בלאט 2 פון 2
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:25 pm
דורך פליקער
בעליוו מי, בעליוו מי, בעליוו מי, וכן הלאה, ער איז פאר פייער וגם וואסער, שאן העניטי, קייניר קאלט נישט שאן העניטי, איך האב געקאלט, אויב איינער וועט קאלן שאן העניטי, בעליוו מי, איי העוו עי בעטער טעמפערמענט.....
זי שניידט שטיקער,
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:48 pm
דורך נעגעל וואסער
כ'האב נאר זוכה געווען צו זעהן די צווייטע חלק. פוי איז טראמפ געווען פארלוירן אין מיינע אויגן. זיך געמוזט פארענטפערן כסדר, און אייביג אוועקגעפארן פון די נושא. און יא, הילערי האט די לוקס צו זיין פרעזידענט, נישט ער..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
ערשטע האלבע שעה: טראמפ שטארק אויף מעסעזש און פרעזעדענשיל. רייסט שטיקער פון הילערי.
איבריגע שעה: הילערי ווארפט שטיקער פלייש בעיט צו דאנאלד, ער ווארפט זיך אויף דעם ווי א הונגעריגע וואלף וואס לאזט נאך זיך בלוט פלעקן. זי האט ווארשיינדליך געזען יעדע פריימערי דעבאטע, און זיך געלערנט וויאזוי אנצוציען טראמפ.
הילערי האט נישט אזוי ווייט געווינען, ווי טראמפ האט פארשפילט ביים ענדע.
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:35 pm
דורך גר ותושב
אוי איז דאס געוועין א דיבאטע צום וואטשען!
אנגעהויבן גאנץ פיין מהאט זיך צעפראסקעט אויף א מיעסע פארנעם טראמפ מיטן פארשטאפטן נאז רעדט אריין ווי ער קען מיט זיין אויפגערעיגטע גרינמאסן בשעת ווען הילערי מיטן שמייכעל שנייט צוריק שטיקער.
למעשה דארף מען אריבער גיין די גאנצע דיבעיט אלע נושאים ווער איז גערעכט אויף די פאקטן און ווער איז ארויס די געוואונער פער יעדע אישו אפשר מארגן ווען איך מער מאריך זיין למעשה בכלליות איז הילערי ארויס די קלארע געוואונער היינט נאכט יא איך פארשטיי אז יש אומרים אז טראמפ איז געוועין גענוג גוט פאר זיינע שטיצער אבער איך מעסט עס אויף א אנדערע אויפן יעדער ווייסט אז אין ביידע פארטייען זענען דא אומצופרידענע פארטיי מיטגעלידער וואס ביי די עלעקשענס וואלטן זיי נישט געגאנגען וואוטן אדער וואלטן זיי געסוויטשט זייט און ביי די רעפאבליקאנער וואס שטיצען נישט טראמפ האט טראמפ גארנישט אויפגעטוהן מה שאין כן הילערי האט זיך פארזיכערט איר פארטיי דאס איז מיין אפיניען.
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:58 am
דורך קלוגע יודל
למעשה, וויפיהל קוקערס זענען געוועהן?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:39 am
דורך פרייוויליג
קלינטאן האט אויסגעשפרייט א טרעפ און טראמפ איז אריינגעטאנצן אין דעם. זי איז א רוח פון א דעבאטירער.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:40 pm
דורך ישראל גלויבער
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:06 pm
דורך גר ותושב
ישראל גלויבער האט געשריבן:https://vine.co/v/5rzQgHFU6zO
ממש אזוי צופרידן ביסטו פון דיין קאנדיטאט אז די קליפ לייגסטו ארויף אויף דריי אשכולות?
אה איך פארשטיי שוין דאס איז אפשר געוועין די איינציגסטע סוקסעס פון דאנאלד נעכטן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:34 am
דורך [NAMELESS]
קלוגע יודל האט געשריבן:למעשה, וויפיהל קוקערס זענען געוועהן?
"נאר" 80 מיליאן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:46 pm
דורך ליפא
אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:43 am
דורך הוגה
ליפא האט געשריבן:אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
ביטע לייג א קליפ אדער א לינק צו א קליפ. יישר כח.
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:10 am
דורך טרויבן88
ליפא האט געשריבן:אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
מסתם איז דאס געבראטענע טראמפ שטיתים. אבער אן אלעקס דזאוןס פראדאקטיאן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 7:32 am
דורך ליפא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=14GvS9O0zhY[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:51 am
דורך פרייוויליג
העניך האט געשריבן:פאטעטיש.
