[justify]דער גרויסער אדלער שרייבט אין הלכות מלכים פ''א, אין מעמידין אישה במלכות, שנאמר "מלך" ולא מלכה. און ער לייגט צו וכן כל משימות שבישראל אין ממנים בהם אלא איש. דער הייליגער רמב"ם פסקענט להלכה אז א פרוי טאר נישט פארמאגן קיין שום שטעלע. נישט קיין רב, ריכטערן, מצלי אש, גיבערנאטור, גארנישט.
דער מחבר פסקענט אין הלכות מגילה, אז מעיקר הדין מעג א פרוי ליינען די מגילה פאר מענער, ווייל זי איז מחיוב מיט קריאת המגילה, שאף הם היו בנס. זאגט אבער דער הייליגער מג''א אז למעשה זאל מען דאס נישט טאן, צוליב כבוד הציבור.
פונעם הלכה'דיגער שטאנדפונקט, זענען פארהאן צוויי פאנדאמענטליכע מאטיווען פארוואס א פרוי זאל נישט באזיצן קיין עמטליכע שטעלע. צניעות, און כבוד הציבור.
זאגאר אין די ווירקליכקייט טרעפן מיר אין די היסטאריע ווי פרויען האבן יא באזיצט עמטליכע שטעלעס ביי אידן און אויך ביי גוים.
דבורה די ווייב פון דעם קנויטן-קניפער, הער לפידות, איז טאג איין און טאג אויס געזעצן אונטערן טייטעלבוים און געריכטעט די אידן. זי האט אפילו אנגעפירט מיט די העלדישע קאמפן קעגן גענעראל סיסרא, וואס האט באדראהט דער זיכערהייט פון יהודה און שומרון אין יענע פארכטיגע טעג.
מיר זעען אז אין שבא איז געווען א קעניגן וועלכע איז געקומען קיין יהודה צו לערנען קליגשאפט פון שלמה המלך. און ווי די לעגענדע דערציילט האט שלמה איר גאר געהייראט, און פון זייערע קינדער זענען געווען דער באוויסטער בבלישער טיראן נבוכאדנעצר.
עטליכע גענעראציעס שפעטער זעען מיר ווידער ווי א פרוי קעניגט אין לאנד יהודה. קעניגן עתליה דער טאכטער פון אחאב דער גרויזאמער. זי איז געווען א שקלאפטע וואס האט נישט געהאט איר'ס גלייכן. זי האט ברוטאליש פארניכטעט דעם גאנצן קעניגליכער פאמיליע בלויז צו פארזיכערן איר קעניגרייך. בלויז דעם קליינעם יואש איז געלונגן פאר יהודע הכהן אפצוראטעווען פון איר גרויזאמע הענט, ער האט אים באהאלטן אין קדשי קדשים ביז צו די טויט פון עתליה.
אין די עפאכע פון די חשמונאים-מארטירער טרעפן מיר ווידער ווי א פרוי קעניגט. שלומית אלכסנדרה (שלומציון) די שוועסטער פונעם גראנדיעזער תורה ריז רבי שמעון בן שטח, האט געקעניגט אין יהודה פאר 9 יאר מיט א שטארקע האנד.
אין די מיטל-אלטער עפאכע געפונען מיר די לעגענדארער שקאלפטע איזאבלע וואס האט געקעניגט אויף קאַסטילע, איידער זי האט געהייראט איר מאן פערנאַנדאָ דער צווייטער דער קעניג פון אַראַגאָן. וואס דאן איז דער שפאנישע קעניגרייך פאראייניגט געווארן צו איין גרויסע מעכטיגע קעניגרייך.
נישט צו לאנג צוריק האט אין רוסלאנד געקעניגט די קעניגן קאַטערין די גרויסע. זי איז געווען גאר א העלדישע פרוי, זי האט פארפירט שטורעמישע שלאכטן קעגן די רוסישע פיינט.
פרויען האבן אפילו געדינט אלס חסידישע רבי'ס, א שטייגער ווי די די לאדמירער מויד. (זעט מער דא:
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=12936)
וואס מיר זען איז ווי פאלגענד. ס'איז אלעמאל געווען העלדישע פרויען וועלכע האבן ארויסגעשטארצט מיט זייער אויסנאמקייט און האבן באזיצט מאכטפולע שטעלעס. אבער דער אלגעמיינער קאלטור איז געווען אז א פרוי איז אין א נידעריגער שטאנד פון א מאן. אין מערסטייל פון די וועלט איז אפילו נישט געווען ערלויבט פאר א פרוי צו שטימען אין וואלן. אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן וואס גלייכבארעכטיגקייט זענען פון אירע הויפט פרינציפן.
אפגעזען פון דעם, האט די תורה ה'ק פארט פארפליכטעט פאר א מאן צו שעצן זיין פרוי, אפילו מער פון זיך זעלבסט. א אידישע פרוי איז דער פאנדאמענט פון א אידישע שטוב, און מער דארף זיי האלטן הייליג און טייער, און מ'טאר נישט גרינגשעצן און זיי. אבער די אפיצעלע שטעלעס באלאנגען אין אלגעמיין אויסשליסליך פאר מענער.[/justify]