ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

שליחה דורך קול הלשון »

גאנצל האט געשריבן:מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

שליחה דורך קול הלשון »

קול הלשון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

איך האלט גראדע סאיז יא א גוטע זאך אז מהאלט נישט די עלטערע בחורים אין ישיבה, סאיז שוין דאו די העכסט צייט וואס מזאל זיך אין די הענט נעמען, און זיך מאכען א חשבון הנפש וואס איז דער פלאן דא? וואס גיי איך אויפטון פארן טאג?

אנשטאטס צו זיצען אין ישיבה, און מיטהאלטען ווי די יונגערע ווערן חתנים און פלאצען פאר קנאה און ווייטאג, זאל מען אויספלאנירען און זיך מאכען א געהעריגע סדר היום, אויפשטיין אינדערפרי, ארבעטן אפאר שעה, און לערנען ביינאכט, וואס קען זיין בעסער ווי א צופרידענע מענטש מיט א מהלך החיים אין א גאול? אינדערזייט האט מען געלט אויך, אה? סציט דיך צו לערנען? נו עס פעלן נישט בתי מדרשים אדער כוללים, אוי סוועט דאך שאטען פאר א שידוך? איין מינוט דו ביזט דאך שוין ארויסגעפאלען פון די גלאנציגע סיסטעם און מיט דעם אלעם כאפסט דיך אן אין דעם ווי א דעטראנקענער? לאז אפ די שטותים און געט ע לייף
...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קול הלשון האט געשריבן:
קול הלשון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין

א בחור דרייעט איך אויף קאווע שטיבל ? איך קאל שוין נפתלי!
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

שליחה דורך קול הלשון »

יעקב מענטש האט געשריבן:
קול הלשון האט געשריבן:
קול הלשון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין

א בחור דרייעט איך אויף קאווע שטיבל ? איך קאל שוין נפתלי!

Ok
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאמענטירער האט געשריבן:איך האלט גראדע סאיז יא א גוטע זאך אז מהאלט נישט די עלטערע בחורים אין ישיבה, סאיז שוין דאו די העכסט צייט וואס מזאל זיך אין די הענט נעמען, און זיך מאכען א חשבון הנפש וואס איז דער פלאן דא? וואס גיי איך אויפטון פארן טאג?

אנשטאטס צו זיצען אין ישיבה, און מיטהאלטען ווי די יונגערע ווערן חתנים און פלאצען פאר קנאה און ווייטאג, זאל מען אויספלאנירען און זיך מאכען א געהעריגע סדר היום, אויפשטיין אינדערפרי, ארבעטן אפאר שעה, און לערנען ביינאכט, וואס קען זיין בעסער ווי א צופרידענע מענטש מיט א מהלך החיים אין א גאול? אינדערזייט האט מען געלט אויך, אה? סציט דיך צו לערנען? נו עס פעלן נישט בתי מדרשים אדער כוללים, אוי סוועט דאך שאטען פאר א שידוך? איין מינוט דו ביזט דאך שוין ארויסגעפאלען פון די גלאנציגע סיסטעם און מיט דעם אלעם כאפסט דיך אן אין דעם ווי א דעטראנקענער? לאז אפ די שטותים און געט ע לייף

דאס איז גענוי וואס שיעור ד' איז אין קרית יואל.
מהם ילמדו וכן יעשו.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

שליחה דורך קול הלשון »

קול הלשון האט געשריבן:ווער רעדט נאך פון קווינס ישיבה . ווען מען קימט אן צו שיעור ד' שטעלן זיי נישט גארנישט צו פאר די עלטערע בחורים . אין זיי ווילן נישט עפענען א עקסטערע חלק ד' . אין וועגן דעם דרייען זיך הינדערטער בחורים העכער די 20 יאר אויפן גאס . עס איז דאך אזא רשעות .

וואס גייט טאקע זיין ר' זלמן לייב האלט נישט ביי גארנישט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

לדוגמא:
וויען וויליאמסבורג האט זייער ישיבה אין קראון הייטס.
נאך איידער דו הייבסט אן זיך אריין צו שרייבען דארף מען אראפלייגען $100, (דאס איז פשוט פאר די זכיה צו קענען רעדן מיטן אדמיניסטרעיטאר), און אויך פארלאנגען זיי אייער סאושעל סעקיוריטי נומער (אלע שווארצע רוחות, פארוואס זיי דארפן דאס)
דערנאך קען מען ווארטן א יאר מיט א מיטוואך ביז זיי ועלן צוריקקומען צו דיר (וואס רעד איך, מ'דארף רופן איינמאל און נאך אמאל) צו האסטו די גרויסע זכיה פון באקומען א נתקבל צעטל. א 'לא נתקבל' צעטל [מחמת אפס מקום] וועסטו אויך נישט באקומען אפילו דורך א פאון קאול, א לא נתקבל באקומט מען אויב רופט מען הונדערט מאל (אינקלאדינג פראטעקציעס), ערשט דאן ענדליך קעקעצט ארויס א נחות דרגא 'נישט אנגענומען' דער וועד... און דער טעלעפאן ווערט מיט האס אראפגעקלאפט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך 65th »

