בלאט 2 פון 4
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:15 am
דורך yachad
געוואלדיג האט געשריבן:yachad האט געשריבן:ביליג האט געשריבן:שלום עליכם
אזוי ווי איך בין א חסידישע איד האב איך אנגעהויבן ליינען פון סוף
די ערשטע זאך זעה איך א opportunity צו געבן געלט פאר א גר ! כ'האב גלייך ארויסגעצויגן די קרעדיט קארד
וממנו ילמדו ...
אשריך. א גרויסען ישר כח! באמת איך בין זייער דאנקבא. ביס דערווייל נאר אויף דעם לעב איך. איך וויל זיך סעטעלען דא מיט א דזשאב, אבער ביז דערווייל..
לאט לאט.
מי כעמך ישראל.
אפשר שרייב דא אפאר נקודות אין וואס ביסט באהאוונט און וועלכע סארט ארבעט זוכסטו אפשר וועט איינער דא דיר קענען העלפן מיט א דזשאב.
איך האב א פאר חברים מיך אריין צו גיין ביי B&H, אבער טאמער נישט, עפעס פון אזא מיני מקצוע - מחשבים, מצלמות - טעכנאלאגיע כאלו.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:23 am
דורך yachad
shem-tov האט געשריבן:יישר כח פארן באשרייבן דיין מוראדיגע סטארי. ממש אומגלויבלעך אז אן קיין שום שורש צו יודישקייט זאלסטו אזוי נתקרב צו יודישקייט. אויב מעג איך דיך פרעגן בוסטו זיכער אז קיינער פון דיין משפחה שטאמט נישט פון יודען פון ווי איז אנגעקומען אין דיין קאפ די זאך יודישקייט. אויך וויל איך דיר נאכאמאל זאגן אז דיין מעשה מיטן באבובער רב איז פשוט א מיספארשטענדיניש. נישט לאנג צוריק האט מען דארט חתונה געמאכט א גר צדק מיט א ענדליכע געשיכטע און דער רבי איז געווען זייער אינוואלווד. איך וואלט דיך געעצהט פאר דיין טובה וועגן זאלסט דיך ברעכן און אריבערגיין צו אים אין שטוב ער וועט דיך מוראדיג מקרב זיין ווייל ער האט דיר זיכער נישט געמיינט וויי צוטאן פארוואס זאלסטו לעבן מיט אזא שווער הארץ. הצלחה רבה בכל ענינים און אוודאי וועל איך מיך משתתף זיין
דער שורש פון מיין משפחה איז א קליין דערפל חקלאי אין צפון ענגלאנד. דארטן אין דער דערפל ס׳איז דא א ריזיגן בוך מיטן אלע תולדות פון מיין משפחה. עס גייט ביז 1,300 יאהר צוריק אינעם זעלבען דערפל, און 600 הונדערט יאהר צוריק אינעם זעלבען הויז. פאר איך האב געטוישט מיין משפחה נאמען, מיין אלטע משפחה נאמען איז געווייזן די זעלבע פון 1,300 יאהר צוריק (ס׳נישט געווען עכט קיין משפחה נעמער אזוי לאנג צוריק, אבער יעדער האט געקענט אונזער משפחה אלץ ״סלינגער״ - קלע (sling) ווייל אזוי איז געווען דער מקצוע משפחתי.
אריין גיין צום באבובער... עס גייט מיך נישט אן. מן הסתם האט ער געהערט אז איך האב עס מפרסם געווען - טאמער ער וויל מיך איבערבעהטן, ער קען. איך גיי איהם ניש נאכלויפן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:56 pm
דורך signout
יעקב חיים, איך דערמאן מיך היינט ווי די ביזט געשטאנען צודריקט אין מיטגעטאנצען ביי די הקפות אין סאטמאר דיין פריידט מיט די תורה הק' איז געווען ווי איינער האט גאר א שטארקע נאנטקייט מיט איר, נישט געוויסט דעמאלטס וואס שטעקט אינטער דיין נייע נשמה, האסט דעמאלטס געזאגט אז די ווילדע שטופעניש שטערט דיך זייער שטארק, כ'פריי מיך האסט געטראעפן א גיט פלאץ אין שומרי אמונים,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:59 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שלום עליכם גר צדק יהיה בואך לברכה, דא בשכינות איז דא א סייט וואס רופט זיך איי-וועלט עס איז כדאי איר זאלט אויך באשרייבן אייער פערזענליכע מעשה דארט, און מודיע זיין וועגען אייער פעיס בוק קאמפיין, זיי זענען ע"פ רוב די סאטמארער אידן וואס זענען זייער ווארעם פאר אזעלעכע צוועקען.
