בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
מ'דארף יעצט צולייגן די פרישע ביליאנער פון וואטסעפפ. זשאן קאום, 38 יאהר אלט, איז א איד וואס איז אויפגעוואקסען אין אקריינע.
http://www.vosizneias.com/155883/2014/0 ... llionaire/
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיג - א יוד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:41 pm
דורך קאווע טרינקער
האט איר געוואוסט אז דער ענפינדער פון די גוישע הויזן, דזינס, איז געווען א איד?
לוי שטראוס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:06 pm
דורך איך אויך
יא.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:29 pm
דורך מאן דאמר
גויאישע הויזן?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:04 pm
דורך its me
קאווע טרינקער האט געשריבן:האט איר געוואוסט אז דער ענפינדער פון די גוישע הויזן, דזינס, איז געווען א איד?
לוי שטראוס.
Is that why its its called "Levis"
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:59 pm
דורך ונבנתה העיר
its me האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:האט איר געוואוסט אז דער ענפינדער פון די גוישע הויזן, דזינס, איז געווען א איד?
לוי שטראוס.
Is that why its its called "Levis"
https://en.wikipedia.org/wiki/Levi_Strauss_%26_Co.
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:21 pm
דורך קאווע טרינקער
מאן דאמר האט געשריבן:גויאישע הויזן?
אוודאי אזוי, קענסט א גוי וואס גייט נישט דערמיט?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:07 pm
דורך צקון לחש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:45 pm
דורך ערנסטגערעדט
טאמבל סאס האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'מיין אז נאר ביי די אשכנזים איז דא א העכערע איי קיו דורכשניט.
ס'איז דא אין דעם א באקאנטע טעאריע אז דאס קומט ווייל זיי האבן געליטן אזוי פיהל רדיפות ממילא האבן נאר די קלוגע איבערגעלעבט [?natural selection].
א נארישע טעאריע געברענגט אין די שטערן אדער שפאקטיוו מיט א יאר צוויי צוריק.
איינע פון די סיבות פארוואס ס'איז נאריש איז פשוט, ווייל אויב א זיידע איז קלוג מיינט נאכנישט אז אלע זיינע אייניקלעך וועלן קלוג זיין, אפילו אויב די באבע זאל אויך זיין א דורכגעטריבענע סוחר'טע, וויפיל מאל טרעפן מיר דורכשניטליכע עלטערן האבן א נאריש קינד, און די זעלבע פארקערט?!
אלזא האק נישט קיין טשייניק..
ס'האט איין גוטע סיבה וואס איך האב אמאל געהערט און דאס איז:
א איד מוז אייביג ארויסשטארצן פון צוווישן יעדן, ער האט א געוויסע דראנג אז ער דארף ווייזן פאר די וועלט אז ער קען. ער איז נישט דער אומגעלונגענער איד וואס איז פאריאגט, ארים, אומגעלערנט, און ברענגט גארנישט נוצן פאר די וועלט.
דעריבער וועלן די אידן אלס זיין ביזי מיט לערנען, און דערגרייכן. זיין קריעיטיוו. משא"כ דער גוי וועט אויך ספענדן א גרויס חלק פון זיין לעבן צו אינדזשויען לייף, און אפ' ווען ער לערנט שוין יא, גייט אלעס פאמעליכער און געלאסענער ווי דער איד..
מען קען עס זען ביי צענדליגע משלים און פעלער. אנגעהויבן ביי "ארץ ישראל" א רעלאטיוו נייע בעיבי קאנטרי, א קנאפע פופציג יאר אלט, און זי איז פון די פארגעשריטענסטע לענדער אין יעדן פעלד
ארמיי
וואפן
אינערליכע זיכערהייט
טעכנעלאגיע
שפיאנאזש
וויסנשאפט
מעדעצין
שפראך (וואס איז אגב זייער רייך, קורץ, און ס'ליגט דערין אסאך חכמה)
השפעה
קולטור
אגריקולטור
טראנספארטאציע
ספארט'ס
און כסדר שטייגענדיגע עקענאמיע.
