בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 1:10 pm
דורך [NAMELESS]
?English or Hebrew

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 1:50 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:?English or Hebrew

Spanish

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 4:40 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:?English or Hebrew

Spanish

דו פארשטייסט נישט וואס איך פרעג?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 5:03 pm
דורך פרייוויליג
פייערדיגער דרשה פון הרב יונתן זאקס וואו ער רעדט איבער די נושא פון אנטיסעמיטיזם, און איבער די עתיד פון כלל ישראל. ער שמועסט אויס די נקודה פון כלל ישראל, די נקודה פון זיין דיפרענט און בלעדי. מורא'דיג באלערנד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9tRpbD1nZh0[/youtube]

דער בוך פון וואס הרב סאקס דערמאנט אין זיין דרשה:

בילד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
Jew in the City
Yesterday at 2:52pm ·
That moment when you're interviewing Lord Rabbi Jonathan Sacks and you ask "How do we fight back at extremism in Judaism while also spreading the beauty and meaning of a life of Torah and mitzvos?"
And he says, "Allison, you and I will keep at what we're doing."

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:00 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 11:25 pm
דורך ארי נוהם
ברוך דיין האמת!

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

---------
במאמר המוסגר, כ'האב דא אמאל געשריבן א תגובה וואו כ'האב אביסל פארמינערט זיין דמות.
טראצדעם וואס געוויסע פונקטן מיינע זענען ריכטיג, מוז איך מודה זיין אז כ'האב היבש געטוישט מיין מיינונג אויף אים דורכאויס די לעצטע יאר צוויי, א זאך וואס יעדער וואלט געטון נאכן אדורכלייענען זיינע הערליכע, וויכטיגע און פונדאמענטאלע ספרים. ער איז פון די איינציגסטע היימישע דענקער וואס געבן א געשמאק אין אידישקייט צוזאמען מיט א התפכחות און לעבנדיג אינעם "היינט" און נישט פארקראכן אין אלטע אומאקטועלע געדאנקנסגאנגען. ער איז געוויס פון די איינציגסטע דענקער וואס אדרעסירן היינט צוטאגיגע פראבלעמען, שיטות און אנשויאונגען, און געבט אן אלטערנאטיווע בליק איבער אידישקייט בפרט און רעליגיע בכלל.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 11:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און איך האב נאכנישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם. מיין פראבלעם מיט איהם, און ווי אויך אלע אנדערע אפאלאגעטיקער ווי איהם, איז אז זיי פירן נישט אויס זייערע ארגומענטן, און ווען יא קלעבט עס נישט צום מסקנא צו וואס זיי קומען צו. ער קומט מיר ווייזן אז בודהא'ס תורהס שטייט אין גמרא, מילא איז וואס? וועגן דעם זאל איך מיך צוריקהאלטן פון צורייסן טישוס אום שבת? און אויב איז בודהא די זאך פארוואס זאל מען איהם גיין אויפזוכן אין די גמרא, פארוואס נישט ענדערש גיין צו בודהיזם אליינס? די אלע אפאלאגעטישע מהלכים זענען פונקט גוט פאר איינער וואס איז סטאק אין די אידישע רעליגיע און ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז נאר דא וויל ער איז סטאק. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ס'דארף נאר קומען מיט א דיסקלעימער, נישט אז מ'זאל מאכן אן איינדרוק כאילו מ'זוכט דא דעם אמת און נאר דעם אמת ווען ס'נישט אזוי. ווען ער זאגט ווען קלאר "אידישקייט איז נישט מער לעגעטים ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אידישקייט אזויווי אלע רעליגיעס איז א געמיש פון אמת און שטותים, און איך קום נאר ארויסברענגען די שיינע און אמת'ע חלקים פון אידישקייט.", וואלט ער געוועזן מיין העלד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:45 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך בין ענדערש נוטה מסכים צו זיין מיט ארי נוהם'ס אפשאצונג פון הרב יונתן זאקס. (ראה תגובה אחת למעלה). נאר דער פאקט אז ער האט געזוכט (און געטראפן) א רמז פון בודהא'ס טעאריע אין די גמ' מיינט נאכנישט אז ער האט געגעבן דערפאר א חשיבות. ווייל דער פאקט בלייבט אז נאך אלע חקירות און פילאזאפישע געדאנקען בלייבט די תורה מן השמים סיי די שבכתב און סיי די שבעל פה די ערשטע סיי אין זמן און סיי אין היסטארישע וויכטיגקייט. אפגעזעהן פון דעם פאקט וואס ס'זענען געווען פאראללעל קולטורן און חכמות. אזוי ווי האמוראבי'ס געזעצן אדער די חכמת יוונית. וועלכע האבן פארפיהרט געוויסע אזוי גערופענע היסטאריקער צו זאגן אז די תורה האט ח"ו נאכקאפירט זייערע געדאנקען...!

