בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:55 pm
דורך געוואלדיג
וואס דארט איז געווען ווייס איך נישט, אבער לעגאל דארף מים נישט וואקסינירן אויב מען חתמ׳עט א רעליגיעזע עקזעמפשן, לעגאל מיט אזא צעטיל מוז מען לאזן קומען אין סקול, עס איז נאך נישט געהערט געווארן אז די רעגירונג זאל אראפ שיקן באאמטע די ערשטע סקול טאג צו נאכקוקן די וואקסינעישן סטאטוט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 9:53 am
דורך ירח בן יומו

Re: ואלה הצאן מה חטאו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:32 am
דורך שמערל
געוואלדיג האט געשריבן:וואס דארט איז געווען ווייס איך נישט, אבער לעגאל דארף מים נישט וואקסינירן אויב מען חתמ׳עט א רעליגיעזע עקזעמפשן, לעגאל מיט אזא צעטיל מוז מען לאזן קומען אין סקול, עס איז נאך נישט געהערט געווארן אז די רעגירונג זאל אראפ שיקן באאמטע די ערשטע סקול טאג צו נאכקוקן די וואקסינעישן סטאטוט

זיי מעגן לאזן קומען אין סקול מיט א עקזעמפשן, זיי מוזן נישט.

אין פאקט ווייס איך אז זיי לאזן אריין מיט א עקזעמפשן, אויב איז אמת די מעשה אז מען האט געשטעלט וואך נישט אריינצולאזן די אומוואקסינירטע. איז עס פאר אזוינע וואס האבן נישט געשיקט קיין עקזעמפשן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:15 am
דורך וויליאמסבורגער
וואס א חילוק אויב ס'איז געווען וועגן וואקסינעישאן צו שכר לימוד. די רציחה איז אין זיך ווארפען מיט קינדער אהן זיין דארט פאר זיי צוצוגיין מיט ליבשאפט און רחמנות.

Re: ואלה הצאן מה חטאו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל וואקסינעישען זענען זיי שולדיג און געלט נישט, טאמער זיי האבען טאקע נישט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:04 pm
דורך גם כי אלך
כ'זע ווי א גאנצן טאג טומלט זיך דא אויפ'ן גרופע אהין און צוריק, די "געפילישע" מיט די גאר ווייכע הערצער האבן שוין אויסגעבראכן זייער טיפע שנאה צו די ישיבה, אויסגעגעבן זייער אויפברויז אויף די שכ"ל דעפארטמענט, און אויסגעדריקט זייערע סענטימענטאלע רחמנות געפילן פאר דאס צעבראכן מיידל וואס האט א מאמע א קימפעטארן וועלכע האט היסטעריש געוויינט אונטער'ן פויסט פון די הארצלאזע שחורים, אלזא יעצט ענדע טאג ווען כ'האב אביסל צייט לאמיך מיך אפשטעלן א מינוט און באטראכטן די מעשה פון אן אנדערן פרעספעקטיוו.

דאס איז קלאר אז מענטשן האבן טענות, און אפט מיט רעכט, קעגן די שכר לימוד דעפארטמענט און זייער אויפגעפירעכטס, בפרט יעצט ווען מען האט פאר אסאך עלטערן געהעכערט דעם שכר לימוד, די משומר סטאנדארטן זענען אויך בכלל נישט שוה לכל נפש און מעגליך היפש עקסטרעם, און ס'איז דא פיל כלליות'דיגע קאמפלעינס זה בכה וזה בכה. אלעס פיין. דאס איז א נושא וואס דארף טאקע באזונדער באהאנדלט ווערן, איך כ'גיי מיך מיך אויסדריקליך נישט אדרעסירן יעצט צו דעם.

לאמיר אבער שטעלן די פראגע צו אלע חברי הקבוצה. אין א פאל וואס עלטערן האבן בכלל נישט אנגעהויבן די רעגיסטראציע פראצעדור פאר זייערע קינדער צום נייעם יאר, איז דער מוסד בארעכטיגט צו טון עטוואס שטרענגערע שריט אדער נישט ?

