ער איז יאמעראיסטיש, ער האט אין זיך א געוואלדיגע מאס חוצפה (אפשר אין א גוטע וועג?)
אויך קלעמט ער נישט אז דורך די הומער זיינע האט ער בעסער אנגעצויגען....
לעצם הענין , וואס איז די גדר צווישען בטחון און השתדלות? ער איז זייער א שטארקע שטופער ער האט קיינמאל נישט נאכגעלאזט,למעשה האט זיך עם נישט גוט אויסגעצאלט (ווען ער ווארט ווען נאך א וואך פאר די surgery וואלט ער געזען אז סאיז נישט קיין cancer און ער וואלט נישט געגאנגען צו די פיינליכע אפעראציע אויף זיין פנים, אפשר אין אזא פאל (אז די האספיטעל וויל נישט מאכען די surgery )דארף מען זאגען״ אז סאיז באשערט איז באשערט״
איך פרעג נאר
ו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:53 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווי אויך האט ער געהאט א קינד וואס איז געהרג'ט געווארן.
לויט די מעמשעות איז דאס קינד געווען אן או.טי.די. און איז געהרג'ט געווארן במרחקים ערגעץ אין די הרי אררט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:00 pm
דורך לעיקוואד
אגב, איז דא אין דער בוך א שטארקע שטיקל פאר די אכשר דרא אשכול. ערגעצוו האט ער א הבהרה אז דאס וואס ער און זיינע געשוויסטער זענען געגאנגען אין מיליטער זאל מען זיך נישט אפלערנען ווייל דעמאלטס אז נאך די מיליטער געווען הייליג און פרום אדער עפעס אזוי..


כשאני לעצמי נעם איך די רעכט אביסעל מפקפק צו זיין אין דער גאנצער וועג ווי ער מאכט עדווערטייזמענט פאר זיך אין דער בוך, עס זעהט אויס אביסעל אדער אסאך מוגזם ווי ער איז דער גרויסער מאכער וואס האט זיך אלץ אזוי אליינס ערלעדיגט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:21 pm
דורך קינות גירושין
ווען איך וואלט געהאט אזויפיל סוקסעס וואלט איך אויך געגלייבט אין דעם כוח ועוצם בידי
איך האב נישט ארויסגענומען אז דער געהארגעטע קינד איז געווען otd
וואס איז שלעכט אז א מענטש באשרייבט זיך? אונז האמער שוין גערעדט דא אין שטיבעל ( ערך מנשה לוסטוג) הלווי וואלטען דאס מער היימישע מענטשען געטאן
עכ״ז מיין איך אז די חלק השתדלות איז over done 

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:32 pm
דורך לעיקוואד
איך האב נישט קיין טענות אז ער באשרייבט זיך, איך בין נאר חושד אז דער כוחי ועוצם ידי זיינע איז נישט אמתדיג עפעס אזוי געוואלדיג, איך גלייב נישט אז סאיז דא א מענטש וואס האט נישט קיין שום שוואכקייטען וכדו', דער גאנצער בוך ליינט זיך ווי אן עדווערטייזמענט פאר עם, ער לאזט אויס יעדער שוואכע מינוט וואס ער האט זיכער געהאט אן א שיעור, און די תוצאה איז א בוך וואס איז בכלל נישט יומען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:57 pm
דורך קינות גירושין
דאס אז ער קען זיך נישט איינהאלטען צו פארציילען זיין סוסקעס איז נישט קיין שוואכקייט?
לעצם הענין, אוודאי אפשר האט ער געהאט דורך פעלער למשל אין ביזנעס ער האט נישט באקומען יעדע קאסטומער וואס ער האט נאר געוואלט...
ער רעדט אבער נאר פון זיין סוקסעס.
זיין מהות איז געווארען א שטארקע, א פייטעדיגע, דורך די שווערקייטען וואס ער האט געהאט אין די אינגע יארען,לאו דווקא אז דאס איז דער דרך הממוצע ,כאמרתי לעיל, סאיז מעגליך ער וואלט נישט געהאט די ערשטע פיינליכע surgery ווען ער זאל לאזען גאט פירען די וועלט ווי ער וויל

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:15 pm
דורך קרעמער1
דער בוך איז אצינד ערשינען אין א יודישע איבערזעצונג מיטן זעלבן נאמען "אתהלך".

איך הער אז מ'זעצט עס אויך איבער אויף פראנצויזיש.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:17 pm
דורך שרייבער
געזען דעם ביכל אין די געשעפטן, האט אויך פינגער אפדרוקן פונעם 'אכשר דרא' מאוומענט, דער דעקל האט נישט דעם בילד פונעם מחבר אזוי ווי די ענגליש און די העברעאישע

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:18 pm
דורך קינות גירושין
יא איך האב עס נעכטען געזען סזעט טויס גוט
איך טראכט צו איך זאל עס קויפען פאר מיין 11 יעריגע אינגעל, וואס טראכט עטץ, סוועט עם אוועק נעמען שלאף?
(מרעדט דא פון א קינד וואס ליינט די שטערן שפאקטיוו אן א רעגאלער בעסיס)

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:20 pm
דורך קינות גירושין
שרייבער האט געשריבן:געזען דעם ביכל אין די געשעפטן, האט אויך פינגער אפדרוקן פונעם 'אכשר דרא' מאוומענט, דער דעקל האט נישט דעם בילד פונעם מחבר אזוי ווי די ענגליש און די העברעאישע

חוץ דעם בילד האט מען משנה געווען דעם תוכן?
שרייבט ער דארט פרא איזריעל, אדער מהאט עס געסאטמערט??

נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2013 11:43 pm
דורך משה געציל
אראפגענומען דאס בילד? וואס איז?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 8:05 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט אויך ארויסגעשניטן יעדע שמץ פון ציונות, ווי צה"ל וכדומה.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:13 pm
דורך קינות גירושין
האט מען געלאזט די ווארט קענסער אדער מהאט געשריבען יענע מעשה (עיין באשכולו)

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 10:33 pm
דורך קאמענטירער
איך האב אדורך געליינט די ביכעל און עס איז וואונדערבאר כאטש סקוקט אויס אביסעל פרוי׳עריש געשריבן איז עס א געלונגען ביכעל ווייל ער פירט דיר אריין אין די זיינע געפילען און וואס די אריבערגאנג האט געמיינט פאר אים און פאר זיינע ארומיגע אא״וו כ׳האלט אז די ביכעל געבט א גוטע עקזעמפל פון אין דבר העומד בפני הרצון ער מוטיגט זייער שטארק פאר שמחה און נאך אסאך טיפע און בארלערנדע ענינים. כ׳פארשיי נישט וואס ס׳איז די גאנצע מלער אז ער שרייבט נישט זיינע דורכפעלער (גראדע שרייבט ער יא פעלער ווען ער איז דורכגעפאלען ווי ווען ער האט נישט געוואלט נעמען געלט פון זיין מאמע ) דוויייל די בוך איז נישט זיין אדווערטייזמענט והא ראי׳ אז ער אליין האט עס נישט געשריבן נאר ער האט עס איבערגעבן פאר א שרייבער זאל אים ביישרייבן כדי אנדערע אידן זאלן האבן חיזוק דערפון.
ער שרייבט אז ער האט גענומען א ברכה פון עפעס א מקובל און יענער האט אים אנגעוואונטשען אז די דאקטוירים וועלן זיך נאך איינשלונגען זייערע היטלעך וכך הוה און א דאקטאר האט אים טאקע געזאגט אז ער שלינגט זיך איין זיין היטעל, וואס מיינט די אויסדרוק?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:16 am
דורך קינות גירושין
ביטע זיי מסבר דיין ראיה אז ״ער טוט דאס נישט פאר אדוועטייזמענט, ווייל ער האט דאס נישט אליינס געשריבען נאר געצאלט פאר א צווייטען״ לא זכיתי להבן

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:35 pm
דורך גם כי אלך
איך ווייס נישט צו מען האט עס שוין געשריבן דא אבער דער בוך איז נישט פרי ידיו, דאס האט געשריבן דער בארימטער חרדישער שריפטשטלער מוישה גוטמן. דער מרגליות איז א גוטער רעדנער אבער שרייבן ווייזט אויס האט ער געגעבן א צווייטן.

אני כשלעצמי האב זייער הנאה געהאט פונעם ביכל, ס'איז גוט געשריבן און ער פירט דיך אריין אין זיינע איבערלעבנישן. נאך אלעם אבער זע איך נישט וויאזוי דאס קען מחזק זיין אדער העלפן אנדערע מענטשן, פיין דו ביזט א שטארקער כאראקטער וואס גיט נישט קיין דעם, אנדערע מענטשן זענען געווענליך אינגאנצן אנדערש. וואס איך מיין צוזאגן, אז ווען סקומט ווען ארויס אזא סארט ביכל וואס א איד שרייבט אראפ אלע זיינע דאגות און עגמת נפש, זיינע צובראכענע געפילן און זיינע עליות וירידות זיך עטוואס צו שטארקן דעם געמיט און אויפהייבן זיין גייסט וואלט עס געקענט לערנען אויך פארן עמך איד, אבער אזא העלדישע געשיכטע, אפגעזען צי ס'איז טאקע אזוי, ברענגט ווארשיינדליך גארניקס.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 4:46 pm
דורך גיבור
געב מיר די רשות זיך צו קריגן מיט דיר ! קודם כל אמת נישט ער שרייבט עס און איך פלעג אויך טראכטן צו עס איז נישט פרי דמיון פון א גוטע שרייבער אבער ווען וועסט רעדן צו די בעל המעשה וועסטו הערן גאנץ א אנדערע מעשה, אבער ווען איך בין אמאל געגאנגען צו א דרשה פון עם האב איך געזעהן אז די שרייבער האט גארנישט איבערגעטריבן ווייל ער פארציילט עס פונקט אזוי און מתוך לבו אזש עס איז אונז גערינען טרערן, אבער חוץ פון דעם האלט איך אז די ביכל איז א מוראדיגע חיזוק און עס ווייזט פאר מענטשן נישט צו אויפגעבן קיינמאל ווייל די מאראל פונעם מענטש דאס געבט די כח און יכולת זיך צו היילן פיזיש און גייסטיש .

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:36 pm
דורך חכם עתיק
א נייע ווערסיע ארויסגעקומן פאר קינדער, מיט אויג פארכאפענדע בילדער