בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:04 pm
דורך ונבנתה העיר
נאכנישט אנגעיאגט צו גארנישט. כ'וויל נאר געבן א פערזענליכען דאנק פאר [tag]פיקאסא[/tag] פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס ער האט געמאכט מיט מיין ארטיקל. תודה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:01 pm
דורך פיקאסא
כ'האב נישט די ווערטער אין מויל צו דאנקן יעדן איינעם פאר די געוואלדיגע הצחלה אין די פרישע אויסגאבע "אסיף" יו אר אלל אמעזינג!

ווי יעדער זעהט, האבן די לייבן פונעם שטיבל ארויסגעגעבן דבר בעט"ו מה טוב, און געשריבן גאר גאר אינטערסאנטער און הערליכע ארטיקלן פון אלע מינים. די שרייבערס זענען די רוקן ביין פון די גאנצע פראדזשעקט, און בשם כל הקהל הקודש בין איך זיי מכיר טובה פון טיפען הארצן!
עקסטער וויל איך באדאנקן פאר די חברים וואס האבן מיך פערזענליך ארויסגעהאלפן איש על מחנהו ואיש על דגלו ה"ה [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] , [tag]פליקער[/tag], [tag]אבטולמוס[/tag], און [tag]שלום שטיסל[/tag]

און וועגען [tag]אדנירם[/tag] קען איך אפילו נישט אנהייבן צו רעדן. (איך ווער פשוט אימאושענעל...) די מאס פון שעות וואס ער האט אריינגעלייגט אין דעם פראדזשעקט איז לא יאומן! (איך באקום קאשמארן...)
כ'וועל מיך פשוט אויסדרוקן מיט מיין שפראך - גרעפיקס.

ידידכם עוז
פיקאסא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:49 pm
דורך פיקאסא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא



יישר כח גדול!

יעצט געקויפט.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:55 pm
דורך אביסל צימישט
פיקאסא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא



יישר כח גדול!

יעצט געקויפט.

בילד
פארוואס ביי מיך איז נישט עוועלעבל?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 8:05 pm
דורך פיקאסא
אביסל צומישט.. אפשר נאר אויף פריים.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 8:12 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 8:15 pm
דורך פיקאסא
קןקט אויס איך האב פראטעקציע...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:שש דו ביזט א חידוש אין די בריאה.

עוואלושען אין אפעקט...!

ס'איז מיך גראדע אויך איינגעפאלען בשעת'ן ליינען אז יהי רקיע בתוך המים איז די כוונה אויף אונזער שש'ן!

איים סארי [tag]פיקאסא[/tag] אבער אויף דיר האב איך דערווייל נישט געטראפן קיין רמז, אבער איך גלייב אז ס'דארף זיין דארט ערגעץ ציווישען דעם יהי מאורות מיט'ן עץ הדעת.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:10 am
דורך צום פינטל
קודם כל א ריזן שכוח פאר אלע וואס אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות השית ישלם לכם כפלי כפליים

איך בין נאך נישט אנגעקימען צו דורך קיקען די גאנצע אבער וואס טיט זיך מיט ראדזמינער פראצעס גייט עס ווייטער אן צו האט עס גענימען א ברעיק

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:11 am
דורך נעגעל וואסער
צום פינטל האט געשריבן:קודם כל א ריזן שכוח פאר אלע וואס אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות השית ישלם לכם כפלי כפליים

איך בין נאך נישט אנגעקימען צו דורך קיקען די גאנצע אבער וואס טיט זיך מיט ראדזמינער פראצעס גייט עס ווייטער אן צו האט עס גענימען א ברעיק


