בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:06 am
דורך זר זהב
אזוי שטייט אויפ'ן עד. "בעריכות יאיר ווינשטאק"

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:06 am
דורך עס עפעס
יואליש האט געשריבן:כ'האב געהערט אז יאיר וויינשטאק גייט זיין דער רעדאקטאר. איז עס אמת?

אזוי שטייט אויפן אדווערטייזמענט

זר קנאקט

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:34 am
דורך לאדיך אפ
עס עפעס האט געשריבן:וועסט זיין סורפרייזט אז כ'וועל דיר זאגן אז י"ש דרעזנער, וועלכער רעדט אויף קאלמע און שרייבט אין בלאט, שרייבט אויך פאר'ן שפאקטיוו צומאל?

יא יא. צומאל. ער האט אויך הרב אשר לעווין, חייקל אלסווייסער, יאנקל פרייליך ועוד. אבער בעיקרו איז עס געשריבן דורך שמעון אליינס.
אגב יאיר וויינשטאק איז פיינע נייעס. ער הערט אויף שרייבן פאר משפחה?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:03 pm
דורך פיקציע
זמן וועט מסתמא זיין א שטארקע מאנאטליכע אויסגאבע, און אפשר די נומער איינס, אבער עס האלט זייער ווייט פון אנקומען נאנט צו די גרויסע צייטונגען און וועכענטליכע מאגאזינען דארט.
אויך אויב עס וועט אנהייבן צו ערשיינען וועכענטליך איז איין יאיר וויינשטאק נישט גענוג צו קאנקורירן מיט די ביז יעצטיגע מאגאזינען, וועלכע פארמאגן צענדליגע שרייבער מיט יארן עקספעריענס אין היברעישע ליטיראטור.
דאך איז אין די ווייטע צוקונפט פארהאן אזא מעגליכקייט, אויב וועלן זיי נישט מאכן די זעלבע טעות ווי די צייטשריפט מיטן פרובירן איינצושלונגען אלעס אויפאמאל.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:05 pm
דורך זר זהב
וויאזוי טוט זמן אין אמעריקע? בעסער פונעם שטערן? ס'ווערט שטארק געליינט ביים מאדערנעם (פלעטבןש) עולם דאכט זיך.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:14 pm
דורך עס עפעס
פיקציע האט געשריבן:זמן וועט מסתמא זיין א שטארקע מאנאטליכע אויסגאבע, און אפשר די נומער איינס, אבער עס האלט זייער ווייט פון אנקומען נאנט צו די גרויסע צייטונגען און וועכענטליכע מאגאזינען דארט.
אויך אויב עס וועט אנהייבן צו ערשיינען וועכענטליך איז איין יאיר וויינשטאק נישט גענוג צו קאנקורירן מיט די ביז יעצטיגע מאגאזינען, וועלכע פארמאגן צענדליגע שרייבער מיט יארן עקספעריענס אין היברעישע ליטיראטור.
דאך איז אין די ווייטע צוקונפט פארהאן אזא מעגליכקייט, אויב וועלן זיי נישט מאכן די זעלבע טעות ווי די צייטשריפט מיטן פרובירן איינצושלונגען אלעס אויפאמאל.


קיינער רעדט נישט פון קאנקורירן מיט'ן מעריב, צי אנדערע ריזיגע אויסגאבעס און צייטונגען וואס ס'זענען דא אין אר"י. פאקטיש איז משפחה א זאך וואס מער ווייניגער נאר "פרומע" אידן קויפן דארטן.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:24 pm
דורך פיקציע
איך רעד טאקע פון די 'היימישע' ריזיגע אויסגאבעס ווי משפחה, שעה טובה אדער בקהילה. אבער בעיקר האב איך מיר באצויגן צום משפחה וועלכע ארבעט שוין יארן אויפצובויען זייער נאמען, מיט ערפאלג.
צו ווייסט איר וויפיל אבאנאנטען די משפחה האט איבערן לאנד?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:36 pm
דורך עס עפעס
הער צו, זיי ווייסן קעגן וועמען זיי שטעלן זיך ארויס און זיי זענען גרייט מיט מאכטפולע ריזן שרייבער פון ארץ ישראל דייקא. כ'וועל נישט זיין סורפרייזט אויב אסאך משפחה שרייבער וועלן אריבערטאנצן צו זיי מיט די צייט, וואס לויט ווי איך הער, איז דאס זייער ציהל און פלאן

