בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:52 pm
דורך קרעקער
דע קיען גייען אבער קודם צי א רבי פרעגען צי ועלכע דאקטאר מזאל גיין צי מזאל בכלל גיין צי א דאקטער
סא דארף דע רבי יא ויסען

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:דע קיען גייען אבער קודם צי א רבי פרעגען צי ועלכע דאקטאר מזאל גיין צי מזאל בכלל גיין צי א דאקטער
סא דארף דע רבי יא ויסען


קיען???

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:16 pm
דורך קרעקער
דע ואס גייען צי דיין רבי'ס ברידער (שואגער אדער סתם קאמפעטישאן מיט ועם ער שלאגט זיך) פאשטייסטי אז זיי זענען קיען?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:19 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:דע ואס גייען צי דיין רבי'ס ברידער (שואגער אדער סתם קאמפעטישאן מיט ועם ער שלאגט זיך) פאשטייסטי אז זיי זענען קיען?


ניין.
אפילו איך וואלט נישט פארשטאנען וואס זיי טוען, וואלט איך זיי נישט אנגערופן קיען.
זיכער נישט אין די 9 טעג

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:07 pm
דורך געפילטע פיש
פונקט פארקערט, אין די ניין טעג שמעקן זיי די ענליכסטע צו קיען.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:19 pm
דורך יואליש
איך גיי נישט צו קיין רביס, אבער כ'גלייב נישט אז א נארמאלע רבי וועלכע האט זעלבסט א שטוב מיט קינדער און א מענטשליך הארץ קלאפט אין אים וועט גיין געבן עצות איבער לעבן און טויט. אפשר בין איך איגנארענט וויאזוי די רביס ארבייטן.

לויט ווי איך פארשטיי גייט מען צו א רבי אלס 1) דאגה בלב איש ישיחנה, 2) אין חבוש מתיר עצמו און מענטשן גלייכן ווען איינער נעם'ט זיי אוועק די דאגה פון ברויכן מחליט זיין, 3) בנוסף צו דעם הערט א רבי זיך אן מיט א גרויסע רעינדזש פון פראבלעמען און ממילא איז מעגליך אז ער קען שיקן צו א צווייטער וואס האט געהאט אן ענליכע פראבלעם, אזוי ווי א רעפערעל עזשענסי. דאס הייסט מ'גייט צו א רבי ווייל מ'גייט צו א רבי (און אזוי ארום מיט דער צייט באקומט דער רבי עקספערינעס אויפן בארד פון די חסידים....)

מענטשן וואס זענען אין א צרה ברויכן איינעם מיט וועם צו רעדן. די ראלע קען א קליגער עלעקטערישן און פלאמבער אויך שפילן. דער חלק פון די אדמורות, פון זיך אריינטוהן אין מענטשען'ס פראבלעמען און פרובירן צו העלפן (נישט הימליש, נאר פראקטיש מיט לאגיסטיקס) איז די איינצוגסטע שיינע זאך וואס איז איבערגעבליבן ביי אדמורי"ם, אין מיין מיינונג. ויש מקום לחלוק.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:56 pm
דורך פריינדליך
יואליש, די האסט זייער גיטע פוינטס, אבער זייט וויסען אז עס זענענן דא טויזענטער חסידים וואס לעבען א העפי לייף און זיי האבן א רבי מיט וועם זיי רעדן זיך אדורוך און זיי גלייבען און פאלגען זייער רבי און זיי זעען הצלחה, עס איז א מציאות מענטשן גלייבען דערין און מענטשן פראקטעצירען עס,

ביי די ליטווישע ווערט עס לעצטענס מער און מער איינגעגעסן אנגעהויבן האט זיך מיט זייער ערשטען רבי'ן הרבנית קאניעווסקי ז"ל פון דארט איז עס געגאנגען צו יבלחט"א איר מאן און טאכטער, די זעלבע איז מיט באבוב 45 און חסידי מוהר"א און קלז"ב אר"י,