בלאט 2 פון 8

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
פוי! א בושה, א גרויל און אן עקל.

אלה מנהיגיך ישראל, כ'שעם זיך צו באלאנגען צום כת החרדים אויב די זענען אירע רבנים און פארטרעטער.


אין א זייטיגן נאטיץ: ער איז גאר א זון פונעם 'חכימאה דיהודאה' ר' מיכאל בער! וויפיל חכמה ליגט אין די בריוו, שוין באלד מער געריבן ווי מאכן א קאר פארן אויף וואסער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בריוו איז נישט חכמה און נישט טפשות, נאר געשטאנען צו אייןצד צוליעב פערזענליכע נויטען. די לשונות קוקען אויס ווי עברי טייטש אויף די ווערטער "אני רוצה להיות חלק פעיל מהממסד, ועכשיו נראה לי שמחלקי הקארטלעך הם בצד הנכון של היסטוריה, עכ"פ לטווח הקצר", נאר וויבאלד עברית איז אויך נישט אקצעפטבאר ביי די חברה וועמען ער וויל חנפנ'ן, דעריבער האט ער עס געשריבען אויף 'היימיש'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:53 pm
דורך ברוך בער
כ'האב די שומרים קארטלעך נישט געזען ביז היינט, די וואך האט עס עפעס א מזכה הרבים אויסגעטיילט בייז שלוש סעודות, מיין קליינער איז העפי ער האט א "שומרים קארט". קוק איך עס שטייט אזא בילד פון אזא ה. העכטקויפ קינד וואס שרייט לאמיר אנטלויפן פון דא דארט איז דא איינער מיט א סמארטפאן איך וויל נישט מטמא זיין מיין נשמה. כ'האב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען. די תוצאה קען זיין צוויי וועגן, אדער דאס קינד וועט זיך ארומדרייען מיט מחשבות מיין טאטע איז טמא וואס איז גארנישט מסוגל פאר חינוך, אפשר פרעגט רב ווייסמאנדל צו ער האלט אז יא, אדער וואס מיין ב'ה און יעדער נארמאלער קינד פארשטייט מיין טאטע ווייסט וואס איז גוט און די גאנצע סמארטפאן מערכה איז נישט מסודר, וואס ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער האבן קנאפ צוטרוי צום גאנצן ענין.

דער חידוש איז ווי די באזעסענע עיני העדה וואס פארשטייען אז די אומקאנטראלירבארע עקסטרעמיסטן האבן קיין דאך און וועלן אלעס חרוב מאכן, ציטערן צו זאגן א ווארט ווייל ווער וויל זיך אנהייבן מיט די אנעמפלויד סיקריקין. מען גייט זיך דא חאפן אין יארן ארום אז עס איז גרויסע צרות.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:58 pm
דורך וזרח השמש
בילד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:01 pm
דורך פליקער
מיך אויסגעכאפט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.


לדעתי מיינט עס אז די ארטיקלען דאקעגען האבען מצליח געווען אז די שוויצער'ס זע'ען איין אז די עקסטרעמיסטען זענען נישט אין שפאן מיט'ן ציבור. זיי מעסטען דער ווינט און פסקנ'ן על פיו. דערנאך זענען זיי אריין צום וויזניצער רבי'ן מיט'ן געפערליכע פרצה.....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:10 pm
דורך איך אויך
מאיזה אדמו''ר יצא הפקודה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:16 pm
דורך שמעקעדיג
אדנירם האט געשריבן:פוי! א בושה, א גרויל און אן עקל.

אלה מנהיגיך ישראל, כ'שעם זיך צו באלאנגען צום כת החרדים אויב די זענען אירע רבנים און פארטרעטער.


אין א זייטיגן נאטיץ: ער איז גאר א זון פונעם 'חכימאה דיהודאה' ר' מיכאל בער! וויפיל חכמה ליגט אין די בריוו, שוין באלד מער געריבן ווי מאכן א קאר פארן אויף וואסער.

גערעכט אדער נישט, אבער שרייבן "בחכמה בעצה ובבינה יתירה עושים מעשים כבירים"? דאס איז טאקע אבנארמאל! ער מאכט די עקסטרעמיסטן גאר פאר די חכמי הדור.
מיט אזעלכע חכמים, ווער דארף נאך טיפשים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:17 pm
דורך קאצקע ציקער
פליקער האט געשריבן:מיך אויסגעכאפט

Me 2

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:17 pm
דורך mevakesh
וועלכע רבי איז דאס?