-
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

שליחה דורך 65th »

ראש חודש מרחשון תשע"ז לפ"ק,
לכבוד הנהלת המתיבתא שליט"א כל אחד בשמו יבורך:

יישר כחכם פאר אייך אלע! איך האב נישט גענוג ווערטער וויאזוי אייך צו "באדאנקען"...

א טאטע וואס גייט אדורך שבעה מדורי גיהנם אין זיין פרעזענליכע לעבן, און איז געצוואונגען געווען צו גיין וואנדערן פאריאהר אין גלות קיין מאנסי בעירום ובחוסר כל, און האלט אין איין רופן כסדר די מתיבתא אפיס זייט פסח, זיכער צו מאכען אז זיין זוהן – וואס איז געווען ביז יעצט ביי אונז אין ישיבה קטנה - וועט קענען אריין גיין אין מתיבתא אויפ'ן קומענדיגען יאהר, ווי מ'טוט אים בארוהיגען במשך אגאנצען זומער אז "ס'איז נישט קיין פראבלעם - ר' לייביש גייט אדורך די מאנסי ליסט ערשט ביים סוף זומער" - אבער דריי טעג איידער ישיבה פאנגט זיך אן ר"ח אלול, זענען זיי פלוצלינג מחליט אז זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 30 יאהר צוריק פלעגט נישט פארפעלן קיין טיש ביים רב זצ"ל, ווייל ס'איז געווען א "חוב קדוש" ביי אים, גוט אויסצוהערן די רב'ס תורה יעדן שבת און יו"ט כדי צו קענען דאס גוט געדענקען כדי אראפצושרייבען נאכדעם - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 28 יאהר צוריק פלעגט ארומלויפען מיט א טעיפ-רעקארדער (ווער געדענקט נאך היינט אפילו וואס דאס איז ?...) יעדן מוצ"ש כדי אויפצוכאפען די רב זצ"ל'ס סיפורי צדיקים בשעת מלוה מלכה - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 27 יאהר צוריק פלעגט זיצען מיט זיין טייפ-רייטער (גיי זיי מסביר היינט וואס דאס מיינט...) אויבען אויפ'ן העכסטען שטאק פון בנין המתיבתא, ביז שפעט אינדערנאכט, אפצוטייפען די שיעורים פון ר' ברוך אברהם (וואס איז נאך דעמאלס געווען א מגיד שיעור בחייו של ר' משה דוד שטיינווארצעל ז"ל) וואס ווען סוף יאהר, ווייזענדיג די אפגעטייפטע שיעורים פון זיין אינגסטען איידעם, פאר'ן רב זצ"ל, שיין צוזאמענגעשטעלט אין א ספר, האט דער רב צו אים אויסגערופען מיט באגייסטערונג: "דו האסט מיר ממש מחיה געווען!" - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 26 יאהר צוריק אין ישיבה האט געהאט א "התחייבות" ארויסצוהעלפן די ישיבה מיט די חתימות אויף די טרויעריג-באקאנטע "סטודענט-לאונס" פאר 25,000 $ מיט די "הבטחה" אז דאס איז "פארשטייט זיך" די אחריות פון די ישיבה צו באצאלען - און דערנאך אים געזאגט שיינערהייט "גיי הענג דיך", מיט די שווערע תוצאות פון דעם אויף כמה שנים דערנאך - בו בזמן ווען זיין טאטע - אן עני ואביון בתכלית - האט ערליך געצאלט שכר לימוד מידי חודש בחדשו - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס אלע מדריכים ומשגיחים וואס האבן געהאט א נאנטע פארבינדונג מיט אים, האבן אלע פה אחד מעיד געווען אז מ'רעדט דא וועגען א טייערע בחור וואס וויל זיין גוט און וויל לערנען (יא - איך קען געבן תיכף ומיד די נעמען פון די אלע וואס זענען טאקע אזוי מעיד אויף אים) - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס נאכ'ן רעדען און הערען פון אנ"ש דקהילתינו אז ס'איז נישט דא אזא זאך - נאר יעדער בחור וואס איז שוין אין די מוסד און אין די קהילה, איז בודאי אנגענומען אין מתיבתא, און האט דעריבער מחליט געווען זונטאג אינדערפרי צו נעמען א גמרא אין דער האנט אריין און זיך אוועקזעצען מיט די אנדערע בחורים בבנין המתיבתא - אזא בחור האט די מנהל אנגעכאפט ביי די אויערען און ארויסגעווארפען אויף די גאס! יישר כחכם פאר דעם!

