[center]אות ה':
בביאת משיח, און לעתיד לבוא, צו וועט אנגיין איסור נדה אדער נישט?[/center]איך האב שוין געשריבן אביסל איבער טומאת נדה לעתיד לבוא, במשנת הרב קוק, אבער באמת ווען מיר קריכן אביסל אריין אין דעם, דערזעט מען זיך מיט א נייע געביידע, וואס מאכט טראכטן אז ס'איז טאקע נישט אזוי פשוט.
לאמיר אנהייבן מיט גאר אן אינטרעסאנטן אגדה (מסכת שבת ל' ע"ב):
"יתיב ר"ג וקא דריש, עתידה אשה שתלד בכל יום, שנאמר (ירמי' לא, ז): הרה ויולדת יחדיו". פירש"י:
"ביום שהרה זה יולדת ולד אחר כמו תרנגולת, וכיון שמשמשת בכל יום נמצאת יולדת בכל יום" וכו'. די מפרשים מוטשענען זיך צו פארשטיין, וויאזוי די גמרא קען זאגן אז זי וועט משמש זיין טאג טעגליך און האבן קינדער טאג טעגליך, לכאורה ווערט זי דאך טמא נאכן האבן נעכטן א קינד בטומאת יולדת, נו וויאזוי קען זי היינט פון פריש משמש זיין?!
גראדע איז אינטרעסאנט, אז דער של"ה (תושב"כ סו"פ ויצא) איז טאקע מפרש דאס וואס זי וועט האבן קינדער 'כמו תרנגולת', אז די כוונה איז אז פונקט ווי א תרנגולת לייגט עטליכע אייער דורכן ווערן מעוברת איין מאל, און פון די שלל ביצים קומט יעדן טאג ארויס נאך אן איי, אזוי וועט די זרע הבעל מוליד זיין קינדער און קיין טיפה וועט נישט קיין לבטלה, און זי וועט האבן אסאך קינדער פון איין מעשה עיבור, אבער די כוונה איז נישט אז מ'וועט יעדן טאג פון פריש משמש זיין און מוליד זיין. דער גר"א אין זיין פירוש אויפן אויבנדערמאנטן גמרא, זאגט אויך אזוי.
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי – הרמ"מ, איז אויך אזוי מסביר די כוונת הגמ', וז"ל
(אגרות קודש חכ"ג, ע' רצ"ו. עס איז אויך געדריקט געווארן אין זיין בארימטן 'לקוטי שיחות' חי"ב ע' 178):
"להערתו איך אפ"ל תלד אשה בכל יום, כיון שאיסור טומאתה לא ישתנה, הרי באווארענט שם על אתר והוסיף 'מביאה אחת'. ועי' עוד פי' בלקוטי הש"ס להאריז"ל, והצ"צ במילואים לתהלים (כ, י), ודלא כחדא"ג מהרש"א" (זע אויך אין ספר 'שיעורים בספר התניא' (אגרת הקודש, ע' 1675), וואס איז אויך אזוי מסביר באריכות, ועיי"ש מה שהביא מהגמ' נדה כ"ז ע"א).
פאקטיש איז אבער שווער, אז דאס וואס ער שלאגט אפ דעם מהרש"א איז א שטיקל פלא, ווייל דער מהרש"א קומט סך הכל מסביר זיין כוונת רש"י [עיב"ד], און אויב ס'איז דא א פראבלעם – איז עס מיט רש"י זעלבסט וואס שרייבט קלאר "וכיון שמשמשת בכל יום - נמצאת יולדת בכל יום", וואס איז זיכער דלא כדבריו של הרמ"מ, און אפילו אויב זיין מהלך שטימט גוט אין די כוונה פון די גמרא, דארפן מיר אבער פארשטיין לויט רש"י'ס פשט וויאזוי דאס קען זיין.
עס וואלט געווען גרינג צו פארענטפערן, אז לויט רש"י גייט ארויף די מימרא אויף די תקופה פון 'לעתיד לבוא' וואס וועט זיין נאך תחיית המתים, וואס דאן זאגט מען דאך אז (מסכת נדה ס"א ע"ב):
"מצוות בטלות לעתיד לבוא", אבער בעפאר דעם – דהיינו אפילו נאך ביאת משיח – וועט מען נאך געהעריג מקיים זיין די מצוות
(כמש"כ ה'בעל התניא' באגרת הקודש סי' כ"ו. ועיעו' בזה בשדי חמד כללים אות מ' ס"ק רי"ח). לויט דעם וואלט מען געקענט זאגן אז די וואס האבן נישט אנגענומען רש"י'ס מהלך, איז עס צוליב דעם וואס זיי האלטן אז די גמרא רעדט פון די ערשטע תקופה ווען מצוות וועלן נאך אנגיין ווי נארמאל
(אזוי איז שטארק מסתבר, וויבאלד די פסוק וואס די גמרא ברענגט אראפ, 'הרה ויולדת יחדיו', איז א המשך פון וואס עס שטייט פריער "הנני מביא אותם מארץ צפון וגו' הרה ויולדת יחדיו", וואס גייט קלאר ארויף אויף ביאת משיח וואס וועט צאמנעמען די גלויות, ודו"ק).
