בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 12:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
איר האט שוין אוודאי געזען די שבת גוי ווידיאוס וואו יואלי לעבאוויטש און בערי וועבער האפקן אריין אורך ימים אשבעהו. אויב האט איר געמיינט אז ס'איז געוואלדיג זענט איר גערעכט. כונות ארי' און השגות אינדערזייט, דאס איז נאקעטע ריינע אידישע פשוטע הרגשה פון קרבת ה', פארפאקט אין א געפיל פון אחדות צווישן אלע באטייליגטע וואס איר האט נאך נישט געזעהן. דא ווערן אלע לעבעלס פון אלע קרייזן פארברענט אינעם פייער פון אחדות, אהבה און שמחת יום טוב. לכאורה וועסטו דא גוט אריינפיטן אויב ביסטו א קארלירטער חסיד. אויב ביסטו א שווארץ/ווייסע חסיד גיב אכטונג אויף דיין נשמה, ווייל דו וועסט פון דעם עקספירענס אביסל פארפלעקט ווערן מיט א פלעק אדער צוויי פון הערליכע קאליר. וועלקאם צום ביהמ"ד משולם פייש/יואלי לעבאוויטש'ס מנין. מאך צו דיינע אויגן, לאך פון די וועלט, שפרינג ווי א קינד ווייל קיינער גיבט נישט דא א דעמם איבער די סייז פון דיינע זאקן אדער די קאליר פון דיין קאפל.

אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתו, אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי.... אורך ימים אשביעהו
---

ביי קריאת התורה דערציילט מיר א מיטל יעריג איד א סוד אז ביי ר' מוטה פראנק איז אפן די טיר. מ'קען דארט עסן די סעודות און פארברענגן מיט די מצב. ער איז מיר שטארק מציע אויסצוטשעקן די פלאץ. עמער זעען ביינאכט איז מיין תשובה, און א יישר כח. ס'איז אויך דא גוט צו עסן איז ער ממשיך, מוזט עס אויסטשעקן. אקעי, זאג איך אים, כ'וועל עס אויסטשעקן ביינאכט.

נאכן אפכאפן א סעודה אין שיינער'ס שאטער בין איך ארומגעלאפן צו אפאר שיינע שיעורים און קומזיץ'ן, עד שהגיע זמן תשליך.

א געשטופעכטץ טוט זיך אין די גאסן פון אומאן. טויזענטער שטופן זיך אראפ די בארג צו תשליך. בעת די פרענקן לאזן נאך זיך א שמעק פרפיום, לאזן די ירושלים'ער נאך זיך א שמעק פון טאבאקא רויעך. אזא געפיל פון עליית הרגל כאפט מיך אן... די געשמאק קען מען נישט אין ווערטער לייגן ווייל די פאפיר וועט זיך צולאזן פון די ווארימע געפיל איך האב ביי מיר אין הארץ. די מחזה האט מיר באמת באנומען פון קאפ ביז פיס. פון איינעם א זעץ און פון יענעם א שטויס, אבער ווער קערט ווען מיר אלע ברודער גייען אזוי שיין באחדות אויף איין וועג צו טוען די זעלבע זאך.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 12:40 pm
דורך ליפא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
ביי קריעת התורה דערציילט מיר.

אוי אזוי ווייט פארקראכן זענען זיי שוין?

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 12:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
חחחחחחח :lol:

פאראכטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 2:42 pm
דורך איך אויך
דא איז די קליפ. ביי 0:06 זעהט מען ר' שלמה קארלבאך.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c-7hmGh3YD0[/youtube]

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 5:48 pm
דורך לית דין בר נש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אזא געפיל פון עליית הרגל כאפט מיך אן... די געשמאק קען מען נישט אין ווערטער לייגן ווייל די פאפיר וועט זיך צולאזן פון די ווארימע געפיל איך האב ביי מיר אין הארץ. די מחזה האט מיר באמת באנומען פון קאפ ביז פיס. פון איינעם א זעץ און פון יענעם א שטויס, אבער ווער קערט ווען מיר אלע ברודער גייען אזוי שיין באחדות אויף איין וועג צו טוען די זעלבע זאך.

דאס האסטו היינט געשריבן אדער גלייך נאך ראש השנה און פשוט יעצט געפאוסט?
איך קען נישט גלייבן אז א האלב יאר שפעטער זאלסטו נאך קענען שרייבן מיט אזאנע געגועים, חוץ אויב איך ווייס נישט what I'm missing

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 5:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי קען מען פארגעסן אומאן.. כ'טראכט פון דעם כמעט יעדן טאג און די געפילן זענען נאך דא.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 5:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
און אומאן האט מיר א גוטע איד געזאגט אז דו וועסט זעען, די רבי וועט דיך נאכלויפן א גאנצן יאר... כ'האב מורא אז די כונה איז געווען אז ס'וועט מיר נעמען א יאר צו ענדיגן שרייבן. :lol:

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 8:04 pm
דורך מפוזרי
לית דין בר נש האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אזא געפיל פון עליית הרגל כאפט מיך אן... די געשמאק קען מען נישט אין ווערטער לייגן ווייל די פאפיר וועט זיך צולאזן פון די ווארימע געפיל איך האב ביי מיר אין הארץ. די מחזה האט מיר באמת באנומען פון קאפ ביז פיס. פון איינעם א זעץ און פון יענעם א שטויס, אבער ווער קערט ווען מיר אלע ברודער גייען אזוי שיין באחדות אויף איין וועג צו טוען די זעלבע זאך.

