בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:14 am
דורך קאוריג
איך ווייס נישט אין וועלכע חלק מען דארף נאך הילף, אבער איך קען צוהעלפן מיטן מגיה זיין עד כמה מיין צייט ערלויבט

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:55 pm
דורך גר ותושב
לדעתי איז דא א נקודה וואס קען צוריק אויפלעיבן דער וועקער.
דער וועקער איז געוועין א אויסגאבע פון די בעסטע שרייבער פונעם שטיבל עס האט אויסגעפעילט די זיין א שרייבער אויפן העכסטן סטאנדארט צו אריין לייגען דארט אן ארטיקל וואס פלעיגט דערנאך ווערן מוגה און מנופה בשבעה נפות וואס דאס האט אויסגעפעילט א שטאב פון מגוהים און א מאנגל פון ארטיקלעך (למעשה איז נישט געוועין קיין מאנגל און ארטיקלען ווייל די פיינע שרייבערס האבן אריין געלייגט אסאך כוחות און צוגעשטעטלט א געוואלד מיט הערליכע ארטיקלעך)
מיין מחשבה איז מען זאל אביסל אראפ לאזן די סטאנדארטן וועט זיין מער ארטיקלעך מער מגיהים און ווייניגער גראפיקס וועט אויך נישט שאטן די כלל איז אז תפסת מרובה לא תפסת איך גלייב נישט אז יעצט איז דא איינער וואס קען אנפירן אזא פריעקט אויף אזא הויכע סטאנדארט ווי ביז יעצט איז לדעתי זאל מען נידערן די סטאנדארט ענדערש ווי פארלירן די פריעקט אינגאנצן.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 11:30 am
דורך קאוריג
נו, קיינער רופט זיך נישט אהן?

Sent from my SD4930UR using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 12:52 am
דורך וואלווי
גר ותושב האט געשריבן:לדעתי איז דא א נקודה וואס קען צוריק אויפלעיבן דער וועקער.
דער וועקער איז געוועין א אויסגאבע פון די בעסטע שרייבער פונעם שטיבל עס האט אויסגעפעילט די זיין א שרייבער אויפן העכסטן סטאנדארט צו אריין לייגען דארט אן ארטיקל וואס פלעיגט דערנאך ווערן מוגה און מנופה בשבעה נפות וואס דאס האט אויסגעפעילט א שטאב פון מגוהים און א מאנגל פון ארטיקלעך (למעשה איז נישט געוועין קיין מאנגל און ארטיקלען ווייל די פיינע שרייבערס האבן אריין געלייגט אסאך כוחות און צוגעשטעטלט א געוואלד מיט הערליכע ארטיקלעך)
מיין מחשבה איז מען זאל אביסל אראפ לאזן די סטאנדארטן וועט זיין מער ארטיקלעך מער מגיהים און ווייניגער גראפיקס וועט אויך נישט שאטן די כלל איז אז תפסת מרובה לא תפסת איך גלייב נישט אז יעצט איז דא איינער וואס קען אנפירן אזא פריעקט אויף אזא הויכע סטאנדארט ווי ביז יעצט איז לדעתי זאל מען נידערן די סטאנדארט ענדערש ווי פארלירן די פריעקט אינגאנצן.


דער [tag]גר ותושב[/tag] נעמט ערנסט זיין קבלה און זיין שטעלע...

גר ותושב האט געשריבן:פלאן
1 שרייבערס כל הרוצה יבוא ויכתוב.
2-3 משגיח רעדאקטאר @כוכב
4 מגיה @שמעקעדיג
5 זוכען בילדער @אבטולמוס
6-7-8 @פיקאסא אויב צו שווער דען טוב מעט בכוונה מהרבה שלא....
9 @פיקאסא איז מכובד עס ארויף צו לייגן דא אין שטובל
10 @ליטוואק פון בודעפעסט
11-12-13-14 נישט וויכטיג יעצט
15 @געוואלדיג
16 אני הקטן


!constructive criticism will keep the topic on the front burner

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
וואס גייט טאקע פאר?

ס'פעלן ניקס וואס זאלן צוזאמען איבערנעמען די לייצעס?

כ'וויל פארט האלטן אין האנט א נייע וועקער...

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:28 pm
דורך קל וחומר
מ'ברויך ארויסקומען מיט א וועקער וואס וועט וועקן דעם עולם צו טוהן פארן וועקער.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:04 pm
דורך קלוגע יודל
אדנירם האט געשריבן:וואס גייט טאקע פאר?

ס'פעלן ניקס וואס זאלן צוזאמען איבערנעמען די לייצעס?

כ'וויל פארט האלטן אין האנט א נייע וועקער...

כאפצעם!!!!!

לאזטס אינם נישט ארויס פאר ער זאגט אונס צו לכה"פ נאך 6 וועקערס.......

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 11:13 pm
דורך א איד
שש יא עס פעלט
האסט אונז ארויפגעטראגן אויפן הויכן בארג, און דו לאזט אונז דארט מיטן צונג אינדרויסן.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 11:46 pm
דורך גר ותושב
אדנירם האט געשריבן:וואס גייט טאקע פאר?

ס'פעלן ניקס וואס זאלן צוזאמען איבערנעמען די לייצעס?

כ'וויל פארט האלטן אין האנט א נייע וועקער...

אין הדבר תלוי אלא בך