גיט א קוק אויף א נושא פון 'אימיוניזישאן'. יעדער ווייסט אז אלע מוסדות אין ניו יארק זענען לעצטנס מורא'דיג שטרענג אז אלע קינדער מוזן זיין אפדעיטעט מיט די פולע אומיוניזישען'ס. uta האט לעצטנס געהאט געפערליכע לחץ פון די העלט דערפארטמענט וואס סטראשעט מיט'ן ארגסטן אז זיי וועלן נאכגיין די רעקארדס און אויב קינדער וועלן נישט זיין אימיונט ווערט דער מוסד פארשפארט.
די פאקט איז, און יעדער האט עס מיטגעהאלטן, אז ביי די יעצטיגע רעגיסטראציע האט די ישיבה געלייגט א גרעסערע דגוש אויף די "אימיוניזישאנס" נאך מער ווי אויף שכ"ל און משומר, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות. אפילו אידן וואס זענען געווען אויסגעצאלט עד פ"א און פארהאנדלט געהעריג איבער זייער באלאנס האט מען בשו"א נישט ארויסגעגעבן קיין קארטלעך אויב מען איז נישט אפדעיטעט מיט די אימיויזישאנס.

יעצט דאס מציאות איז געווען, עטליכע הונדערט קינדער זענען בכלל נישט געווארן רעגיסטרירט. די עלטערן האבן נישט אויסגעפולט די אימיוזישאנס, נישט ווייל זיי האבן "פארגעסן", די עטליכע הונדערט עלטערן האבן פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון דאס מינדסטע פשוט "איינצושרייבן זייער קינד" אינעם מוסד. נאך די גאנצע פראפעגאנדע וואס די ישיבה האט געמאכט חדשים לאנג אויף די פאסט, אימעיל, און טעלעפאן קאללס אינדערהיים.

און דאס זעלבע איז לגבי שכר לימוד. הונדערטער מענטשן מאכן זיך אגאנצן יאר קאמפליטלי נישט וויסנדיג פונעם אזוי פארהאסטן "סיסטעם", די נושא פון רעגיסטראציע מיינט נישט אים, און ער שיקט אפ זיינע קינדער ווי א שיינער איד אין סקול, כאילו ס'איז א הכנסת אורחים צענטער. די באסעס פארן, פרישטאג און לאנטש ווערן סערווירט, און ווען די ישיבה בעט אגאנצן זומער: רבותי, קומט זיך רעגיסטרירן, איז ער ווייטער נישט צום געפינען.

עגעין, כ'גיי נישט אריין צו מ'איז גערעכט מיט די שכ"ל העכערונג אדער מיט די שטרענגע משומר פאליסיס. מען רעדט דא פון דעם פאקט אז ס'איז אריבערגאנגען א גאנץ קיילעכיג יאר, א דינער, א טבת רעגיסטראציע, א אדר רעגיסטראציע, א ביומו תתן שכרו, קאמפלישן רעגיסטראציע, און דער איד איז נישט צום האבן... ס'איז אבער דא איין זאך וואס אזעלכע מענטשן פארשטיין "א טאל בודקע", א גרויסע געלע שטעקן וואס שטייט פאר זיין קאר און זאגט אים, רבי איד, שטעלט אייך זאפארט אפ דא!

ווען א טאטע שיקט ארויס זיין קינד אין סקול אן קיין טראפ געוויסנביסן, וויסנדיג אז ער האט קלאר נישט געצאלט קיין פעני שכר לימוד, אדער ער האט נישט אויסגעפולט די מעדיצינישע רעקארדס וואס די גאווערמענט פארלאנגט, פארבלייבט די לעצטע אפציע צו שטעלן א "טאל בודקע" און אים זאגן, רבי איד וואו איז דיין אחריות ?