דאס האט זיך ארויסגעוויזן מיט די צייט. אז די אלע זייטיגע חכמות און קולטורן זענען אוועקגעפאללן ביי די זייט. און נאר די תורה איז געבליבן אין צענטער.

פארשטייצעך אז דאס אויבנדערמאנט איז נישט געזאגט געווארן פאר די שוואכע מוחות און פעסוודא-אינעטלעקטואלן (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען) וועלכע וועללן אדאפטירן א יעדן פרעמדן און גוי'אישן געדאנק איבער דעם היסטארישן חשיבות פון תורה מן השמיים. ווייל זיי האבן אין בעסטן פאל ספיקות איבער די היסטארישע חשיבות פון די תורה...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 6:26 pm
דורך מנחם ציון
KKZG8359.JPG
געטראפן א שיינעם פארטרעט בילד פונעם רב ז"ל גענומען דורך דער קעניגליכער פאטאגראפירער טשארלס גרין

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה (

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 2:07 pm
דורך צפור בודד
מעמד הספד איצט אויף יוטיוב לרגל די שלושים
https://youtu.be/uKzbxNhFgmg

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 6:41 pm
דורך מי אני
אדנירם האט געשריבן:הרב זאקס האט געשריבן, אז 'קיין איין רעליגיע האט נישט דער מאנאפאל אויפן רוחניות'דיגן אמת'. דער פאסט-מאדערנע הנחה וואס ער האט גאר אריינגעלייגט אין אידישע רעליגיע (ווי דערמאנט שפעטער), האט געברענגט בייז בלוט אין חרד'ישע קרייזן אין ענגלאנד און אין ארץ ישראל, וואס האבן עס אנגעקוקט אלס שטיקל 'כפירה' אינעם אבסעלוטער אמת פון די אידישע רעליגיע. הרב זאקס האט דאס טאקע אביסל צענזורירט אין די נעקסטע מהדורה אין זיין בוך.
דאס גייט צוזאמען מיט די געדאנק פון פּירעניעל פילאזאפיע/יוּניווערסאליזם וואס נעמט אָן אז אלע רעליגיעס בעולם ציען צו איין זעלבע [מיסטישע] אמת. און ווי דער פילאזאף אלדוס האָקסלי האט געשריבן איז די ״אמת״ מיוסד אויף 5 יסודות:

1). אז ס׳איז דא ״געטליכקייט״, מיינענדיג דאס גרונט פונעם בריאה און דעם פּרינציפּ פונעם יקום

2). אז די ״גרונט״ איז טרענסענדענט און איבעראל ובתוך אלס

3). אז עס איז מעגליך פאר מענטשן צו קענען צוקומען (עכ״פ אויף עפעס א פארנעם) לדביקות ולאהבה מיט דעם גרונט

4). אז צו צוקומען צו אט די דביקות איז תכלית האדם

5). אז עס איז דא עפעס א געזעץ צי דרך וואס מ׳דארף אויספאלגן אויף צוצוקומען צו אט די דביקות

(וידוע מש״כ הרמב״ם בסוף פרק יא מהל׳ מלכים.)

