בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:49 pm
דורך געוואלדיג
ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די ביטערע מעשה, אוי עיני עיני יורדה מים, שוין וועל איך זיך מתבונן זין וואס איך קען טוהן למעשה,
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:19 am
דורך גר ותושב
דאס איז נעבעך א מעשה וואס איך האב שטארק מיטלייד.
די עיקר צרה איז ווען אזא קינד האט נישט קיינער וואס זאל זיך אנעמען פאר זיינע רעכטן.

בדידי הוה עובדא, איך בין שטארק גע'רודפ'ט געווארן דורך א מלמד, איך בין געווען א וואויל קינד, קיינמאל נישט געטוהן עפעס שלעכט, ווען איך פלעג אהיים קומען מיט טרערן אין די אויגן און שרייען "איך גיי מער נישט צוריק אין חדר" פלעגט מיין טאטע אייביג פרעגן "וואס האסטו געטוהן"... וויפיל איך פלעג אים מסביר זיין אז איך האב גארנישט געטוהן און דער מלמד פייניגט מיר אומזיסט פלעגט ער מיך נישט גלייבן.

ביז איינמאל נאך א גרויסע אומרעכט וואס דער מלמד איז באגאנגען אקעגן מיר און עס איז שוין געווען כלו כל הקיצין, האב איך געשריגן אויף מיין מלמד "דו הערסט מיך נישט אויף צו רודפ'ן אומזינסט, איך האלט עס מער נישט אויס!" פארשטייט זיך ער האט מיר ארויסגעווארפן פון קלאס און אהיים געשיקט. ווען איך האב פארציילט פאר מיין טאטע די אומרעכט וואס ער האט געטוהן, און ספעציעל די ווערטער וואס ער האט גענוצט אקעגן מיר, האט ער מיך נישט געוואלט גלייבן. ער האט אנגערופן מיינע חברים און זיי אויסגעפרעגט און ער איז געוואר געווארן אז אמת נכון הדבר.

עס איז געווען דעמאלט אינמיטן זומער, האט ער מיך געשיקט אין קעמפ. ווען דער מנהל האט געזען אז מיין טאטע קומט זיך נישט בעטן מען זאל מיר צוריק ארייננעמען, האט ער גערופן מיין טאטע פרעגן וואס טוט זיך. האט מיין טאטע אים געזאגט דברים כהוויתן. דער מנהל האט אויך נישט געגלייבט ביז'ן זיך נאכפרעגן, אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז נאך קעמפ דארף איך צוריקגיין צו דעם מלמד וואס האט מיך ווייטער גע'רודפ'ט, און טאמער נישט קען איך נישט ארויף גיין א כיתה.

למעשה פון דעמאלט אן, נאך יעדע מעשה האט זיך מיין טאטע אריין געלייגט לעומק פון יעדע מעשה, טאמער בין איך נישט געווען גערעכט האב איך געכאפט פעטש, און טאמער איך בין יא געווען גערעכט האט ער מיך געגעבן רעכט, און מסדר געווען וואס ער האט נאר געקענט.

יעצט ווען איך לייען די מעשה טראכט איך, ווי אזוי וואלט איך יעצט אויסגעקוקט ווען נישט איך איבערצייג מיינע עלטערן אין מיין גערעכטיגקייט, און ווער ווייסט צו ווען דער בעל המעשה וואלט ווען געהאט א אויפן אויער צי ער וואלט נאך געווען בין החיים.

טייערע עלטערן, גלייבטס אייערע קינדער! הערטס זיי אויס, און זייטס מברר וואס זיי זאגן, וועלן ענק זיך שפארן אסאך עגמת נפש.

המסיים בדמעות,
א גוטע נאכט.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 7:45 pm
דורך בעל מדות
[justify]די מעשה איז קרעזי, איך האב אזוי רחמנות. פונקט היינט בין איך געווארן זייער גערירט, זעענדיג א ווידעא פון א נייעסל וואס איז געווען וויירעל עטליכע וואכן צוריק, ווי א טייגער, האט אומגעברענגט א מענטש, וואס איז אריינגעפאלן אין זיין שטייג, נאכן פרובירן אויסמיידן צו דארפן באצאלן די קאסטן אריינצוגיין אינעם טירגארטן. כ'בין ממש געווען אויס מענטש ביים דאס קוקן, און געבליבן נאך ביז יעצט טראומאטיזירט, דעפרעסט, זעענדיג גייסטער אין מיינע מחשבות.

פונקט יעצט ליין איך דעם געשיכטע דא, מיינע געדאנקען ציען א פאראלעל, אברמי איז אויך אריינגעפאלן אין א טירגארטן מיט בלוטדורשטיגע חיות, דער טייגער האט אים פארצוקט מיט בלינדע אויגן, אן קוקן ווי ער מאכט אים רינען זיין בלוט.

