berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: ס'געפעלט מיר דיין פשט'ל אז היות די רבנים, ספעציעל פון ש"ס זענען קאמוניסטן, וועללן זיי זאגן אז ר'איז געווען א איד. און זיי וועללן צוזאמנעמען געלט כדי איהם צו ברענגען לקבורה אין ארץ ישראל...לאל...! נאר וועגן דעם איינעם טעם אז ער (פידל קאסטרא) איז א ביליאנער. (מ'האט געשמועסט בערך 8-10 ביליאן דאללער.) קיין ווייב און קינדער האט ער נישט געהאט. קיין דאגות פון צאללן שכר לימוד אויכעט נישט. ווייל אין קובא צאלט די וואוילע רעגירונג פאר עדיוקעישן...! קיין פעקלעך פון תומכי שבת האט ער אויכעט נישט גענומען. (די באפעלקערונג וואלט אפשר יא געקענט נהנה זיין פון דעם). דער טעם וואס ער איז כמעט קיינמאל נישט געגאנגען אין פאבליק מיט א סוט און נעקטיי. נאר מיט א מיליטערישן יוניפארם, איז נישט ווייל ער האטציך עס נישט געקענט ערלויבן, ח"ו. נאר ווייל ער האט זיך געהאלטן זיין גאנץ לעבן פאר א רעוואלוציאנער. און ער האט סימפאטיזירט מיט די ארעמע שיכטן פון זיין פאלק. אין זעלטענע פאללן האט ער יא אנגעטון א שיינעם, טייערן סוט און נעקטיי. און ר'האט אויסגעזעהן א ביסל מענטשליך, איז געווען ווען זיין הייליגער פויפסט איז געקומען אויף א באזוך אין זיין לאנד. האט ער געוואלט ווייזן וואספארא וואויל, ערליך קאטויליש יונגל ער איז. האט ער זיך לכבודו אנגעטון שיין, מענטשליך...!
איינס פון די גרעסטע סיבות פארוואס זיי גייען פארען איז טאקע ווייל ער האט נישט איבער געלאזט קיין עכטע יורשים ווי א ווייב אדער קינדער [נאר א ברודער] מען גייט זיך יעצט ארום הרג'נן אויף די ירושה. און דער רבי דער געווינער וועט נאך האבען אויף זיין ס'מדרש שער הכינור(פידל) מיט'ן תירוץ, דו זעהסט? ער איז געוועהן א איד וואס האט איבער געלאזט א ירושה פאר א ס'מדרש.
לאמיר אריבער גיין צו קול מבשר פידעל עקספערט...