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און איך האב נאכנישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם. מיין פראבלעם מיט איהם, און ווי אויך אלע אנדערע אפאלאגעטיקער ווי איהם, איז אז זיי פירן נישט אויס זייערע ארגומענטן, און ווען יא קלעבט עס נישט צום מסקנא צו וואס זיי קומען צו. ער קומט מיר ווייזן אז בודהא'ס תורהס שטייט אין גמרא, מילא איז וואס? וועגן דעם זאל איך מיך צוריקהאלטן פון צורייסן טישוס אום שבת? און אויב איז בודהא די זאך פארוואס זאל מען איהם גיין אויפזוכן אין די גמרא, פארוואס נישט ענדערש גיין צו בודהיזם אליינס? די אלע אפאלאגעטישע מהלכים זענען פונקט גוט פאר איינער וואס איז סטאק אין די אידישע רעליגיע און ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז נאר דא וויל ער איז סטאק. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ס'דארף נאר קומען מיט א דיסקלעימער, נישט אז מ'זאל מאכן אן איינדרוק כאילו מ'זוכט דא דעם אמת און נאר דעם אמת ווען ס'נישט אזוי. ווען ער זאגט ווען קלאר "אידישקייט איז נישט מער לעגעטים ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אידישקייט אזויווי אלע רעליגיעס איז א געמיש פון אמת און שטותים, און איך קום נאר ארויסברענגען די שיינע און אמת'ע חלקים פון אידישקייט.", וואלט ער געוועזן מיין העלד.
רביה"ק זי"ע: (דבר אל המתים). אידישקייט איז נישט א געמיש פון אמת און שטותים. די שטותים זענען נישט אידישקייט. דאס איז אן אנזאמלונג פון שטותים דורך פאררוקטע מענטשן. אויך. די אידישע רעליגיע שטייט יא העכער פון אלע אנדערע רעליגיעס. ווייל זיי (הויפטזעכליך קריסטענטום און איסלאם) זענען דעריוואטיווס פון אידישקייט. די אריגינאלע קריסטן זענען געווען אידן. וועלכע האבן פראקטיצירט די סארט אידישקייט וואס זייער רבי און משיח, ישו האט זיי געלערנט. דאס נישט איינהאלטן דעם פארבאט פון די תורה אויף עסן חזיר. אדער אוועקלייגן א קריסמעס בוים אום יאנואר האבן די תלמידים פון ישו הנוצרי איינגעפיהרט נאך זיין טויט. ווייל זיי האבן געוואלט צוציען די גוי'אישע געצנדינערס צו זייער נייע רעליגיע. אפילו די קריסטליכע פיהרערס זענען מודה אז דער קריסמעס בוים איז א געצנדינערישע טראדיציע. די זעלבע (און אפשר נאכמער) איז ביי איסלאם. זיי האבן באזירט זייער נייע און פארבעסער'טע רעליגיע אויף אידישקייט...!

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 8:21 pm
דורך פרנס החודש
berlbalaguleh האט געשריבן:

עס איז גארנישט קיין דובר אל המתים ווייל חז״ל פארציילן אונז אז רביה״ק פלעגט אראפ קומען צו קידוש לאחר מותו. אויך דא ביי אונז האט שוין כמה פעמים פאסירט אז רביה״ק האט אריינשפאצירט בהקיץ צו געבן א לייק פאר איינעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:18 pm
דורך מי אני
579C9A96-1CB7-4545-A5FE-CFEB200DC5A2.jpeg
במשנתו של זשאַן בּאדין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 8:14 pm
דורך מי אני
ר' נתנאל בירבי פיומי, דער פאטער פון ר' יעקב צו וועמען דער רמב"ם האט געשיקט זיין איגרת תימן, האט געשריבן אין זיין גן השכלים:
לכן על כל אומה להתנהג במה שהגיע לה ובא לידה ותלך אחרי נביאיה וכהניה וראשיה, ולא נשאר אף אחד בלי תורה, שהכל מא-ל אחד ואליו וחוזרים, והכל מתפללים אליו ופונים אליו.
הרב דר. מלך שפירא שרייבט:
The clearest support for Sacks' position is provided by R. Netanel ben al-Fayyumi (twelfth century), who maintains that "God sent different prophets to the various nations of the world with legislations suited to the particular temperament of each individual nation." Although Sacks is motivated by a post-modern vision, the medieval R. Netanel also claimed that God's truth was not encompassed by Judaism alone. According to R. Netanel, various religions are to be viewed by their adherents, and correctly so, as sanctified