ריכטיג, בעצם וואלט מען געדארפט אפשטעלן דעם פאטער, אבער ס'איז דאך נישט דא וואו. מוז מען בלית ברירה זאגן פאר'ן קינד, שעפעלע, דו קענסט נישט גיין אין סקול אויב דיין טאטע איז נישט קיין שום מין מענטש. יא ס'איז א מורא'דיגע ווייטאג, אלו הצאן מה חטאו, ס'איז זיכער טרויעריג. אבער וואו איז דעם טאטענ'ס אחריות אויף זיין אייגן בלוט און פלייש ? ורוח הקודש אומרת על אלה אני בוכיה...
ווען א פאטער שיקט זיין קינד קויפן אין גראסערי ווען ער ווייסט אז ער האט א באלאנס פון צוויי אלפים, ווער איז דער אכזר ? דער גראסערי מאן וואס דארף דעקן זיינע הוצאות, סופלייערס און בילס, אדער דער הארצלאזער טאטע וואס האט נישט די מינימאלע אחריות צו באצאלן פאר זיין עסן און קימערט זיך ווייניג פאר זיין קינד'ס צער ?

און פארגעסט נישט. די צייט ווען מען הייבט אן סקול, איז די איינציגע צייט ווען מען "כאפן" די סארט עלטערן. א גאנץ יאר איז אין קול ואין עונה מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו, בלייבט נאר דער ערשטער טאג פון סקול ווען מען קען אים מרמז זיין אז ער זאל זיך מוחל זיין נעמען אין די הענט אריין. איך גלייב נישט אז די ישיבה באגערט שטארק זיך ארומצואמפערן מיט קליינע קינדערלעך. אבער וואס פונקטליך זאלן זיי טון ווען דער טאטע איז נישט בנמצא און קיין אנדערע מיטל איז נישט דא צו אים ?

כאטש איך בארעכטיג נישט די 'שכר לימוד' העכערונג און דער גאנצער וועג וויאזוי דער סיסטעם ארבעט, בעת דער ציבור טענה'ט אז יעצט איז א שפע פון פראגראמען די והותר, איז אבער דער פאקט דא א צד השני, די ישיבה שרייט זיי האבן נישט קיין געלט. איך קען נישט זייער בודזשעט און כ'וועל מיך נישט אדרעסירן וועמענס טענות זענען ריכטיג, אבער דאס איז אמאל זיכער אז א מוסד מעג אדער גאר מוזן אמאל אראפלייגן א פיס פאר עלטערן וואס הייבן זיך נישט אן צו רעגיסטרירן און איגנארירן דעם מוסד כאילו לא הוה.

אויב חלילה די רעגירונג קומט אריין מיט אן אינספעקציע און די ישיבה ווערט געלייגט אויף א 'לאק דאן' אדאנק קינדער וואס זענען נישט איומיונט, וועלן דאך די זעלבע אויבער חכמים זיין די ערשטע צו האבן טענות ומענות אויף די ישיבה, היתכן אזא זאך קען געשען אין 2016? וואו איז געהערט געווארן מ'לאזט קינדער אינדערהיים? דאס קליינווארג זיצן אויף די עלטערנ'ס קעפ אין קליינע פיצי דירות ס'איז ממש נישט אויסצוהאלטן? וואו איז די ישיבה צו זארגן אז דאס זאל נישט פאסירן?. איי דו חכם, מען האט געוויינט צו דיר אגאנצן זומער און דו האסט ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג זיך צוצשטעלן ? יעצט ווען דער מוסד נעמט אונטער עטוואס שארפערע שריט ווייל זיי ווילן נישט ווערן צוגעשפארט האסטו נאך טענות ? וואס פארא היפקראטיזים איז דאס.

אלע קאמפלעינס אין א זייט געלייגט. במציאות זענען 90 פראצענט פון די עלטערן זייער צופרידן פון די אלגעמיינע סיסטעם וויאזוי זאכן פארן אין אונזערע מוסדות. יעדער ווייסט עס אז אלע אנדערע מוסדות התורה אין שטאט, בפרט די "סענטראל סאטמאר מוסדות" וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא הערליכע סיסטעם. אפילו אונזערע מוסדות און אלע אנדערע געגנטער וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן דעם סוקסעס און העכסטן ניווא וואס ווערט צוגעשטעלט ביי אונז, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. די מוסד לאידך גיסא בעט איין זאך: שטעל דיך צו, דזשאסט רעגיסטרירט דיך.