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:58 pm
דורך לאדיך אפ
ווי ווייט כווייס וועט משפחה זיך נישט אזוי גרינג לאזן. אפילו די ריזיגע יתד האט שוין געטרייט אינטערצוברענגן משפחה און סזיי נישט געלונגען. משפחה האט אויפגעצויגן אלע געלונגענע היימישע שרייבערס אין עברית ווי יאיר וויינשטאק (מ. ארבל), משה גרילק (חיים אליאב), לאה מיזל, א. מ. אמיץ, ירוחם לנדסמן, אהרן גרנות, אבישי חן, יצחק כרמל, יונתן רוזנבלום.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 4:35 pm
דורך פיקציע
לאדיך אפ האט געשריבן:ווי ווייט כווייס וועט משפחה זיך נישט אזוי גרינג לאזן. אפילו די ריזיגע יתד האט שוין געטרייט אינטערצוברענגן משפחה און סזיי נישט געלונגען. משפחה האט אויפגעצויגן אלע געלונגענע היימישע שרייבערס אין עברית ווי יאיר וויינשטאק (מ. ארבל), משה גרילק (חיים אליאב), לאה מיזל, א. מ. אמיץ, ירוחם לנדסמן, אהרן גרנות, אבישי חן, יצחק כרמל, יונתן רוזנבלום.


רוב פון די שרייבער וועם איר רעכנט אויס האבן אויפגעצויגן די משפחה און נישט פארקערט, זייענדיג פיל עלטער ווי די אויסגאבע.
אין א זייטיגע נאטיץ איז ישי חן א מעלער, און אהרן גרנות א זשורנאליסט.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 6:23 pm
דורך הדד בן בדד
איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט דעם מעשה אז זמן וויל איינשלינגען אלע א"י'דיגע אויסגאבעס, אין אמעריקא גראדע האבן זיי זייער גוטע באציאונגען מיט משפחה, זיי זענען בכלל נישט זיייער קאמפאטישן, עס איז א אנדערע זאך אינגאנצן. זיי ווילן ס"ה מאכן נאך געלט, עפענען זיי אויף אין א מארקעט ווי לייען מאטריאל (און אדווערטייזמענט) זענען זייער שטארק און איז א גרויסע מארקעט. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלעמאל טראכטן אז מען וויל יענעם אוועקלייגן, איך זעה אז ער קען מאכן געלט אן יענעם אוועק לייגן. עס קוקט מיר אויס אז אין ענגליש גייט עס זייער גוט, כאטש משפחה פארקויפט אויך זייער גוט.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:09 pm
דורך טעלעפאן
לאדיך אפ האט געשריבן:ווי ווייט כווייס וועט משפחה זיך נישט אזוי גרינג לאזן. אפילו די ריזיגע יתד האט שוין געטרייט אינטערצוברענגן משפחה און סזיי נישט געלונגען. משפחה האט אויפגעצויגן אלע געלונגענע היימישע שרייבערס אין עברית ווי יאיר וויינשטאק (מ. ארבל), משה גרילק (חיים אליאב), לאה מיזל, א. מ. אמיץ, ירוחם לנדסמן, אהרן גרנות, אבישי חן, יצחק כרמל, יונתן רוזנבלום.


וואס........??? משה גרילק איז חיים אליאב? ביזט זיכער????