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:19 pm
דורך פליקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פליקער, דו האסט אונז געזאגט וועלכע רבי דאס איז.



אדמור מוויזניץ

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:27 pm
דורך אוהב ספרים
מחלוקת הפוסקים

אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:31 pm
דורך mevakesh
אוהב ספרים האט געשריבן:אנדערע זאגן אז די מקור איז רחמס"ט

מער מסתבר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:44 pm
דורך שמעלקא'לע
צו וויזניץ צו רחמס"ט זעען מיר אז די אלטע רבנים, די זקני העדה, וואס האבן מיטגעהאלטן אלע מערכות ביז היינט, ווייסן שוין אז לא זו הדרך, און נישט מיט אזוניע מהלכים פארעקלט מען קינדער פון די משוקצ'דיגע אומגעפילטערטע שמוציגע פאונ'ס. :שטיל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:38 pm
דורך נעגעל וואסער
איך ווער נישט אזוי אנציקט פון דעם בריוו, אפילו אויב ס'איז אוטענטיש.
מ'גייט אריין צו אן אלטן רבי מ'דערציילט איהם די געפערליכע חורבן פון א פירצה און נעקסטע טאג האסטו א בריוו! איך זיך נאך א רב וואס דרייט זיך אויף דער וועלט, און זעהט די מציאות מיט זייערע אייגענע אויגן, און זאגט זיין מיינונג.

לדוגמה די בריוו פון ווייסמאנדל איז מיר מער משכנע לעת עתה.. הגם איך גלייב אז ער האט נישט געזעהן אלע די בייזע קארטלעך. איך קען איהם פערזענליך און ער איניש אינגאנצן משוגע. (איך האב געראדע געוואלט רופן היינט פרעגען בשלמי הרעה הזאת, אבער נישט אנגעקומן צו דעם.)

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:02 pm
דורך טאמבל סאס
אז מען לערנט די קינדער צו רעוואלטירן געגן די עלטערן, ווער גאראנטירט דען אז ס'וועט נישט גיין both ways? אין עצה ואין תבונה זאגט דער פסוק. מיינע קינד האט עס אהיימגעברענגט. חוץ פון אים אויסלערנען וועגן פלעגאריזם און פון וואו טייל פון די בילדער קומען באמת און ווי זיי זענען ארויסגענומען פון קאנטעקסט, האב איך נישט קיין עסק געמאכט. עניוועי, ער זעט דאך קלאר א מציאות וואס דעפייט די (אזוי אומגעלונגענע פירקלעכצער) מאלערייען. א טאטע מיט א סמארטפאון וואס האט פלענטי אף טיים צו אים. נאכמער ווי זיינע חברים'ס פארפלאגטע טאטעס נעבעך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:02 pm
דורך טאמבל סאס
IMG-20161107-WA0014.jpg


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:41 pm
דורך נעגעל וואסער
טאמבל סאס האט געשריבן:
IMG-20161107-WA0014.jpg


Sent from my SM-G903F using Tapatalk



דאס איז עס..

זיי האבן א האלבע בריוו פון הרב פאדוואה - וואס קוקט אויס אביסעל גרייזיג- אדער ער אדער די דרוקער האט זיך געיאגט ביים שרייבן די בריוו..
איך גלייב שווער אז ער האט געעזעהן אלע קארטלעך.

פון דא גייען זיי צו יעדע רב אין לאנדאן "קוק די רב האט ג'חתמעט און די מוזסט אויך טוהן די זעלביגע זאפארט" דעס איז יעצט אין סטייל.

פון דארט פארט עס ווייטער צו רבנים דאהי דערנאך אין א"י. און די מייונונג פון 98.5% פון חרדי'שע יודן גייט ווערן נאך מער צוקוועטשט!

די מערכה איז פארלוירן :x

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:43 pm
דורך נולד מאוחר
.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:47 pm
דורך טאמבל סאס
"משמרת" על צד השני

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א בעסערע ווערזיע פון די בריוו אינ'ם לאנדאנער אויסגאבע. שיקטס ווייטער

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:08 pm
דורך טאמבל סאס
איך ווייס איינער וואס האט געסטראשעט עמיצן לעצטנס אויב הערט זי נישט אויף צו פרובן באאיינפלוסן זיינע קינדער און פערדרייען זיי א קאפ וועט ער פארציילן אירע קינדער ווי אזוי עלטערן מאכן בעיביס. ס'ארבעט בדוק ומנוסה!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:10 pm
דורך כוכב
איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.