ליין ביז די סוף. כ'מיין ס'איז די לעצטע ארטיקל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, אין ענגלאנד איז עס יא אוועילעבעל אויף עמעזאן דא, און אין אמעריקא נאך נישט.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 8:44 am
דורך פליקער
איך האב דערווייל נאר איבערגעבליקט דעם גליון ה'אסיף שב'וועקער, ווי איך זיך פערזענלעך באדאנקען פאר אדנירם וואס האט אזויפיל משקיע געווען און גענימען מיינע ארטיקלעך און געמאכט דערפון א ארטיקל צים ליינען, א דאנק פאר פיקאסע פארן אראפ לייגן אזא הערליכע שטיקל ארבייט, און א ספעציעלע דאנק פאר אלע שרייבער וואס זענען טאקע די לייבען פונעם שטיבל און דעריבער בין איך כאטש דער זנב לאריות, און פאר די סיילענט מאדזשאריטי וואס זענען גאר אינטערעסירט און די סארט גליונות, און לאזן זיך נישט פון די אויבן אויף גאס און די געאוילטע מאשינען וואס קוקן אויף די ק''ש קהילה בייזלעך. מיין בקשה צי די אלע וואס האבן הנאה, אז זיי זאלן ארויסקומען דא עפענטלעך און ארויסווייזן זייער הנאה, כדי די אלע וואס זענען אזויפיל משקיע זאלן האבן א גיטע געפיעל אז זייער ארבייט איז אקצעפטירט און אז מען האט טאקע הנאה, און וועט ווי פארשטייט זיך אליין געבען חיזוק אויף ווייטער, ווייל אויב נישט קען די מערכה דא ווערט פארשטילט, אן קיין ארויסווייזן הנאה האט מען נישט די נויטיגע ענרגיע אנציגיין. א דאנק פאר טראמפ פארן ארויסווייזן פאר די מענטשהייט אז דער אינדיווידיאל האט האפענונג, צים גיהנום מיט די אסטעבלישמעט, און פאר קלינטאן וויל איך זאגן נאר דריי ווערטער ' א גיטן מועד'.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 9:11 am
דורך [NAMELESS]
פליקער, כ'האב יעצט די ערשטע מאל געלאכט זייט נעכטן נאכט. דו בוסט פאר די בוקס!!

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 2:04 pm
דורך Bpjew
בן אדם האט געשריבן:פליקער, כ'האב יעצט די ערשטע מאל געלאכט זייט נעכטן נאכט. דו בוסט פאר די בוקס!!

פארוואס קען מען נישט קויפן אויף אמעזאן אין USA איך כהאב געוואלט קויפן היינט אין האבן פאר פרייטאג! [emoji22]

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פאר ווער עס וויל ארויסדרוקן דעם מאסיוון אויסגאבע "אסיף" (וועקער #6),
מיט א פיל העכערע רעזאלוציע [64 מ"ב], וואס מאכט עס פיל קלארער:


אויף גוגל דרייוו.[/center]



[center]***

דא האט איר אויך מיט א הויכע רעזאלוציע [82 מ"ב], מיט bleed marks, וואס איז געמאכט גלייך צו שיקן צום פרינטער עס ארויסצופרינטן. די מעלה דערפון איז, אז עס קומט ארויס די פונקטליכע ריכטיגע סייז:


אויף גוגל דרייוו.
[/center]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:49 pm
דורך קאצקע ציקער
איך קים ארויס יעצט מיט א דאנק , איך האב נאכנישט געליינט צופיל, וויזוי קען מען ליינען אזוי סך אזוי שנעל? אבער דורכגעבליקט האב איך דאס גאנטצע. די ביילאגע איז אנבעליוועבעל, ס'גייט זיין צו ליינען און ליינען און ליינען . סדא פון אלע סארטן מינע ענינים wow הערליך הערליך.

שכוח פאר אלע מיטארבאטער וברושם הידיד הנאמן ועסקן לכל קאווע שטיבל הסופר הגדול אדנירם פארן טון אזא שווערע ארבעט.

קודם צו מוטשענען די לייבן צו שרייבן, און פארן אויפזיין לילות כימים צו מגיה זיין אלע ארטיקלען און זיי מלקט זיין אזוי שיין . און ווי אויך האב איך זייער הנאה פון די 'אינהאלט' וואס ער האט אזוי שיין געשריבן צו אנרייצן די ליינער. ווער רעדט פון זיין ארטיקלען ... הערליך איז נישט דאס ווארט. א שכוח.

ווי אויך וויל איך באדאנקן דעם באגאבטן גרעפיקער הרב "פיקאסא" אוי האט איר געמאכט א דזאב, הערליך.