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:21 pm
דורך [NAMELESS]
טעלעפאן האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:ווי ווייט כווייס וועט משפחה זיך נישט אזוי גרינג לאזן. אפילו די ריזיגע יתד האט שוין געטרייט אינטערצוברענגן משפחה און סזיי נישט געלונגען. משפחה האט אויפגעצויגן אלע געלונגענע היימישע שרייבערס אין עברית ווי יאיר וויינשטאק (מ. ארבל), משה גרילק (חיים אליאב), לאה מיזל, א. מ. אמיץ, ירוחם לנדסמן, אהרן גרנות, אבישי חן, יצחק כרמל, יונתן רוזנבלום.


וואס........??? משה גרילק איז חיים אליאב? ביזט זיכער????

יא, ס׳אמת

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:16 pm
דורך עס עפעס
טעלעפאן האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:ווי ווייט כווייס וועט משפחה זיך נישט אזוי גרינג לאזן. אפילו די ריזיגע יתד האט שוין געטרייט אינטערצוברענגן משפחה און סזיי נישט געלונגען. משפחה האט אויפגעצויגן אלע געלונגענע היימישע שרייבערס אין עברית ווי יאיר וויינשטאק (מ. ארבל), משה גרילק (חיים אליאב), לאה מיזל, א. מ. אמיץ, ירוחם לנדסמן, אהרן גרנות, אבישי חן, יצחק כרמל, יונתן רוזנבלום.


וואס........??? משה גרילק איז חיים אליאב? ביזט זיכער????


צייטשריפט האט אמאל געהאט אן אינטערוויו מיט משה גרילאק און ער האט קלאר געזאגט אז ער איז דער חיים אליאב.

זיין וויקיפעדיע בלאט שרייבט אויך דערפון http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%9C%D7%A7

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:19 pm
דורך זר זהב
זמן גייט דארט ווערן וועכנטליך?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:22 pm
דורך ידען
זמן מיט משפחה איז אזוי ווי עונג שבת איז מיט די בלאט...

צוויי אנדערע זאכן.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:16 am
דורך לעמיל
איך האב געלערנט און א ישיבה און ארץ ישראל וואס דארט טאר מען נישט ליינען קיין צייטונגען נאר המודיע און המבשר זענען מותר איז די ישראלים האבען נישט געווסט וואס די שטערען מיט די שפאקטיוו איז האבען זיי עס געלאזט האבען אבער יעצט אז עס וועט זיין און עברית בין איך זיכער אז אלע ישיבות וועלען עס אסר'ן

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:08 am
דורך אברעמעל
אין לעיקוואד איז די זמן זייער אויפגעכאפט, די ראשי ישיבות זיכן א וועג וויזוי עס צו עלימינעיטן פון די בחורים ווייל ס'פארברענט צופיל צייט.

כ'פארשטיי אבער נישט ווויזוי די זעלבע זמן קען גיין קיין א"י, רוב זאכן זענען דאך אמעריקאנע נושאים, ווער איז דארט אזוי אינטערסירט דערין? אויב שרייבט ער גענצליך נייע זאכן האט עס דען עפעס מיט די היזיגע?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:43 pm
דורך kliger
פארוואס איז די זמן מער דיקער און אינטרעסאנטער און דאכט זיך אפילו ביליגער

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:57 pm
דורך הדד בן בדד
נו, למעשה איז עס שוין ארויסגעקומען? קען מען עס שוין באקומען אין אמעריקא אויך? אויב יא, ווי?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:08 am
דורך געפילטע פיש
אברעמעל האט געשריבן:כ'פארשטיי אבער נישט ווויזוי די זעלבע זמן קען גיין קיין א"י, רוב זאכן זענען דאך אמעריקאנע נושאים, ווער איז דארט אזוי אינטערסירט דערין?

דארט פארקויפט זיך עניטינג אמעריקען, פון פיצה קלינטון, צו ריהוטים בסטייל אמריקה, און נאך, ממש כמו באמריקה.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:08 pm
דורך טעפל
שוין ארויסגעקומען די וואך , מחיר היכרות בלויז 10 שקלים,זייער א שיינע אינטערעסאנטע ארבעט.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:51 am
דורך לעמיל
איז דא ערגעץ ווי מען קען עס באקומען און ברוקלין??