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 1:16 am
דורך ליימדארפער
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגן פון אים אז היינט האט רב סאקס שוין אביסעלע געטוישט זיין מיינונג איבער ליובאוויטש, באצייכענענדיג זיי אלס "טאטאליטעריאנס"

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
וואס עפעס? מ'מעג וויסן פרטים? אדער ס'שוין אפאר יאר פארלאפען און ס'שוין נישט נוגע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 1:22 am
דורך ליימדארפער
ארי נוהם האט געשריבן:ברוך דיין האמת!

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

---------
במאמר המוסגר, כ'האב דא אמאל געשריבן א תגובה וואו כ'האב אביסל פארמינערט זיין דמות.
טראצדעם וואס געוויסע פונקטן מיינע זענען ריכטיג, מוז איך מודה זיין אז כ'האב היבש געטוישט מיין מיינונג אויף אים דורכאויס די לעצטע יאר צוויי, א זאך וואס יעדער וואלט געטון נאכן אדורכלייענען זיינע הערליכע, וויכטיגע און פונדאמענטאלע ספרים. ער איז פון די איינציגסטע היימישע דענקער וואס געבן א געשמאק אין אידישקייט צוזאמען מיט א התפכחות און לעבנדיג אינעם "היינט" און נישט פארקראכן אין אלטע אומאקטועלע געדאנקנסגאנגען. ער איז געוויס פון די איינציגסטע דענקער וואס אדרעסירן היינט צוטאגיגע פראבלעמען, שיטות און אנשויאונגען, און געבט אן אלטערנאטיווע בליק איבער אידישקייט בפרט און רעליגיע בכלל.
איז ער געווען א קאוויד קרבן?
כ'פארשטיי אז ער איז נישט געווען געזונט פארדעם, אבער האט קאוויד געמאכט דעם מכה בפטיש?

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 5:14 am
דורך Nanach
ליימדארפער האט געשריבן:

יענע מעשה

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 10:24 am
דורך ליימדארפער
די צייט ווען ער איז אוועק איז געווען זייער א שווערע תקופה. די אויפקום פון ביידן, און אלעס דערמיט...
און בכלל א שטארקע קלאפ סיי אין חו''ל און סיי אין ישראל, און ס'האט זיכער אויסגעפעלט אזא גיבור הרוח ווי ער צו אויסשרייען זיינע טיפזיניגע רייד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:05 pm
דורך מצפצף
איך גלייב נישט אז הרב זאקס האט אנגעקוקט די אויפקום פון ביידן אלס א שווערע תקופה..

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:17 pm
דורך ליימדארפער
הרב זאקס האט געזאגט; בלשונו החכם. אויף דעם בכלל, אז יודען פירן און מישן די פאליטיק אין די גאסן.
‘‘’I’m afraid American Jewry is making a big, big, big mistake.’
"איך האָב מורא, אַז אַמעריקאַנער ייִדנטום מאַכט אַ גרויסן, גרויסן גרויסן טעות"

ער האט געמיינט צו זאגן, אז ס'גענוג וואס יודען זענען אלץ אטאמאטיש אריינגעמישט אין יעדע זאך, דארף מען נאך מישן דעם טאפ - און שטעכן די וועלט ביי דעם, וואס איז ווייט פון א ווערטל.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:07 pm
דורך ליימדארפער
דער וועקער האט געשריבן:מיר האבן ארויפגעשטעלט אויף אונזער טעלעגראם טשענעל דעם ארטיקל וואס איז ערשינען אינעם וועקער וועגן הג"ר יעקב צבי סאקס זצ"ל.
https://t.me/derveker/227
בשעתו - ווען אט יענע וועקער איז ערשינען - האב איך געהאט דעם באשרייבונג, און ס'מיר פארלוירן געגאנגען.
מעגליך צו ארויסלייגן דא אויף פידיעף וכדומה - ביטטע?