בדרך אגב. מיר פערזענליך שמעקט די גאנצע מעשה מיט די קימפעטארין ווי א פאבריקאציע. דאס ווייס איך קלאר אז ס'איז נישט געשטאנען קיין "שווארצע גוים" ווי דער לייגט עס דראמאטיש אראפ, די ישיבה האט בסך הכל געשטעלט עטליכע גוי'טעס וואס ארבעטן אינעם בנין הישיבה זאלן נעמען די רעגיסטראציע קארטלעך.

אבער נניח אז די מעשה האט טאקע פאסירט. כ'גלייב אז א נייע "טאוד בעג" האט מען אינזין געהאט צו קויפן פאר דאס קינד, און מסתם אויך נייע שיך צום סקול יאר. די מאמע די יולדת האט הייסט נישט געוויסט במשך דעם זומער אז דאס קינד וועט גיין אין סקול דעם אלול ? דער טאטע וואס ארבעט אזוי שווער האט טאקע נישט געכאפט אז אויב ער וויל שיקן זיינע קינדער אין סקול דארף ער זיי רעגיסטרירן ?
וואס אייגנטליך איז געווען דער חשבון פון די פאטער. ער וועט האבן א בעבי און ? וויאזוי וועלן די איבריגע קינדער אנקומען אין סקול אנדעם וואס ער זאל זיך בכלל קימערן איבער זייער רעגיסטראציע ? אין מיי אפיניאן איז דער חי' רעה אין דעם פאל לאו דוקא די מוסדות, אויב עפעס איז עס דער פאטער וואס לאזט א קליין אומשולדיג מיידל אויף הפקר אן קיין שום פלאן.

נאך איין נקודה און איך ענדיג מיינע ארגומענטן.

כאפט א בליק אויף אלע קאלעגעס וואס טומעלן אזוי קעגן די "פארברעך" פון די ישיבה. די חברה זענען אויסגעשפראכענע "אנטי עסטעבלישמענט" נאטורן. זיי וואלטן נאר געוואלט זען טראמפ פאר פרעזידענט, און א נוקלאערע מלחמה זאל מארגן אויסברעכן צווישן צפון קאריע, אמעריקע, איראן און רוסלאנד, און א טאטאלע כאאס און תהו ובהו זאל הערשן אויף די גאנצע וועלט. איך פארשטיי גראדע דעם נאטור, ס'איז היינט אן אויפגעכאפטע טרענד פון הפקרות און אנטי סיסטעם אדער נארמאלקייט.

אונזער קהלה איז ב"ה אויסגעשטעלט אויף א דעמאקראטישן לייכטן סיסטעם, דארפסט גארנישט טון אין ארדער צו זיין אן "אונזעריגער". קענסט דאווענען וואו די ווילסט, רעדן אויף וועמען דו ווילסט, מען פארלאנגט נישט קיין געטריישאפט אדער שיעבוד פאר'ן מקום. ס'איז אבער געבליבן איין איינציג פלאץ וואו ער שפירט אביסל באגרעניצט און "געפאנגען". דאס איז די ישיבה וואו ער מוז זיך צושטעלן, סוף כל סוף איז דא אן אפיס, ס'דא א הנהלה, מלמדים מנהלים. ס'איז נישט אינגאנצן הפקר ווי ער גלייכט. דאס איז בעצם א שטארקע ווייטאג פאר די אידן. עס גרעניצט זיך מיט "עסטעבלישמענט" און נארמאלקייט.

און דאס, נאר דאס, איז די סיבה פארוואס די זעלבע מענטשן זענען יעצט אזוי עקסיידעט און איבערגענומען פון די אומשולדיגע מיידל וואס די מאמע איז א יולדת, און שיקן ארום ווייראל דעם שרעקליכן בארבארישן עפיזאד וואס איז בפשטות נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. ס'איז די זעלבע חברה וואס זענען אייביג דא אראפצורייסן דעם "סיסטעם" און באגערן איין זאך: אלעס זאל גיין קראכן... אה, ענדליך האט עטס ב"ה געטראפן א גוטן וואפן אויפצושפילן סענסעטיווע געפילן און עס נוצן קעגן ענקער אייגענע מוסד. מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שוואכקייט וואס איז דא, כאטש מען שיסט זיך אליין אין די פיס. ווייל צווישן פיר אויגן, האט איר גאנץ ווייניג געדולד צו ספראווען מיט די קינדער אינדערהיים און איר האט גאנץ פיין הנאה אז די ישיבה פונקציאנירט מיט אזא סיסטעם.