פארשייט זיך אז איר זאלט נישט שרייבן דארט די מעשה מיטן באבוב'ן רבין, ווייל איר וועט פליען פון דארט אזויווי איר זענט געפלויגן פון באבוב.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:04 pm
דורך יעקב מענטש
זייער א אינטערסאנט און איספרירענדע געשיכטע, איך האב מיך משתתף געווען.
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:13 pm
דורך yachad
лпم iοوԴ האט געשריבן:Wow!
What a story!!!
באמת זייער אינספייערינג.
ווי אזוי איז אידישקייט בכלל אריינגעקומען אין דיין קאפ?
ווי אזוי קען זיין אז האסט נישט געוויסט פון מדינת ישראל - איז עס נישט אייביג אין די נייעס?
ישר כח. וואו אזוי איז עס אריין אין קאפ... איך האב נישט קיין מושג. פליצלינג אריין געפאלן גלאך נאך מיין תפילה.
נישט געהערט פון מדינת ישראל - איך דענק הערן גארנישט דערפון. אפשר ס׳געווען א פאר מעשיות דערפון אויפן נייעס, אבער איך דענק נישט - ווייל די מדינה איז געווען פאר מיך סתם א קליינע גארנישט. איך רעד יעצט צו דיך וועגן מדינת בענין - גייסו עפעס דענקן פון דעם אין א פאר וואכן ארום?
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:18 pm
דורך yachad
פרייוויליג האט געשריבן:נשתוממתי פון דיין געשיכטע. איך ווער אייביג זייער איבערגענומען פון גר-געשיכטעס. עס איז זייער עמאצינעל פאר מיך.
דיין אידיש איז גאר פיין. וויאזוי האסטו זיך אויסגעלערנט אזוי פליסיג אידיש? איז עס געווען שווער?
אין ענגליש זאגט מען - אריין טאנצן אינעם טיפן עק וואסער. אין ירושלים האב איך נישט געהאט קיין ברירה. אין מאנטשעסטער האט יעדער איינער געקענט ענגליש, ממילא אונז האבן גערעדט ענגליש.
אין ארץ ישראל ווען זיי נאר קענען אידיש, איך מוז עס לערנען. און קיין ספרים - פשוט נאכגעמאכט דער וועג ווי אזוי מ׳רעדט.
שווער.... ס׳געווען שווער ווען די מענטשן וואס פראבירן דיך אויסצילערנען די מיינונג קענען נאר אידיש, אבער סוף כל סוף עס האט מיך זייער א סך געהאלפן.
יעצט גראדע ס׳איז גרינגער צו רעדן אידיש פון מיין מאמע לשון ענגליש.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:19 pm
דורך yachad
נולד מאוחר האט געשריבן:סלייגט זוך נישט אויפן שכל אז דורך די טריפהנע אינטערנט זאל איינער נתקרב ווערן צים אמת צי אידשקייט.
דער אינטערנעט איז געווען מעין בעסטע חברותא. אלע הלכות האב איך געלערנט פונעם קאמפיוטער. דער אינטערנעט איז א מורא׳דיגע זאך. ס׳איז דא אבער א סך שטיתים אויף דעם, ולכן מ׳דארף א פילטער.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:03 pm
דורך קנאק-יענקל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:16 pm
דורך ביבער
yachad האט געשריבן:лпم iοوԴ האט געשריבן:Wow!
What a story!!!
באמת זייער אינספייערינג.
ווי אזוי איז אידישקייט בכלל אריינגעקומען אין דיין קאפ?
ווי אזוי קען זיין אז האסט נישט געוויסט פון מדינת ישראל - איז עס נישט אייביג אין די נייעס?
ישר כח. וואו אזוי איז עס אריין אין קאפ... איך האב נישט קיין מושג. פליצלינג אריין געפאלן גלאך נאך מיין תפילה.
נישט געהערט פון מדינת ישראל - איך דענק הערן גארנישט דערפון. אפשר ס׳געווען א פאר מעשיות דערפון אויפן נייעס, אבער איך דענק נישט - ווייל די מדינה איז געווען פאר מיך סתם א קליינע גארנישט. איך רעד יעצט צו דיך וועגן מדינת בענין - גייסו עפעס דענקן פון דעם אין א פאר וואכן ארום?
Sent from my iPhone using Tapatalk
אבער אידישקייט איז לכאורה יא געליגן ערגעץ אין דיין סוב-קאנטשעס בפרט אז דו האסט געלערנט נוצרות און איסלאם וואס ביידע שטאמען פון אידישקייט איז לא ימלט אז דער ענין זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט. בכל אופן איז עס אינטערעסאנט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:38 am
דורך ווייל אזוי
[tag]yachad[/tag] ווי קומט צו דיר אזא שיינע נאמען ?געווענדליך געט מען אברהם בן אברהם ניין ???