ישלם ה' פעלכם ותהי משכורתכם שלימה מעם ה'! זאל אייך השי"ת אויך באצאלען פאר די היפאקראטיא פון אוחז זיין החבל בשתי ראשים - פון איין זייט (צו נוצען די וואכעדיגע פרשה) יאמערן און קלאגען אויף "די מבול פון כי השחית כל בשר את דרכו וואס הערשט אויף די שרעקליכע גאס מיט די שרעקליכע נסיונות" און תוך כדי דיבור - הערמעטיש צו פארשפארען די תיבת נח פון איינער וואס וויל זיך דארט ראטעווען - און בידים ארויסווארפען איינער וואס האט זיך "דערוואגט "זיך אריינצוכאפען אין תיבת נח - אן די "נויטיגע רעגיסטראציע פאפירען", און זיך ווארפען מיט בחורים כאבן ביד המסתת, ברצותו אוחז וברצותו מכתת...

און פארוואס טאקע קען אזא בחור "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה? אויפדעם קומט די פוילע תירוץ פון די הנהלה: "מיר האבן אסאך פראבלעמען מיט מאנסי בחורים" - כאילו אז איינמאל מ'גייט אדורך די וואשינגטאן-ברידזש, ווערן די בחורים פלוצלינג באפאלען מיט אזא מין "רוח רעה" וואס טוט זיי מטמא זיין, און ווערן פסול פון אריינגיין אין באבובער מתיבתא, וואס אזא מין רוח-רעה טוט פשוט נישט שולט זיין אויף בארא-פארקער בחורים...

חוץ מזה וואס דאס איז שקר - מחמת כהיום הזה זענען דא כמה בחורים אין מתיבתא וואס וואוינען טאקע אין מאנסי און זענען ווארשיינליך נישט אנגעשטעקט געווארען מיט די "מאנסי רוח רעה"...

אבער יותר מזה - איך בין אליין געווען א בחור אין מתיבתא פאר 30 יאהר צוריק - מיר רעדן יעצט וועגען שנות תשמ"ז, תשמ"ח, תשמ"ט, תש"נ, תשנ"א, תשנ"ב, און איך קען אדורכגיין א לאנגע ליסטע פון בחורים אין מתיבתא בימים ההם וואס זענען געווען זייער ווייט פון די מדריגה פון א "חסידישע בחור" - ועוד גרוע מזה - ואין כאן המקום להאריך... (און בימים ההם - נישט נאר אז די אינטערנעט האט נישט עקזיסטירט - נאר אפילו א סעל-פאון האט נישט עקזיסטירט - אפילו נישט א פליפ-פאון - להוציא מלבן פון די אלע וואס מיינען אז די יצר הרע איז געקומען אויף דער וועלט צוזאמען מיט'ן אינטערנעט, און אז לפני עשרים שנה איז געווען א "דור דעה" ווי די יצר הרע האט פשוט נישט עקזיסטירט...) און פונדעסטוועגען האט ר' זושא זיי אריינגענומען בתוך כותלי המתיבתא, און "וואונדער איבער וואונדער" - מיר זענען נאך אלץ געבליבען שומרי שבת...

איז ממילא זאל מיר קיינער נישט פארקויפען קיין לאקשען מיט די נארישע פשעטלעך... איך בין נישט נעכטען געבוירען געווארען...

איך האב נאך אסאך וואס צו זאגען איבער דעם ענין - ובעיקר מסביר צו זיין אז איר האט אלע שוין לאנג פארגעסן די עיקר סיבה און עיקר תכלית פארוואס מיר האבן בכלל ישיבות אין אונזערע חסידישע קרייזען בכלל - און אין באבוב בפרט - וואס איז אגב מחמת סיבות וואס זענען בהחלט אנדערש ווי אין די ליטווישע קרייזען (עלינו לשבח לאדון הכל שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם – מחמת כמה טעמים שאכמ"ל) - אבער אין הזמן מספיק, וואס דאס אליין פאדערט א לענגערע ביאור דאס מסביר צו זיין, ועוד חזון למועד...