ואחרון אחרון חביב אלע חשוב'ע שרייבער פאר זייער רייכע ארטיקלען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 12:29 am
דורך [NAMELESS]
[center]יעצט איז צייט צו מעלדן פארן עולם דעם אמת, אז איך האב אזוי שווער געארבעט אפאר חדשים אויפן מאסיוון אויסגאבע "אסיף", כדי דאס זאל זיין מיין געזעגענונגס-געשאנק פון מיר, ווען איך פארלאז קאווע שטיבל.


איך האב ב"ה טאקע באוויזן עס צו שענקן פארן עולם, און יעצט קען איך שוין איינמעלדן וועגן מיין החלטה.[/center]

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 3:04 am
דורך קלוגע יודל
אדנירם האט געשריבן:[center]יעצט איז צייט צו מעלדן פארן עולם דעם אמת, אז איך האב אזוי שווער געארבעט אפאר חדשים אויפן מאסיוון אויסגאבע "אסיף", כדי דאס זאל זיין מיין געזעגענונגס-געשאנק פון מיר, ווען איך פארלאז קאווע שטיבל.


איך האב ב"ה טאקע באוויזן עס צו שענקן פארן עולם, און יעצט קען איך שוין איינמעלדן וועגן מיין החלטה.[/center]

די האסט יעצט ארויסגענומען מיין גאנצע אפעטיט פון די 'אסיף'. [emoji22] [emoji24] [emoji27]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:01 am
דורך שמעקעדיג
איך בין עס אויך אדורכגעלאפן אויפ'ן סקרין, פטור בלא כלום אי אפשר, עס קוקט אויס אן אויסטערלישע הערליכע ארבעט מכל הצדדים בכמות ובאיכות, הן די תוכן פון די ארטיקלען, פון די שענסטע און די בעסטע, פליקער, הוגה, ראובן, ליטוואק, און שש אליינס, און אלע אנדערע, הן די אויסשטעל מיט די גראפיקס, און אלעס ארום, ממש צו באוואונדערן.

צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:06 pm
דורך Bpjew
אזוי שטארק געוואלט ליינען שבת! זעט נישט אויס איך וועל נאך קענען.

אויב איינער אין בפ קען מיך פרינטען פליז לאז מיך וויסען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:06 pm
דורך Bpjew
-

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:38 pm
דורך שמעלקא'לע
קלוגע יודל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[center]יעצט איז צייט צו מעלדן פארן עולם דעם אמת, אז איך האב אזוי שווער געארבעט אפאר חדשים אויפן מאסיוון אויסגאבע "אסיף", כדי דאס זאל זיין מיין געזעגענונגס-געשאנק פון מיר, ווען איך פארלאז קאווע שטיבל.


איך האב ב"ה טאקע באוויזן עס צו שענקן פארן עולם, און יעצט קען איך שוין איינמעלדן וועגן מיין החלטה.[/center]

די האסט יעצט ארויסגענומען מיין גאנצע אפעטיט פון די 'אסיף'. [emoji22] [emoji24] [emoji27]

מיר זענען אלע שאקירט און איבערראשט, נישט ווייניגער סופרייז ווי די געווינ'ס פון טראמפ.
אבער מילא טראמפ'ס געווינ'ס, וועט נאך די פרעסע קענען אראפשלינגען. אבער אזאנ'ס???
מיר קענען דאס ממש נישט אראפשלינגען. גיוואאאאאאלד!!!
:x :cry: :o :shock:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:59 pm
דורך Chuchem
שמעקעדיג האט געשריבן:
צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?


מען קען עס קויפן אויף create space, אבער מען דארף אויפסעטן אן אקאונט ביי זיי.
שיפינג קען נעמען בערך צוויי וואכען.

לינק:
https://www.createspace.com/6703498

לכאורה וואלט מען אויך געקענט פרובירען עס באשטעלען אויף Amazon.co.uk ווי דארט איז עס עוועליבעל.
(כ'וויס נישט וייסאך זיי גייען בעטן פאר שיפינג קיין ארה"ב, און ווי לאנג ס'וועט זיי נעמען צו שיקען)