אדער קען מען זאגן, אז לויט זיי איז די כוונה פונעם מימרא 'מצוות בטלות לעתיד לבוא' נישט כפשוטו אז ס'גייען מער נישט זיין קיין מצוות, נאר ס'מיינט אז מיר וועלן זיין אויף א העכערע בחינה אז ס'גייט זיין פאררעכנט אלס דבר פשוט. וכהנה יש פשטים רבים אז ס'מיינט עפעס א געוויסע נקודה און נישט כפשוטו
(וכ"כ הרבי מליובאוויטש בעצמו בספר השיחות תשנ"ב עמוד 31. לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז דער ליובאוויטשער רבי גייט 'לשיטתיה' [אגב, א זאך וואס דער ליובאוויטשער רבי האט שטארק געגליכן, ווען עס קומט מסביר זיין יסוד משנת איזה תנא. והלך בזה בדרך הגאון מראגאטשאוו]). קומט אויס אז ביידע האלטן אז ס'גייט ארויף אויפן תקופה פון נאך תחיית המתים, און די נקודת המחלוקת איז וויאזוי מ'לערנט אפ דעם 'מצות בטלות לעתיד לבוא' (מיר האבן שוין אמאל גערעדט וועגן די געדאנק, ביים מאמר אויפן לויתן, אונטערן קעפל:
"ווען וועט דאס אלס פארקומען, בעפאר תחיית המתים אדער נאכדעם?").
[center]***[/center]
אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא א בפירוש'ע מדרש וואס דריקט זיך אויס מיט אומצוויידייטיגע דיבורים. די פסוק זאגט אין תהלים (קמו, ז):
"ה' מתיר אסורים", און אין מדרש שוחר טוב דארט אויפן פלאץ שטייט בזה"ל:
"מהו 'מתיר אסורים', י"א כל הבהמה שנטמאת בעולם הזה, מטהר אותה הקב"ה לעתיד לבוא... וי"א אינו מתירן לעתיד לבוא... ומהו 'מתיר אסורים', אין איסור גדול מן הנדה, שהאשה רואה דם ואסרה הקב"ה לבעלה, ולעתיד לבוא הוא מתירה".[דער טעם הדבר שמועסן אויס די מקובלים, אז די טומאת יולדת ונדה איז א תוצאה פון זוהמת הנחש וקללת חוה, וואס לעתיד לבוא וועט נפסק ווערן זוהמת הנחש און דער וועלט וועט ווערן מתוקן, און דערפאר וועט זי שוין נישט ווערן טמא. כ"כ החסד לאברהם (
מעין חמישי נהר ל"ו), האגרא דכלה
(פ' תזריע, עה"פ "אשה כי תזריע וילדה"), הדברי יציב
(בתשובות, יו"ד סי' ק"י), והרמ"מ מליובאוויטש שהאריך בזה כמה פעמים
(עי' לקוטי שיחות חי"ד, ואתחנן ב' ס"ז, ושם בהערה. וראה גם מש"כ בח"ג ע' 983, וברשימות חוברת מ"ט ע' 13, ובספר הדרנים על הש"ס ע' תע"ח בהערה, ובשיחת י"ט כסלו תשכ"ג ס"ח)].
עכ"פ לויט דעם וואלט מען גרינג געקענט מסביר זיין די כוונת הגמ' הנ"ל, לויט די פשטות הלשון און ווי רש"י ערקלערט, אז יעדן טאג וועט מען קענען משמש זיין און מוליד זיין, און ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון טומאת יולדת וויבאלד די טומאות וועלן בטל ווערן לעתיד לבוא.
און כאטש עס זענען דא וואס ווילן זאגן, אז למעשה וועט יא אנגיין טומאת יולדת לעתיד לבוא
(בלקוטי שיחות חי"ד הנ"ל בהערה, הוסיף לכתוב בזה"ל: "וראה אגרת הקודש סי' כ"ו, שלעתיד לבוא יצטרכו לידע דיני טומאת יולדת, ואינו מזכיר טומאת נדה. וראה אור תורה בראשית עמוד נ"א". וכ"כ שם חי"ד עמוד 260. ויעו' עוד בשיחת י"ט כסלו הנ"ל שכתב שלא דיבר המדרש רק מנדה, ואף לא מאיסור זיבה. ובעצם הענין לחלק בין טומאת נדה לטומאת יולדת, עי' מש"כ הרמב"ם בהקדמתו לס' טהרות, ועיעו' שו"ת בית דוד סי' כ"ד, ועיעו' בקובץ שיעורים פסחים ט' ע"א אות ל"ט, ואכמ"ל בזה), וואס לויט דעם קען מען נישט פארענטפערן רש"י ווי אויבנדערמאנט, איז אבער זיכער לויט יעדן איינעם אז איסור נדה וועט יא נתבטל ווערן לעתיד לבוא, און טאקע ווי עס שטייט אינעם מדרש שוח"ט.