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:31 pm
דורך הרב_שלום
אלס גוי האט ער געהייסען Jack וועגן דעם הייסט ער יעקב, חיים ווייל יעצט האט ער די ריכטיגע לעבן, אבראמאוויטש ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:09 pm
דורך קאצקע ציקער
הרב_שלום האט געשריבן:ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
וואלט ער געדארפט הייסן יצחק..
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 6:46 pm
דורך שושן פורים
קאצקע ציקער האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
וואלט ער געדארפט הייסן יצחק..
מיין מלמד פלעגט זאגן אז אין א געוויסע שפראך מיינט וויטש א קינד, פון דארט קומט אבראמאטוויטש, איצקאוויטש, מענדלאוויטש, און אין אנדערע מקומות אייזיקסאן , מענדלסאן, דאווידזאן וכדומה,
דערווייל האט איהם קיינער נישט אפגעפרעגט
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 8:13 pm
דורך yachad
ביבער האט געשריבן:yachad האט געשריבן:лпم iοوԴ האט געשריבן:Wow!
What a story!!!
באמת זייער אינספייערינג.
ווי אזוי איז אידישקייט בכלל אריינגעקומען אין דיין קאפ?
ווי אזוי קען זיין אז האסט נישט געוויסט פון מדינת ישראל - איז עס נישט אייביג אין די נייעס?
ישר כח. וואו אזוי איז עס אריין אין קאפ... איך האב נישט קיין מושג. פליצלינג אריין געפאלן גלאך נאך מיין תפילה.
נישט געהערט פון מדינת ישראל - איך דענק הערן גארנישט דערפון. אפשר ס׳געווען א פאר מעשיות דערפון אויפן נייעס, אבער איך דענק נישט - ווייל די מדינה איז געווען פאר מיך סתם א קליינע גארנישט. איך רעד יעצט צו דיך וועגן מדינת בענין - גייסו עפעס דענקן פון דעם אין א פאר וואכן ארום?
Sent from my iPhone using Tapatalk
אבער אידישקייט איז לכאורה יא געליגן ערגעץ אין דיין סוב-קאנטשעס בפרט אז דו האסט געלערנט נוצרות און איסלאם וואס ביידע שטאמען פון אידישקייט איז לא ימלט אז דער ענין זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט. בכל אופן איז עס אינטערעסאנט.
איך האב געלערנט אז ס׳געווען אידן 2,000 יאהר צוריק מיט א בית המקדש. נישט געוויסט אבער אז ס׳איז דא אידן אין היינטיגע צייטן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 8:14 pm
דורך yachad
הרב_שלום האט געשריבן:אלס גוי האט ער געהייסען Jack וועגן דעם הייסט ער יעקב, חיים ווייל יעצט האט ער די ריכטיגע לעבן, אבראמאוויטש ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
*Jacob
און איך הייס נישט אבראמאוויטש. איך הייס דנציגר.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 8:15 pm
דורך yachad
ווייל אזוי האט געשריבן:[tag]yachad[/tag] ווי קומט צו דיר אזא שיינע נאמען ?געווענדליך געט מען אברהם בן אברהם ניין ???
יעקב ווייל איך האב געהייסן Jacob, חיים ווייל נאר דער אידישע לעבן איז עכטע לעבן. און דנציגר ווייל איך בין איינגעשטאנען מיט משפחת דנציגר, און געווארן זייער גוט מיט זיי.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 8:17 pm
דורך yachad
שושן פורים האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
וואלט ער געדארפט הייסן יצחק..
מיין מלמד פלעגט זאגן אז אין א געוויסע שפראך מיינט וויטש א קינד, פון דארט קומט אבראמאטוויטש, איצקאוויטש, מענדלאוויטש, און אין אנדערע מקומות אייזיקסאן , מענדלסאן, דאווידזאן וכדומה,
דערווייל האט איהם קיינער נישט אפגעפרעגט
גערעכט, אבער הייס איך נישט אזוי. מיין משפחה נאמען איז דנציגר.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
הרב_שלום האט געשריבן:אלס גוי האט ער געהייסען Jack וועגן דעם הייסט ער יעקב, חיים ווייל יעצט האט ער די ריכטיגע לעבן, אבראמאוויטש ווייל ער איז די זוהן פון אברהם אבינו
הרב שלום: איך קען עטליכע משפחות פון גרים אדער בני גרים וועלכע הייסן עיברעמסאן...!
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:30 pm
דורך סאשי פיש
.
Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:31 pm
דורך סאשי פיש
יעצט אין די מאמענט
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
באקומען א מעסעדזש:
יעקב חיים דאנציגער גר צדק חתן!!
מזל טוב הרב [tag]yachad[/tag]!!!
זאלט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א אידישע שטוב מיט דורות לשם ולתפארת!
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 12:34 am
דורך שמעון וואלף
מזל טוב, מזל טוב
ווער איז די כלה?