דאס האסטו היינט געשריבן אדער גלייך נאך ראש השנה און פשוט יעצט געפאוסט?
איך קען נישט גלייבן אז א האלב יאר שפעטער זאלסטו נאך קענען שרייבן מיט אזאנע געגועים, חוץ אויב איך ווייס נישט what I'm missing

וואס דו טוסט מיסן איז רויטע'ס נפש רגישה. נישט יעדער האט נאך אזעלכע געפילן נאך א האלב יאר. (און אפילו בשעת מעשה אויך נישט)

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 12:28 am
דורך רויטע וואנצעס
צווישן צוויי גרויסע בערג, איינע באצירט מיט בנינים, דער צווייטער באוואקסן מיט נאטורליכע גרינס, שטייט א שווארץ-ווייס קעפיגע עולם ארום די טייך וואס איז פארמירט אינעם טאל. עלטערע פארטיפט מיט ערנסטקייט אין זייערע תפילות, יונגערע שטיפן ארום ביים וואסער, אבער אלע זענען דא. בילדער פון פארגאנגענע הריגות שפילן זיך אפ פאר די אויגן. אט אין דעם טייך האט מען אריינגע'שחט'ן טויזענטער פון אונזערע אידישע ברודער. זייער בלוט שרייט יעצט ביז'ן כסא הכבוד, אז גאט זאל מוחל זיין זייערע אייניקלעך וואס בעטן יעצט פאר תשובה דא ביי תפלת תשליך.

די זון פארלירט צוביסלעך איר גאלדענע צענטער, אבער אירע רויטע עקן ביי די בערג שפיצן שניידן אריין אין די אויגן ביז'ן הארץ. די שקיעה שטראלן דערוועקן דעם נפש אויף תשובה און אויף קבלה לעתיד. אירע שטראלן פאררויטלען דעם טייך און עס דאכט זיך אז די בלוט פון די קדושים גיסן זיך פון פריש. א טויט שטילקייט הערשט דא בעת די עולם טשעפשעט ערענסטערהייט די קליינע אותיות ביים שטילן טייך.

איר זענט אין אומאן ביי תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה נאך מנחה.

דאס איז נאר א טיילווייזע אמת.

אייער גוף איז טאקע דארט ביים טייך, אבער אייער מחשבה איז ווייט אוועק אין אייער טעגליכן לעבן אין די מגושמ'דיגע גאסן פון ברוקלין. איר פרובירט צו טראנספלאנטירן די שטילקייט און העכערקייט אהין. איר פרובירט מאכן א כלי פאר די געפילן איר שפירט יעצט דא ביים תשליך, און זיי אריבערברענגען צו אייער טעגליכן לעבן, ווייל איר זענט אויסגעהונגערט פאר די רואיגקייט און ריינקייט מ'שפירט דא.

אויפ'ן וועג צוריק פון תשליך איז דער עולם שוין אביסל לויזער. מ'לויפט ארויף די בארג ווי קינדער נאכן אדורכגיין א שווערע פארהער. יעדער איינער מיט א הארץ פון שמחה אז מ'האט אויסגע'פועל'ט ביי תשליך און מיט האפענונג אז מ'וועט באקומען א גוטע אויסצייכנונג צום נייעם יאר.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 8:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואו גייט מען דאווענען מעריב היינט נאכט ליל שני דראש השנה? ס'פעלט נישט קיין מנינים אבער איך זיך עפעס אינדרויסן פון קעסטל. א חבר זאגט מיר צו גיין דאווענען ביי די ירושלימער מנין "נקודה טובה". צו טרעפן די מנין איז מיר געווען שווערער ווי טרעפן א "נקודה" אויף א מאפע. טאקע ממש אין געגענט אבער פארשטעקט און באהאלטן אין א זייטיגן הויף, אבער נאך א האלבע שעה האב איך דעם נקודה טובה געטראפן. "נקודה טובה" איז א גאר אינטערעסאנטע מצב. א חלק עולם זענען חניאק'שע מאה שערים חברה, א חלק מתנחלים און די רעשט א געמישעכטס פון טונא בייגלעך און קארלבאך היפיס.

