בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:34 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
דער דאס האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??


האב איך געהערט אזא מעשה, א גרויסע רבי איז געווען אמאל סנדק ווען ריבניצע רבי איז געווען מוהל, נאך די ברית רופט ער זיך אן, איך בין אויך א מוהל.. האט אים דער ריבניצער געפרעגט אויב אזוי פארוואס מל'ט איר נישט? האט ער געזאגט, 'ווייל איך קען נישט..'


די מעשה איז געוועהן מיט די סאטמערע רבי זי"ע

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:48 pm
דורך mevakesh
דארפסט נישט גיין ביז צו ארץ ישראל, אונז האמיר אין וויליאמסבורג הרב עקשטיין אדער מרת ווידער וואס באווייזן אויך אותות ומופתים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:16 pm
דורך יהושע חיים
מרת פריידי ווידער גייט נישט אין נאמען פון קבלה אדער אלקות (אויב האט הרב יצחק שטיין רעכט מיט זיין מערכה)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:15 pm
דורך mevakesh
ריכטיג אבער נאכאלץ מופתים

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 2:25 pm
דורך שבת אחים
מיין זיידע און מאמעס משפחה זענען געוועהן זייער נאנט מיט אים נאך פון רוסלאנד, מיין מאמעס טאטע איז נאך געפארן צו אים מיט א פערד און וואגן פון אקריינע קיין מאלדאוויע (א וועג פון ניו יארק קיין מאנטריאל) אפאר מאל א יאר, מיין זיידע פלעגט זיצן מיט אים צוגעשפארט פאר שעות ארוכות, איין מאל פאר דריי א האלב שעה אויף דער עלטער ווען מיין זיידע האט אים באזוכט אין בארא פארק,סאיז נישטא וואס צורעדן אז דער ריבניצער איז געוועהן א וואוילע איד, א אמתע אוהב ישראל אן קיין שום אגענדעס, א איד וואס האט אין זיין לעבן נישט הנאה געהאט פון גשמיות און געלעבט אין העכערס, א אמתע שונא בצע וואס האט גארנישט געדארפט פאר זיך . א איד וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר זיין טראדיציע און זיין מסורה, און פאר א יעדע איד צוגלייך, א מענטש וואס וואלט אוועקגעגבן אלעס פאר א צווייטע איד. אלע אידן און אסאך גוים צוגלייך האבן אים שטארק רעספעקטירט אין רוסלאנד און פרייע אידן פלעגן כסדר גיין צו אים.


אבער די מעשה פון די מופתים און רוח הקודש איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס סאיז דא אסאך צו שרייבן וועגן דעם, אבער אין א נוטשעל, לאמיר אנהייבן מיט דעם, ווען א איד ווי די ריבניצער וואס האט בטבע אויס געזעהן ווי א פארצייטישע איד און מיט זיין רוסישע צורה און ער מורמלט שמות פון זיין מויל און רוב מענטשען פארשטיין נישט פונקטליך וואס ער רעדט און טויזענטער מענטשען קומען נעמען ברכות ווערט ער אויטמאטיש א בעל מופת ווייל פופציג פראצענט פון די ברכות געלונגען און די אנדערע פופציג אגנארירט מען און מ׳רעדט קיינמאל נישט דערפון און מ׳זאגט אז אזוי איז באשערט.

איך קען א חשובע איד פון מאנסי וויזניץ א מגי״ש אין ישיבה וואס איז אים געבוירן געווארן א קראנקע קינד און די ריבניצער איז דעמאלסט געוועהן אין אמעריקע און דער איד איז אריין צום רבין און ער האט געזאגט, גיי אהיים דאס קינד איז געזונט, זאלסט מיך רופן צו די חתונה, די קינד איז געוועהן 30 יאהר קראנק און דערנאך אוועק און קיינמאל נישט חתונה געהאט.