[tag]ליפא[/tag], כ'האף אז דו גלייבסט נישט די נארישקייטן.
זעלבסט פארשטענדליך נאכן מיאוס פארלירן די דעבאטע, קומען די בהמישע טראמפ סעפארטערס ארויס מיט אלע שטותים והבלים און אילוזיעס. די ווייטאג זעט זיך ארויס זייער שטארק פון די וויסטע קאנספעראציעס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 10:40 am
דורך [NAMELESS]
אומגלויבליך!!! מען זעט ביים איבערקוקען די דיבאטע, ווי טראמפ ווינקט זיך מיטן מאדירעיטאר. יעדעס מאל טראמפ טרינקט א גלעזל וואסער - ווי ליטעל מארקו - קומט אים די מאדירעיטאר צו הילף.
#שאקינג_דזשאונס_winning_online_polls
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 12:30 pm
דורך פרייוויליג
עס גייט אסאך טיפער. יעדעס מאל טראמפ סניפט מיט די נאז, שיקט ער א סיגנעל צו די מאדערעיטער אז רוב פאולס האבן שוין סייווי געוואוט אז ער האט געווינען, סא סאיז אשאד פארצוזעצן ווייטער די דעבאטע..
Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:11 pm
דורך כלבאשבוע
די פריערדיגע וידיאו איז נעריש, דאס איז שוין יא אביסל פארדעכטיגט:
https://vimeo.com/184885431די פראבלעם איז אז ער איז אידענטיפיצירט געווארן אלץ א NBC איינגעשטעלטער און נישט א הילערי געהילף.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0i6tf7KP-Kw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:34 pm
דורך דולה ומשקה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:57 pm
דורך פרייוויליג
כגעדענק נאך די ערשטע דעבאטע אין 2012, האט מען אויך באשולדיגט ראמני פארן ארויסנעמען א נאטיץ ביכל און עס נאך די דעבאטע געקומען אפנעמען.
געווענדליך די אלע וואס פארלירן קומען אויף מיט די אלע נארישע דמיונות. ווייל אויב האסטו געווינען דאן פארוואס ספינען?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EnaDujgSjBU[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט אייך געראטן צו עפענען א באזונדערע אשכול ווי מען קען אויסשמועסן די שטוינענדע באווייזן אז:
הילערי האט א ווייער אויף איר רוקען.
הילערי האט אייזענעס אין איר טאש.
הילערי האט א מאשינקע אין איר לינקע אויער.
הילערי האט א פארגעשריבענע ליסט פון זיינע שאלות מיט די תירוצים.
הילערי האט פיר דאפעלטע ווייל, דא האט זי נישט קיין צוקנייטשטע האלדז.
הילערי האט פיר דאפעלטע ווייל, דא האט זי א ברייטערע שמייכל.
הילערי חונפ'ט איר שונא אבאמא ווייל זי האפט אויף א פארדאן.
הילערי איז דעפענעטלי טויט.
אבאמא איז געווען געבוירן אין קעניע (ביז א וואך פאר די דעבעיט).
אבאמא האט די זעלבע קריצן אויפן פינגער ווי בין לאדין.
אבאמא האט אויפגעשריבן אויף זיין רינגעל געטריישאפט צו איסלאם.
אמעריקא האט געקראכט די צווילינג טורעמעס.
בוש האט ארלעדיגט קאטרינע.
Hiv איז ערפינדן ביי די סי איי עי אויסצוהארגענען טייל פון די בריאה.
יעדער טעלעוויזשאן פארמאגט באהאלטענע קעמרעס דיר נאכצוקוקען (וואסארא ספעגעטי דו עסט).
Rafael Cruz האט געהאלפן ארלעדיגן קענעדי.
געזען 'טויזענטער' אראבער טאנצען אין ניו דזשורסי 9/11.
אייסיס צאלט די פאון בילס פון די סיריער פליטים.
סיריער פליטים ווערן געזעצט דווקא אין gop קאנטראלטע שטאטן.
ליובאוויטשער רבי האט א לעגאלער יורש.
רעכניץ האט אונטערגעקויפט קאווע שטיבל פירערס.
וואס נאך? אה... די פערפעל סוחרים האבן עס דיירעקט א נאמען געגעבן פערפעל, צו קענען מאכן אפאר דאלער פון פארפאלען לאזען עבירות.
[tag]פרייוויליג[/tag] וואס זאגסטו?