נאר דער אמת איז, אז דער מדרש איז זיך לכאורה סותר מיט זיינע אייגענע פריערדיגע ווערטער, וואו עס שטייט (סוף פע"ג) בזה"ל:
"בעוה"ז אדם הולך ומשמש עם אשתו נדה אין מי שיעכבנו, אבל לעתיד לבוא האבן זועקת ואומרת לו נדה היא". אין ספר לב חיים או"ח סי' ל"ב מוטשעט ער זיך דערמיט, און שמועסט אויס אז מ'קען נישט מחלק זיין צווישן די מדרשים אז זיי קריגן זיך אויב 'מצוות בטלות לעתיד לבוא' אדער נישט, וויבאלד מ'מוז זאגן אז אפילו דער מדרש וואס זאגט אז לעתיד לבוא וועט מען מתיר זיין איסור נדה מוז אויך האלטן אז מצוות אינן בטלות, ווייל אויב זיי זענען יא בטלות איז דאך נישטא קיין שום חידוש און רבותא מיטן דערמאנען א היתר פארן איסור נדה דווקא, ווייל אלע מצוות וועלן דאך נתבטל ווערן. אלא מאי, מוז זיין אז ביידע מדרשים האלטן אז מצוות אינן בטלות, נו וויאזוי פארענטפערט מען די סתירה אינעם דין נדה לעתיד לבוא.
האב איך געזען א תירוץ אין ספר 'ימות המשיח בהלכה' סוף סי' נ'
(פון וועם איך האב גענומען פארשידענע מקורות איבער דעם שמועס בנוגע לעתיד לבוא, ותשוחח"ל), אז מ'קען זאגן אז די ערשטע מדרש (פרק ע"ג) האלט ווי דער ערשטער שיטה וואס איז אראפגעברענגט געווארן אינעם צווייטן מדרש (פרק קמ"ו), וואס האלט אז די פסוק 'מתיר אסורים' גייט ארויף אויף איסור בהמות טמאות וואס וועט ווערן מותר, אבער איסור נדה קען ער האלטן אז ס'וועט בלייבן אסור. קומט אויס אז ס'איז נישט קיין סתירה נאר אן עמטליכער מחלוקת.
[center]***[/center]
למעשה זעען מיר, אז די אנגענומענע קו איז יא אז לעתיד לבוא וועט איסור נדה נתבטל ווערן, וואס לויט דעם קען מען צוריקקומען צו אונזער אויבנדערמאנטער שמועס, אז וויבאלד די גאנצע טומאת נדה איז באזירט אויף וואס איז געווען אנגענומען בימים הקדומים אלץ אבערגלויבן, דערפאר וועט דאס אויטאמאטיש נתבטל ווערן לעתיד לבוא.
אדער קען מען זאגן פונקט פארקערט, אז דאס איז זיכער אז טומאת נדה איז נישט באזירט אויף דעם אבערגלויבן אז ס'ברענגט קראנקייטן א.א.וו. ווי דער רמב"ן האט ערקלערט בטעם טומאת נדה, נאר עס איז באזירט אויף אנדערע טעמים וואס מיר פארשטייען נישט [לאמיר אנכאפן די געדאנק פון זוהמת נחש פאר אן אנגעבליכן טעם], וואס לעתיד לבוא וועט עס טאקע קענען נתבטל ווערן [וויבאלד די זוהמא וועט אפגעטון ווערן וכו']. משא"כ אויב די טעם וואלט געווען צוליב חשש חולי וכדומה, וואלט מען לכאורה יא געדארפט אנגיין ווייטער מיט טומאת נדה, וואס איז נישט קיין איסור מדיליה נאר א חשש סכנה.
הגם מ'קען דאס גרינג פארענטפערן לדעת הרמב"ן הנ"ל, אז לעתיד לבוא וועט נישט זיין קיין חולי, און דערפאר וועט די איסור קענען נתבטל ווערן, טאקע צוליב דעם וואס עס איז נישט קיין איסור מדיליה נאר א תוצאה פון א חשש סכנה, וואס אין א תקופה וואס מ'וועט לעבן מיט פילע ניסים וועט אויך די חולי נתבטל ווערן.
פארט אבער איז די מדרש א שטארקע ראי' צו מיין מהלך אז טומאת נדה איז נישט קיין תוצאה פון א חולי וכדומה, ווייל אויב יא איז שווער וואס איז דער חידוש פון דעם אז לעתיד לבוא וועט דער אייבערשטער מתיר זיין איסור נדה. ס'איז דאך נישט עכט דא א הסרת האיסור מעצמו נאר א הסרת סיבת האיסור, דהיינו ס'וועט נתבטל ווערן די חולי, און די איסור וועט פון זיך אליינס נתבטל ווערן וויבאלד ס'איז נאר באזירט אויפן חשש סכנה
(ואכן כ"כ להדיא הרמ"מ מליובאוויטש ברשימות, חוברת צ"ב).
אלזא, פונעם מדרש זעט זיך דייקא קלאר ארויס ווי מיין טענה כלפי די טעם פונעם רמב"ן באיסור נדה.