אויב איז ער יא געוועהן אזא בעל מופת פארוואס האט ער אליינס נישט געהאט קיין קינדער? וועגן אין חבש מתיר וכו׳, פארוואס האט ר׳ אהרן בעלזער מיט ר׳ יואליש מיט די חבדסקר מיטן רבינצער וואס האבן אלע געוואלט האבן קינדער און אלע פון זיי האבן געהאט פארטעקציע ביים כסא הכבוד געמאכט א דיעל איינער מיטן צווייטן, איך בעט פאר דיר און דו בעט פאר מיר, וואס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:25 pm
דורך זוכער
איך ווייס פון א איד וואס האט אים געדראעט א היפש לאנגע תפיסה אורטייל פון א פעדעראלע אינדייטמענט צוליב באנק פראוד וכו'.

דער איד איז געגאנגען צום ריבניצער רבי'ן און געוויינט אז ער האט א שטוב מיט קינדער דער רבי זאל רחמנות האבן אויף אים, ווייל ער איז אומשולדיג.
דער ריבניצער רבי האט אים אנגעוואונטשן.
דער איד האט זיך נישט געלאזט און ווייטער איינגעריסן אז דער רבי זאל אים צוזאגן ער זאל גארנישט זיצן.
דער ריבניצער זאגט דעם איד, קום צוריק נאך תהלים ועלמיר זעהן. דער רבי האט זיך געזעצט זאגן תהלים - דער איד קומט צוריק שפעטער און דער רבי זאגט אים - איך קען נישט מער, אביסל מוזטו זיצן.
דער איד שרייט און וויינט. און דער רבי זאגט אים קען דיר מער נישט העלפן - איין חודש וועסט מוזן זיצן.

דער פראסעקיוטער האט פארלאנגט 2 יאר דזשעיל - אבער דער פעדעראלער דשאדש זאגט איין חודש איז גענוג! והך קאווע.

איך קען דעם איד, און איך ווייס אז די מעשה איז 100 פראצענט אמת. (ס'איז טאקע נישט קיין תחיית המתים, אבער אינטרעסאנט איז עס, און אמת אויך).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:25 pm
דורך זוכער
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:38 pm
דורך יעקב מענטש
יואליש האט געשריבן:
כ'מיין אז דאס איז זייער circular. לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, וואס האט געפעסט פעקט טשעקינג אז אלעס אנדערש ברויך שוין נישט?

אז ביים ריבניצער האט זיך געוואלגערט מופתים, אויב נישט ממש תחיית המתים, איז דא הונדערטער מעשיות פון די סארט פון וואס @זוכער האט צוגעברענגט, (אני הקטן האב אויך געהאט ממש ניסים גלויים ביי איין פאל, )

איך מיין נאר ארויסצוברענגן אז די געדאנק פון מופתים ביי ערליכע אידן איז נישט אויסגעזויגן פון פינגער (ווענגלייך די זייפנים האבן געמאכט א לעבן דערויף), וואס דאס מיינט, און צו וואס דאס איז א ראיה, וועל איך איבערלאזן פאר דיר מחליט צו זיין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:09 pm
דורך קאצקע ציקער
די איינציג פארבליבענע צווייגל אויף וואס מען קען זיך ארויפכאפן אויף דעם דור שפל, יא צו גלייבן, וויל מען אויך אוועקנעמען פון אונדז...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דארט ליגט דער הונט באגראבען!
וואס האט מופתים צוטוהן מיט אידישקייט? ווען קיין איין מופת איז נישט אמת, בלייבט א קשיא אויף די תורה? די תפילין קוקען דעמאלס אויס אנדעריש? המלוה את חבירו בעדים דארף פלוצלונג צוריק צאלען מיט עדים?

דער תורה שטייט נישט אויף די מעשה'ס, און ווען איינער איז מחנך/מחונך אז יא, איז ער שוין איינמאל אין געפאר!

