בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
שמעלקא'לע: דו מיינסט אז נאר די אונגארישע אידן זענען פלאטשיג... די גויים אויך... :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:00 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעלקא'לע: דו מיינסט אז נאר די אונגארישע אידן זענען פלאטשיג... די גויים אויך... :lol: :lol: :lol:


הערשט די גוים, די אונגארישע אידן זענען געוועהן גאנץ גיט ווען עס איז געקומען צו ביזנעס, און זיי זענען גרויסע פיינשמעקערס וואס האבן ליב צו לעבן א באקוועמע ברייטע לעבן מיט רעשיגע געפאטשקעטע מעבל און טייערע מעטשי קליידער, זיי זענען שוין גארנישט קיין נערנים, זיי פארשטיין גאנץ גיט זייער שטעטל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 3:12 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:לכתחילה האב איך געטראכט צו בעטן ר' בערל זאל מיר געבן לעקציעס זיך צו לערנען אונגאריש,


אונגעריש איז געראדע זייער א גרינגע שפראך זיך אויס צו לערנען, אפילו די אונגערישע האבן עס געכאפט...

Re: סנאודען האט מורא פון טראמפ פרעזידענטשאפט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 6:22 pm
דורך החוקר
שמעלקא'לע האט געשריבן:איך האלט אויך אז ער איז א העלד, ווייל ער האט געטון א גוטע זאך, אפגעשראקן די פאליטיקאנטן פון טון מה שלבם חפץ.
איי, ער האט חוטא געווען צום געזעץ? נו, וואס איז ער ערגער ווי אלע קארופטירטע פאליטישאנס וואס פארלעצן די געזעץ?
אבער דאס וואס ער האט געטשעפעט רוסלאנד, איז א גרויסער עוולה.
און פאר דעם קומט אים גוטע פעטש...

איך וויל פארשטיין פארוואס קומט אים מער פעטש פארן פארראטן רוסלאנד ווי פארן פארראטן אמעריקא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:00 pm
דורך שמעקעדיג
כוונתו ווייל אז איינער נעמט דיר אריין בשעת הדחק און גיבט דיר אזיל רעכט אין א פרעמדע לאנד, זאלסטו מכיר טובה זיין פאר יענעם, נישט צוריקשיסן שטיינער.

Re: סנאודען האט מורא פון טראמפ פרעזידענטשאפט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 1:57 pm
דורך החוקר
שמעקעדיג האט געשריבן:כוונתו ווייל אז איינער נעמט דיר אריין בשעת הדחק און גיבט דיר אזיל רעכט אין א פרעמדע לאנד, זאלסטו מכיר טובה זיין פאר יענעם, נישט צוריקשיסן שטיינער.

און אז איינער נעמט דיך פאר א דזשאב און למעשה געט אמעריקא היבש אסאך פרייהייטן (ווילאנג די פארפלאנטערסט דיך נישט מיטן געזעץ), קומט נישט קיין הכרת הטוב?