ניין! כ'בין בכלל נישט עקסיידעט אז מ'קען שימפן אויף נאך א מענטש. עס טוט מיר נאר זיין שלעכט אויפן הארץ, פאר אברמי, כ'בין זיכער אז ווען איך גיי אין זיין קלאס, וואלט איך געווען זיין חבר, איך גיי אויס הערנדיג וואספארא בא'חנ'ט קינד ער איז געווען, גאט שיקט אראפ טאלאנטן צווישן מענטשן, און ער וויל זיי זאלן בליען, א זיסע אינגל אין חדר, יעדער איז מיט אים גוט, מען זעט אויף אים א שיינע צוקונפט, איך ליין די געשיכטע פאקטן און זע אברמי שטיין דא פארנט פון מיר, און בומס! געענדיגט מיט א נערוון בראך, טויט אין קבר?! וזהו? א געמיינע מענטש, א פיינפולע ענדע, כ'וויל דעם מלמד פיינט האבן פארן טשעפען אברמי, איך וויל וויינען וועגן אים. יא, איך האב א געפיל צו אברמי אפילו איך קען אים נישט, און איך ווייס נישט צו ער הייסט אפילו אברמי, קען זיין דאס איז א חלק פון די איינצלהייטן וואס הוגה האט געטוישט, אבער מיין הארץ גייט אויס פארן קינד.

דא איז ער געווען פון די פירער אין קלאס, מיט גוטע מידות און אויפפירונג, אנגעפולט מיט טאלאנט און איידלקייט, און דא מוז ער זיך קומען אפרעכטן ווי א האלבע נערוון קראנקע נשמה, און שיקן זיין אויפברויז סיגנאל דורך א ספר תורה וואס מ'האט געשריבן אין געדענקעניש פון זיין געביין וואס געפונט זיך ווייט פון די פאמיליע וואס גלייכט אים, ווייט אוועק פון די קינדער וואס וואלטן אים אזוי שטארק ליב געהאט טראץ זיין מאדנע שטימע, און אפגעריסן פון די יארן וואס עס איז זיך אים געקומען פונקט ווי אונז אלע, מיט א פאמיליע, א שטוב, דורות, באגלייט מיט נחת, וויסנדיג אז ער האט איבערגעלאזט זיין טייל, און אנדענק, אויף דער וועלט.

איך וויל דעם רשע פארדאמען, און אין נאמען פון אלע וואס זענען אויפגעשוידערט צו ליינען אזא געשיכטע, וויל איך אים זאגן דייטליך, "יא איך האב דיר פיינט צוליב וואס האסט גע'שחט'ן אברמי מיט דיינע קורני ציפעדיגע וויצן, און זאלסט זיך שעמען אין ווינקל אויף די אלע אנדערע לעבנס וואס האסט פאר'הרג'ט מיט דיין וויסטע איינרעדעניש, אז ווייל דו האסט פארמאגט צוויי לינקע הענט אן אויסזיכטן צו טרעפן א פרנסה, האסטו געמעגט אריינגיין אין די ליין פון חינוך."


סארי אברמי, צו הערן וואס האט מיט דיר ליידער פאסירט!

עס טוט אונז וויי, און מיר וועלן פרובירן אכטונג צו געבן אין דיין אנדענק אז עס זאלן מער נישט פארקומען אזעלכע אינצידענטן![/justify]

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 8:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס דארף מען אנקומען צו אזא טרויעריגע מעשה אז בעל מדות זאל אונז באזוכען?
מיר ווילען נאך און נאך פון דיין פעדער.

Re: א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:01 am
דורך א איד
קרעקער האט געשריבן:איך קען א מלמד פין קרית יואל [זיין משפחה נאמען איז ג] וואס האט געמאכט פון א געהעריגע בחור א נערווען קראנקער דורכען עם פייניגען און דערנידערען ווייל זיין טאטע איז געוועהן בני יואל געשטימט
דער בחור זיין משפחה נאמען איז ק' איז היינט ארום 38 יאהר, ער איז געוועהן 100 % נארמאל פאר דעם, אבער ער האט עם אראפגעפיהרט פון גלייכגעוויכט, ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, כווייס נישט צו ער לעבט נאך אויב יא איז ער אין א משוגעים הויז

איך קען אויך א מלמד פון קרית יואל [זיין משפחה נאמען איז פ] וואס פייניגט זיינע תלמידים עד לב השמים, נאך ביז היינט, מיט זיינע שטעכעדיגע ווערטער צום תלמיד, ציהט ער ארויס די בלוט נאך ערגער ווי די אמאליגע באנקעס.
די חידוש איז אז ער איז נאך א מלמד היינט צוטאגס, (עס איז נישט אזא חידוש,אויבמען קען די מוסד) א רשע מרושע וואס ער איז, גם עלי עבר כוס התרעילה, ווי ער האט מיר געזויגן די בלוט שטייטערהייט, פאר א חטא וואס אויב עס הייסט א חטא, אז מיינע עלטערן דאווענען און א שול, וואס ער האלט אז עס איז נישט א שול ווי די תפילות ווערן נתקבל, ה' ינקום את דמי השפוך במהרה, און איך זאל עס זעהן מיט מיינע אויגן, איין איינציגער באשעפער האט מיר געהאלטן שטארק, און מיר געהאלפן בלייבן שטארק בנפשי, און איך זאל אויסוואקסן צו וואס איך שטיי היינט.
ויה"ר שיבולע המות לנצח ובא לציון גואל, אמן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
אז ס'טוהט זיך יעצט וועגן מלמדים וואס שלאגן, דארף מען מאכן חזקה אויף דעם אשכול.