דער קשיא פון דער ריבניצער'ס אייגענע קינדלאזקייט איז בכלל נישט קיין פראבלעם. ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ער איז געווען א קונץ מאכער וואס האט אלס געקענט טוהן. טאמער די מופתים זענען יא אמת, איז עס א סכנה צו זיין רוחניות און גשמיות, און נאר פאר א צווייטען קען מען זיך איינשטעלען אויף דעם.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין אינגאנצן נישט מסכים מיט דיר. און דיין אריינטייטשן און פארענטפערן פארוואס דער ריבניצער האט נישט געקענט אויספועל'ן א ישועה פאר זיך מיט קינדער איז אינגאנצן איבריג. ווייל דו גלייבסט דאך סייווי נישט אין די זאכן.
לפענ"ד איז די גאנצע זאך מיט מופתים אן איבערגעטריבענע זאך מכמה צדדים. סיי פון די גלייבערס. און סיי פון די הענדלערס (נישט צו פארמישן מיט האנדלערס/סוחרים).
נישט אז ס'איז נישטא אזא קאנצעפט ווי א ישועה דורך די תפילה אדער אין זכות פון א צדיק. נאר דער אופן וויאזוי ס'גייט צו היינטיגע צייטן איז איין שטיק גרויסער פראוד און שווינדל.
דער ריבניצער האט זיכער געהאט גרויסע זכותים. איבער זיין מסירת נפש ביי שחט'ן כשר'ע בהמות און מל'ן אידישע קינדער אין רוסלאנד . אבער די אלע איבריגע זאכן ארום איהם איז איין שטיק בלאף...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:14 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דארט ליגט דער הונט באגראבן!
וואס האט מופתים צו טוהן מיט אידישקייט? ווען קיין איין מופת איז נישט אמת, בלייבט א קשיא אויף די תורה? די תפילין קוקן דעמאלס אויס אנדערש? המלוה את חבירו בעדים דארף פלוצלונג צוריק צאלען מיט עדים?

דער תורה שטייט נישט אויף די מעשה'ס, און ווען איינער איז מחנך/מחונך אז יא, איז ער שוין איינמאל אין געפאר!


ליטוואק, קיינער זאגט נישט אז דאס איז דער "יסוד", אבער איז עס דען נישט א חיזוק אין אמונה?
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס האט השי"ת געדארפט מאכן נסים אין מצרים?
"ולמען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים, ואת אותותי אשר שמתי בם, וידעתם כי אני ה'!"
יא, זעהן מופתים איז מחזק אמונה! אזוי זאגט מיין תורה. יעצט פרעגסטו "ואס האט מופתים מיט אידישקייט"?
אין א וועלט ווי דרך רשעים צלחה, פאר די רשעים גייט אלעס גוט, השעה משחקת להם, רשע וטוב לו - אז מען זעהט אז ביים צדיק איז דא מופתים, נעמט עס אביסל אוועק די קשיות און דעם נסיון! עס באלאנסירט דעם בילד אביסל מער.
אודאי איז נישט די תורה תלוי אין דעם, און נישט אין דעם ווענדט זיך צי מען דארף דינען השי"ת, אבער א א גוטן בוסט פאר אן ערליכן איד איז עס זיכער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 12:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עי' רמב"ם הל' יסודי התורה ורמב"ן פרשת ויגש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:22 pm
דורך שבת אחים
פארוואס איז אלע אותות און מופתים געוועהן פאר מיינע צייטן? ווי קען איך היינט זעהן א מופת? פארוואס באווייזט זיך קיינער נישט היינטיגע צייטן? איך וויל זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן רוח הקודש און מופתים און דערנאך וויל איך מחליט זיין צו סאיז יש דברים בגו אבער פון פארציילן מעשיות בין איך נישט אנציקט, סאיז דא מיליאנען מאוויס אין האליוואוד וואס ווערט געשריבן דורך זרע אברהם יצחק ויעקב, רוב פון די פילמס קען זיין אז די מעשיות וואלטן געקענט זיין אמת, אבער סאיז נישט, סתם אויסגעזויגן פון די פינגער און אסאך איבערגעטריבן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 9:08 pm
דורך קאצקע ציקער
געטראפן אין איי וועלט



איך וועל צוברענגען א מעשה פונ'ם ריבניצער ווארט ביי ווארט פונ'ם ספר צדיקים קרויים חיים.

הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש איז אמאל געווען ביים רבי'ן אין סיגעיט. עם איז דאן דארט געווען א רוסישער איד און ער האט זיר אנגערופן: דער רבי (אין זיין לשון: חיים זאנוויל) איז א גרויסער ערליכער איד!

און ער האט פארציילט:

איך האב געוואוינט זייער נאנט צום רבי'ן, און דער רבי פלעגט אסאך מאל קומען קלאפן ביי מיר אז איך זאל קומען משלים זיין מנין. איינמאל ווען ער האט געקלאפט, האב איך געמיינט אז ער דארף מיך צו מנין, האב איו געזאגט אז איך קום שוין. דער רבי האט מיר אבער געזאגט: היינט דארף איך עפעס אנדערש פון דיר. איך דארף פארן צו א ברית, א וועג פון צוויי און א האלב שעה, און איך זעה אז עס שטייט א קאר אונטער דיין הויז, בעהט איך דיר, נעם מיך מיט דיין קאר צום ברית. זאג איך פאר'ן רבי'ן: דער קאר ליגט שוין דארט צוואנציג יאר, און עס פארט שוין נישט.

זאגט דער רבי: פאר א מצוה וועט עס פארן! זאג איך פאר'ן רבי'ן: איך האב אפילו נישט דעם שליסל פונעם קאר, עס צו קענען אנצינדן. האט דער רבי געזאגט: פאר א מצוה וועט זיר עס אנצינדן! בין איך אריין אינעם קאר און געדרייט מיט די האנט און עס האט זיר אנגעצינדן! און איך האב גענומען דעם רבי'ן צום ברית!

נאך מ'איז צוריק אהיים געקומען פונעם ברית - דערציילט דער איד ווייטער - האב איך געקלערט: אויב דער קאר פארט יא, לאמיך באקוקן די אויל וכו' פונעם קאר. איך האב אויפגעמאכט דעם פארעדשטן טייל פונעם קאר און געזען אז דער קאר האט אפילו קיין מאטאר נישט געהאט!

Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 9:57 pm
דורך שמערל
איך בין באמת נייגעריג ווער פון דא גלייבט די מעשה.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 10:05 pm
דורך געוואלדיג
איך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 10:16 pm
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז זייער מעגליך די ריבניצער מיט זיין גבאי האבן אמתדיג געגלייבט אז די בעבי איז מער נישט געווען בין החיים. ס'איז נישט מוכח אז זיי האבן געזיכט צו פארנארן די מאסען און זאגן ליגענט.

וכבר היה לעולמים. נאדיר איין וועלט באקאנטע געשיכטע ווי א גוישע מאמע פארציילט ווי זי האט צוריק געברעגט איר קינד פון טויט. ממש ווי רימניצער. http://www.express.co.uk/life-style/lif ... -back-life

אנאלאזירט דא;

http://www.snopes.com/politics/medical/kateogg.asp

"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 10:19 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מקען נאך היינט זעהן מופתים- השגחה פרטית-וואונדעבארע זאכן ביים ציון פין הייליגע צדיק רבי חיים זאנוויל בר משה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:26 pm
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג איך גראטיליר אייך אז איר האט געהאט די שטארקייט צו זאגן אז איר גלייבט די מעשה אפילו ס'סאנט היפש ארויסגעזויגן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:47 pm
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:געטראפן אין איי וועלט



איך וועל צוברענגען א מעשה פונ'ם ריבניצער ווארט ביי ווארט פונ'ם ספר צדיקים קרויים חיים.

הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש איז אמאל געווען ביים רבי'ן אין סיגעיט. עם איז דאן דארט געווען א רוסישער איד און ער האט זיר אנגערופן: דער רבי (אין זיין לשון: חיים זאנוויל) איז א גרויסער ערליכער איד!