ס'איז שוין טונקל אינדרויסן, אלע מנינים דאווענען שוין, אבער דא קאכט א חניאק'שער ביים שטענדער מיט זיינע פרישע חידושים אין תורת רבי נחמן, בעת אפאר היפיס שלאפן דארט טיף אויף די בענק נאך א געמיש פון טשולענט און מאריכונא האט אטאקירט זייער פארדייענגס סיסטעם. דארט אין ווינקל שמועסן אפאר לצים און ביים אנדערן עק לערנען צוויי חשבוע אינגעלייט גמרא און תוספות. דער בעל דרשן הירזשעוועט מיט זעלבסט התפעלות, בעת איינער האקט אים איבער אז ס'איז צייט צו דאווענען מנחה...

מנחה געדאווענט, אפגעפלאמט א יום טוב מעריב און מ'גייט זוכן דעם ר' מוטה פראנק קרעמל ערגעץ נעבן די לעיק.

נאכן ארויפגעקלעטרן דער מאראסטיגן בארג האט זיך אנטפלעקט דעם הערליכן "האש שלי" היכל וואס מ'האט געבויעט פאר פראנק והחברה. באמת א מייסטערווערק פון א זאל. די גאנצע בנין איז האלץ געשניצט און געפיצט מייעסטיש. דער זאל איז שמאל און לאנג מיט געדעקטע טישן, און אויף ביידע זייטן - פאר די וואס האבן נישט פלאץ ביים טיש - בענקלעך געמאכט אויף א שטאם פון א בוים. אויבן אן שרייט אין גרויסע רויטע אותיות "האש שלי", און הערליכע הענג לייכטער צאצקען שאטענעס אויף די ווענט ארום. א קומזיץ מצב ווי נישט זיין גלייכן.

אינדרויסן אין פראנט פון זאל ברענען דריי גרויסע קעמפ פייערס וואס באלייכטן די גאנצע ארום און ווארימט די וואס קומען ארויס דא טשילן. פון די בארג דא אויבן זעהט מען אומאן און די גאנצע ארום גאר גוט. די פייער שפילט מיט די געפילן און פארשלעפט מיר אין א שיכור'ע דמיון..

רבותי! איך וויל אריינווארפן מיין פאספארט אינעם פייער און בלייבן דא!

ר' מוטה שרייט און וויינט מיט תורת ר' נחמן. ר' מוטה שפריצט אהבת ישראל, און ר' מוטה שמועס מיט'ן עולם אין א הארצרייסענדע שטימע פול מיט חיזוק, תיקון המדות און תשובה. א קומזיץ טוט נאכפאלגן ווי דער עולם זינגט עפעס הימל'יש. די זאל ווערט פולער און פולער מיט פילע נייגעריגע אויערן וואס זענען דא פארכאפט געווארן ביים דורכגיין פארביי. יעדער ווערט מיטגעשלעפט אזאש א תשוקה צום ציון כאפט יעדעם אן און מ'קלייבט זיך אריבער צום ציון וואו א ריזיג עולם פארעמט א רינג אין בנין הציון הק' ביי א שטייעדיגע קומזיץ. אלע לייגן האנט אויפן צווייטענס פלייצע און מ'פארגייט אין געזאנג און געבעט וואס צושאקעלט מיט גרודער די געווענדליכע שטילע טונקלע פארטאגס שטונדן...

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:32 am
דורך גר ותושב
שוין סמוך ונראה צו ראש השנה תשע"ח און @רויטע האט נאכנישט גענדיקט די פאריאריגע באזיך.
@רויטע פארסט היי יאר?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:11 am
דורך רויטע וואנצעס
ווער קומט מיט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:21 pm
דורך לבי ובשרי
איך בין אינטערסאנט פאר דיר?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
א פראגע? נו וודאי. אלע זענען וועלקאם אין אומאן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:57 pm
דורך לבי ובשרי
איך קום מיט מיט א תנאי קודם למעשה, ווי פאלגענד:
היות עס געפינען זיך דארט מערערע אוהלים, שאטער'ן, קלויזן, שייטער-הויפנ'ס וכו', און עס הערשט דארטן אן אבנארמאלע מרקחת און בלבול המוחות, דעריבער בין איך מסכים מיטצוקומען, און מעגליך דיר אפילו צאלן די שפעזן, נאר, אויב נעמסטו מיר מיט אונטער דיין פארטוך, און דו וועסט מיר אנוויייזן על כל צעד ושעל וואו זיך אהינוצטוהן.
אויב ביסטו מסכים צו די אויבנדערמאנטע קען מען שוין איינהאנדלען די בילעטן...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:00 pm
דורך קורקלענד
מ'גייט מאכן א קאווע שטיבל מנין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:05 pm
דורך לבי ובשרי
קורקלענד האט געשריבן:מ'גייט מאכן א קאווע שטיבל מנין?

קלערסט מען זאל מאכן א שאטער ענקי בראשות רויטע וואנצעס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:דא איז די קליפ. ביי 0:06 זעהט מען ר' שלמה קארלבאך.

ר' אמנון יצחק וועט שוין מאכן מטעמים פון דעם...