און יעצט - הייבט אן אייערע נייע חשון זמן מיט אייערע "הענד-פיקט" בחורים, וואס זענען אלע אודאי "כולם ברורים כולם קדושים מרחם אמם - בלי שום הרהור חטא ועון כלל", וואס די יצר הרע האט פשוט נישט קיין שום שליטה ואחיזה כל שהוא אויף קיין איינער פון זיי (אזוי ווי כמה בחורים אין מיין זוהן'ס פאריאהריגע קלאס, וואס זענען יעצט אריין אין מתיבתא, כגון פ... וכיוצא בו, וואס איך וויל נישט יעצט נוקב בשמם זיין, וואס האבן בודאי מעולם קיינמאל נישט געהאט קיין שום נטיה צו קיין שום ענין רע...) וואס פארשטייט זיך אז נאר "אזאלכע בחורים" זענען פאסיג אריינצוגיין אין מתיבתא, און אודאי איז דאס אויך רצון השם יתברך אז טאקע אזוי דארף א ישיבה זיך פירען, און ער האט שטארק נחת רוח פון דעם, און טוט זיך בארימען: "באבובער מתיבתא אשר בך אתפאר"...

בושה תכסה פניכם! שעמטס אייך אלע! כל אחד בשמו יתבזה ויתכלם!

פון א צובראכענע טאטע גולה וסורה נתונה למכים,



Sent from my iPhone using Tapatalk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

A lot of love out there for Reb Benzion Bobover lately.

ער האט גיט געדאוונט היי יאר הושענה רצוף אהבה.

עניוועי, כ'האב טרערן און די אויגן ליינענדיג ווי די שילדערסט די השפלה עד שאול תחתי' וואס די מאכסט נעבעך מיט.

אבער די ערשטע חלק פינעם בריוו זאלסטו ווייזן פאר דיין אומשילדיגע שעפעלע זאל ער זען וויפיל עס האט דיר געהאלפן דיין מסירות נפש. זאל ער זען וויפיל עס וועט עם העלפן זיין התקשרות צו דעם "פלאץ".

שיק אים און א צווייטע ישיבה און ער וועט אויסוואקסן א טשאטשקע פון א בחור. די וועסט זיי נאך דאנקען. איך רעד נישט סתם אזוי, איך האב מיטגעלעבט ענדליכס. פליז פליז לאז דיך נישט פארפאלן ווערן.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
פישי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:49 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך פישי »

יאפ, האב איך די וואך מיטגעהאלטן א פאסירונג מיט א בחור, וואס נאכן ארומלויפן צו אלע מנהלים (נישט נאר די טאטע נאר דער בחור אליינס האט זיך משפיל ומבזה געווען) אז מען זאל אים אננעמען, און ואיננו, נישטא צו וועם צו רעדן

און מען רעדט נישט פון קיין פארדארבענע בחור, א פיינע עוורידזש בחור
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

65th האט געשריבן: א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

הפך בה והפך בה דכולה בה. די גאנצע פראבלעם ליגט דא באגראבן, ווען ס'נישטא קיין הונט איז נישטא קיין שטעקן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

ברוך השם עס האט זיך געעפענט א נייע ישיבה פאר עלטערע בחורים ווי עס הערט זיך א קול תורה פון איבער 50 בחורים זיצן על התורה ועבודה מיט דעם ראש ישיבה הרה''ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א און ברוך השם עס איז שוין איבער א חודש מיט א מורא'דיגע סוקסעס.
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

עס איז אויך א נקמה אין קווינס ווייל זיי האבן געשריגן אז א ישיבה פאר עלטערע בחורים קען זיך נישט אויסארבעטן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין קווינס טאקע קען זיך עס נישט אויסארבעטן, אין א מאסן פעקטארי פון 1200 בחורים מיט איין הויפט מנהל איז עס ממש אוממעגליך, אבער מאכן באזונדער איז די ריכטיגע וועג, זיי האבן זיכער מער פריוויליגיעס ווי די געווענליכע יונגערע בחורים אין קווינס. תשואות חן חן להם.
וירח ה' את ריח הניחוח
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

יא קווינס האט די ערגסטע נאמען היינט צוטאגס זיי זענען נישט אינטערעסירט אז א בחור זאל מצליח זיין
עס איז דא א סיבה פארוואס דע זמן איז נאר דא 850 בחורים
עס איז די ערגסטע ישיבה אין זיי טרייען אינטערצוהאקן אנדערע ישיבות
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

.
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

..
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

ביבער האט געשריבן:
65th האט געשריבן: א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

הפך בה והפך בה דכולה בה. די גאנצע פראבלעם ליגט דא באגראבן, ווען ס'נישטא קיין הונט איז נישטא קיין שטעקן.

אזוי זאגט דאך מיין זיידע זז"ג, מען דארף האבן נאך א פלאץ ווייל די גאנצע טעם וואס מען ווארפט ארויס איז אז מען זאל נישט האבן ווי צי גיין.
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך קול הלשון »

עס איז אויך א חרבן אז די גרויסע ישיבות טרייען צו בטל מאכן די קלענערע
פארשפארט