ניין חברה, ס'איז נישט אייערע הארציגע רחמנות געפילן אויף די קימפעטארן. ס'איז די רייץ פאר אנטי פרעשור און הפקרות, וואס ברענגט אייך אויפצוטאנצן מיט אזא שמחה. ענדליך וועט "די ישיבה" כאפן א פליק, און עס וועט האפענטליך זיין כאאס אין שטאט.

נארמאלע מענטשן מיט אן אביעקטיווע בליק דארפן אנקוקן זאכן מיט מער שכל און פארשטיין אז יא, נישט אלעס איז פערפעקט ס'איז צומאל דא פראבלעמען, אבער דאס בארעכטיגט נישט צו גיסן פעך און שוועבל אויף די ישיבה וואו אונזערע קינדער בליען ב"ה אויפ'ן שענסטן אופן בגשמיות וברוחניות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:07 pm
דורך signout
דעיס קוקט עפעס אויס ווי די ארטיקעל קומט פין אינסייד אלס ענטפר, אבער אין מציאת ענטפרט ער נישט דעם ואילו הצאן מה חטאו, עס איז שוין יארען וואס מ'ספראוועט זיך מיט נישט רעגיסטרירטע קינדער מ'האט קיינאמל נישט געשטעלט די גוים/גויטע'ס ביים טיר נאכדערצו אן קיין אידישע אנוועזענהייט, אין אוודאי נישט ביי די אינגערע עלמענטרי קלאסן

גם כי אלך האט געשריבן:יעצט דאס מציאות איז געווען, עטליכע הונדערט קינדער זענען בכלל נישט געווארן רעגיסטרירט. די עלטערן האבן נישט אויסגעפולט די אימיוזישאנס, נישט ווייל זיי האבן "פארגעסן", די עטליכע הונדערט עלטערן האבן פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון דאס מינדסטע פשוט "איינצושרייבן זייער קינד" אינעם מוסד. נאך די גאנצע פראפעגאנדע וואס די ישיבה האט געמאכט חדשים לאנג אויף די פאסט, אימעיל, און טעלעפאן קאללס אינדערהיים.

און דאס זעלבע איז לגבי שכר לימוד. הונדערטער מענטשן מאכן זיך אגאנצן יאר קאמפליטלי נישט וויסנדיג פונעם אזוי פארהאסטן "סיסטעם", די נושא פון רעגיסטראציע מיינט נישט אים, און ער שיקט אפ זיינע קינדער ווי א שיינער איד אין סקול, כאילו ס'איז א הכנסת אורחים צענטער. די באסעס פארן, פרישטאג און לאנטש ווערן סערווירט, און ווען די ישיבה בעט אגאנצן זומער: רבותי, קומט זיך רעגיסטרירן, איז ער ווייטער נישט צום געפינען.

דא שיסט ער זיך
גם כי אלך האט געשריבן:בפרט די "סענטראל סאטמאר מוסדות" וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא הערליכע סיסטעם. אפילו אונזערע מוסדות און אלע אנדערע געגנטער וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן דעם סוקסעס און העכסטן ניווא וואס ווערט צוגעשטעלט ביי אונז, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

וועלכע מוסד איז מקנא א מוסד וואס האט הינדערעטער קינדער נישט רעגסירירט??? לו יהא זיי זאלען האבען 10 טויזענט קינדער, אויב האבען זיי אפאר הינדערט קינדער אומערעגסטרירט איז נישטו וואס צו מקנא זיין.. אויב עפעס איז מען זיי מקנא אלס די רייכסטע מוסד אין שטאט אויסגעצאלטע בנינים מיט די מערסטע פראגרמען אין ריזיגע בוטשער/זאלען/וכו' אינקאםס אין גרעסטע אנגלא אידישע שנאר אפעראט, אבער דעיס אז יעדע טאטע האט געמוזט צאלען 1000 קרן הבנין, אין מ'העכערט שכר לימוד יעדע שטוק צייט איז נישטו וואס צו מקנא זיין.