על אף זיי זענען "ציונים", זענען זיי פארט ברום המעלה,
און דאס איז ווייל דער איד מוז אלס ווייזן אז ער איז בעסער פונעם גוי, וועט ער ארבעטן און שוויצן אגאנץ לעבן, אבי דאס איבערציווייזן.
און געענדיגט ביי קרית יואל וואס פארגרעסערט זיך בליע"ה מיט א אבנארמאלע וואוקס, אין גאר א קורצע צייט, און איז פון די שנעלסטע וואקסענדע שטעטלעך אין אמעריקע, לויט די יארן פון ווען זי האט זיך געגרינדעט. (מפי השמועה)
מיין שאלה איז צו ווען מאיז אין די סיסטעם דארף מען אויך ווייזן? עס איז קלאר אז עס איז דא מער רדיפות און מדארף מער אויפווייזן ווען מאיז צווישן זיי
צום ביישפיל ווען מען רעדט פון די ראטע פון אנטיסעמיטישע אטאקעס אין ניו יארק מיינט דאס נישט דוקא דעם איבערפאל אין וומסב"ג נאר אויך און מסתם מער אין די יוניווערסיטעטן און דו וואס דרייען זיך מער צווישן די גויים
אז קרית יואל וואקסט איז דאס נישט קיין באווייז אויף קלוגשאפט, נאר אויף וואוקס
דוקא די ריזיגע קאמפעניס זענען טאקע מער פון פרייע, עכ"פ נישט פונעם סיסטעם. איך גיי נישט אריין אינעם חינוך דעבאטע פון די ישיבות
Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 4:52 pm
דורך שערי יושר
צקון לחש האט געשריבן:Jerry Springer
בד"ה
אוי וויי, אזא טייער איד געוועזן, זיין שלום בית שאו איז געווען לעגענדאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
א סאך פון די וועלכע זענען דא אויסגערעכנט געווארן זענען (קלאר) נישט קיין אידן.
דער פארביסענער שונא ישראל און אנטיסעמיט מעל ברוקס ימ"ש איז זיכער נישט קיין איד.
די בעלי בתים פון די ניו יארק טיימס ארטור אקס, סולצבערגער וסייעתו האבן "שיינע" אידישע נעמען. אבער זענען קלאר, עפ"י הלכה נישט קיין אידן. זייערע מאמעס און באבעס זענען געווען פאלנע גוי'טעס. אויך. זיי פרובירן ביי א יעדע געלעגנהייט ארויסצווייזן זייער שנאת ישראל. נאר ס'העלפט זיי א מכה. ווייל די אמת'דיגע אנטיסעמיטן שרייען נאכאלץ אז זיי זענען אידן...!
Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:42 am
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:
און געענדיגט ביי קרית יואל וואס פארגרעסערט זיך בליע"ה מיט א אבנארמאלע וואוקס, אין גאר א קורצע צייט, און איז פון די שנעלסטע וואקסענדע שטעטלעך אין אמעריקע, לויט די יארן פון ווען זי האט זיך געגרינדעט. (מפי השמועה)
דו פארשעמסט מיך רעב בערל מיט'ן גריבלען, לייקן און אויפברענגען עינשענט בעליפס..
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:53 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס: או.קעי. איך ציה צוריק. די בע"ב ון די נ.י. טיימס זענען וואוילע אידן. ווען זיי קומען צוריק פון די יוניטעריען טשוירטש וואו זיי גייען טרעטן זיי אריין אין רעפארם טעמפל אויך.
מעל ברוקס איז א וואוילער "איד". ער האט אזוי שטארק ליעב זיינע "ברודערס" אז ער וויל זיי זאללן אלע אומקומען מיט פאגראמען, רח"ל.
ס'איז דא א (שטארקע) יש אומרים אז דער הערר אדאלף שיקלגרובער איז אויך געווען א "איד"..!
Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:14 pm
דורך טאמבל סאס
וואס איז מיט די יש אומרים אז איינער א מיטגליד פון די טט"ב משפחה איז געווען א נאצי קאלאבעראטאר?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:25 pm
דורך berlbalaguleh
ביידע יש אומרימ'ס זענען אמת...