און ער האט פארציילט:

איך האב געוואוינט זייער נאנט צום רבי'ן, און דער רבי פלעגט אסאך מאל קומען קלאפן ביי מיר אז איך זאל קומען משלים זיין מנין. איינמאל ווען ער האט געקלאפט, האב איך געמיינט אז ער דארף מיך צו מנין, האב איו געזאגט אז איך קום שוין. דער רבי האט מיר אבער געזאגט: היינט דארף איך עפעס אנדערש פון דיר. איך דארף פארן צו א ברית, א וועג פון צוויי און א האלב שעה, און איך זעה אז עס שטייט א קאר אונטער דיין הויז, בעהט איך דיר, נעם מיך מיט דיין קאר צום ברית. זאג איך פאר'ן רבי'ן: דער קאר ליגט שוין דארט צוואנציג יאר, און עס פארט שוין נישט.

זאגט דער רבי: פאר א מצוה וועט עס פארן! זאג איך פאר'ן רבי'ן: איך האב אפילו נישט דעם שליסל פונעם קאר, עס צו קענען אנצינדן. האט דער רבי געזאגט: פאר א מצוה וועט זיר עס אנצינדן! בין איך אריין אינעם קאר און געדרייט מיט די האנט און עס האט זיר אנגעצינדן! און איך האב גענומען דעם רבי'ן צום ברית!

נאך מ'איז צוריק אהיים געקומען פונעם ברית - דערציילט דער איד ווייטער - האב איך געקלערט: אויב דער קאר פארט יא, לאמיך באקוקן די אויל וכו' פונעם קאר. איך האב אויפגעמאכט דעם פארעדשטן טייל פונעם קאר און געזען אז דער קאר האט אפילו קיין מאטאר נישט געהאט!



הרה״ח ר׳ ישראל דאוודאוויטש פון מאנטריאל אליינס האט פארציילט? הער אויס ער איז מיר א נאנטע קרוב, און דערווייל איז עס געבויט אויף זייער שוואכע מעשיות און שוואכע מקורות, הרב דאווודאוויטש קען איך זייער זייער גיט א וויזניצער מארמארישער פויער זיבן דורות ארויף, זיין טאטע איז געוועהן מיין עלטער פעטער, ברענג נאך מקורות ווייל פון די מעשיות נאכדערצו מיט דעם בשם אומרו איז זייער גרינג צו ווערן א אפיקורס.

Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 12:29 am
דורך החוקר
איך גלייב די מעשה מיט א קעט"ש, אלס קינד דענק איך ווי איינע פון די שכנים האבען געהאט א קאר וואס די איגנישאן איז געווען צובראכן, און פלעגט אפיציעל האבן א שרויפען ציער מיט וואס ער פלעגט שרייען אנצוצינדען, לגבי די מאטאר האלט איך איז שוין א בארד וואס די מעשה האט צובאקומען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 4:16 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: ס'איז דא אן ענליכע מעשה פארשריבן ביי דעם חת"ם סופר. אז א וואסער פאמפ (פלומפ, בלע"ז) וועלכע איז געווען אין זיין הויף. שוין אלט און פארזשאווערט, וואס מען האט שוין נישט באנוצט, האטציך אויפגעוועקט תחיית המתים, בשעת א שריפה דארט.
דאס האט אבער א שטיקל אחיזה אין מציאות...!
משא"כ, די מעשה מיט דעם קאר, וועלכע האט אפילו נישט געהאט קיין ענדזשין איז הויל פאנטאזיע.
.
א שטיקל פסיכאלאגישן (אבער אפיקורס'ישן) הסבר האביך פאר די אלע מעשיות. און ס'זענען געווען א סאך.
די אידן אין קאמוניסטישן רוסלאנד זענען נעבעך געווען שטארק אונטערדריקט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און דא איז געקומען א איד א צדיק. א כאריזמאטישער מנהיג, וועלכער האט זיי מחזק געווען אין די אמונה. האבן זיי געגלייבט און אויפגעמאכט אלערליי מעשיות כיד ה'פאנטאזיע הטובה עליהם...!