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 9:34 am
דורך מחונך
איז דא עפעס קראנט איבער שיקלגרובער'ס אידישקייט? מיר קוקט עס אויס ווי אן אנטיסעמיטישער קאנספיראציע טעאריע.
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 11:34 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:האט איר געוואוסט אז דער ענפינדער פון די גוישע הויזן, דזינס, איז געווען א איד?
לוי שטראוס.
קאווע טרינקער (ע"ה): די היסטאריע גייט נאך א ביסל טיפער. ר' לוי שטראוס, פון די יעקישע יאהודים האט אויסגעוואנדערט פון ניו יארק קיין מערב אמעריקע.ער האט דארט געוואלט טרעפן זיין גליק. ער האט זיך באזעצט אין איינס פון מיינערס שטעטלעך אין נעוואדא. די מענטשןוועלכע זענען דארט געווען האבן אויך אויסגעוואנדערט פון דעם מזרח טייל פון אמעריקע. זיי האבן געדארפט האבן שטארקע הויזן וועלכע זאללן זיך נישט צורייסן גרינג ווען זיי שלעפן זיך ארום אין די גאלד מינעס. א געוויינליכע סחורה פון וואס מ'האט געמאכט הויזן האט זיך זייער שנעל צוריסן. איז איהם בייגעפאללן צו מאכן הויזן פון די שטארקע און דיקע לייוונט פון וואס מ'מאכט געצעלטן. ער האט עס אויספרובירט און די מענטשן האבן עס אויפגעכאפט. אזוי ארום האט ער מצליח געווען.
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
מחונך האט געשריבן:איז דא עפעס קראנט איבער שיקלגרובער'ס אידישקייט? מיר קוקט עס אויס ווי אן אנטיסעמיטישער קאנספיראציע טעאריע.
מחונך: ס'זענען דא עטליכע גירסאות. נאר די צוויי הויפט גירסאות שטייען ארויס. איינס. אז זיין טאטע איז געווען דער אומלעגיטימער זון פון א רייכע אידיש דייטשע משפחה. וועמענ'ס זון אדער בעה"ב איז געווען דער "טאטע". די צווייטע גירסא איז אז איינער א זון פון די ראטשילד משפחה האט געמאכט אדאלף'ס מאמע (ימ"ש) מעוברת. זי איז געווען א דינסט ביי די ראטשילדס. פארשטייצעך אז מ'האט זי משלח געווען. מיט א ביסל כסות עיניים געלט. און ווייל זי האט געהאט א פאר רייניש האט דער "טאטע" פון אדאלף, דער הערר שיקלגרובבער איהר גענימען צוזאמען מיט דעם שרץ וואס זי האט געטראגן.
איך האב אמאל געארבעט מיט א (האלב) דייטשן גוי. האט ער מיר געזאגט אז היטלער איז געווען א איד. האביך איהם געענטפערט..."זיכער. ווילאנג ער האט פאר ענק געווינען מלחמות איז ער געווען א ריין ארישער. נאר נאכדעים וואס ער האט פארלוירן די מלחמה איז ער געווארן א איד".!!
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 2:19 pm
דורך מחונך
איז דא עפעס קראנט? דאס אלעס איז האלב געבאקענע מעשיות. קען מען עפעס אויפווייזן סייעניפיקעלי אדער כאטש קלארע עדותשאפטן? נישט איש מפי פיש מפי עד מפי שד.
נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 2:25 pm
דורך מחונך
מחונך האט געשריבן:איז דא עפעס קראנט? דאס אלעס איז האלב געבאקענע מעשיות. קען מען עפעס אויפווייזן סייעניפיקעלי אדער כאטש קלארע עדותשאפטן? נישט איש מפי פיש מפי עד מפי שד.
דערווייל איז עס אזוי. דאס איז זיכער אז ער איז געווען א איד. איך גיב דיך צוויי ווערסיעס. וועל דיר אויס עפעס.